פסקה
פסקה rh-98pm1571
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-frfp514v
- order
- 5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כאמור לעיל, און ווי אונטערשטראכן במשך השנה כמה פעמים, איז דאך דא אן ענין מיוחד בשנה לגבי שאר השנים, בפרט נאך אין אן ענין וואס איז אחת בשנה, ווי חמשה עשר באב, און ווי יום הכיפורים, איז דאך די שנה זו, ווי דערמאנט פריער, אויך אויסגעטיילט פון שאר השנים, וואס דאס איז שנת השמיטה, שנה השבית, און אין צווישן שנות השמיטה עצמם איז אויך אויסגעטיילט דערמיט וואס ראש השנה שלה איז ביום השבת, כמדובר לעיל, אז דער עיקר ענין בהלכה איצטער, בחמשה עשר באב, ענין פון תורה און הוספה בתורה, איז דאך ביידע ענינים, שני דער שנת השביעית און סיי דער ענין פון שבת, האבן דאך א שייכות מיוחדה מיטן ענין פון לימוד התורה, כמוזכר כמה פעמים במשך השנה פון פשטנו המקרא, על אחת כמה וכמה פון דרשנו המקרא, אז שנת השמיטה איז געווען ענינה וואס דעמאלט איז דאך געווען א פרייער צייט וואס איז באפרייט געווארן פון ענין פון תזרע שדך און תזמור קרמך, און ביי א אידן, אז ס'ווערט באפרייט א רגע אין זמן, על אחת כמה וכמה שעות במשך כל השנה כולה, דארף ער דאס גלייך אנפילן מיט דעם ענין פון תורה און מיטן לימוד התורה, כמובן בפשטות, בפרט נאך ווי ער איז מדגיש אין דעם עמוד ראשון פון פניו פון תניא בהנוגע צו דעם ענין פון תלמוד תורה, און די הפכה פון היפך לימוד התורה, ביז ווי די הלכה איז דאך בפשטות, אז ס'איז קיין אונטערשייד ניט מיט וואס ער זאל ניט זיין פארנומען כל היום
- proofread
- 0