פסקה
פסקה rh-98c67yjj
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-qbw9zq24
- order
- B
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דעם סך-הכל פון די אלע אכט טעג, וואס קומט דערנאך ארויס בנוגע למעשה בפועל? איז דאך פארשטאנדיק, אז כל זמן אז מ'האלט אין מיטן פון די אלץ טעג, אפילו אז מ'האלט שוין צום סוף פון די אכט טעג, איז נאך אלץ ניטא די בחינה האט ער זיך אויסגעפרואווט בנוגע למעשה בפועל, און אויב ער האט זיך אויסגעפרואווט האט ער דעמאלט געהאט די בחינה בזה מיטן סך הכל אז ס'איז געווען דער ענין המעשה בפועל, און ס'איז געווען בתכלית השלימות, ניט נאר שלימות אז ס'איז ניטא קיין ענין שלחתו, נאר אויך שלימות אין דעם אפטייטש פון לעתן שלימות אז די זאכן וואס ווערן אויפגעטאן ווערן אויפגעטאן בתכלית השלימות. און וואס אין דערויף גופא, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו חנוכה, אז חנוכה לערנט אז יעדער טאג דארף צוקומען אלץ מערער און מערער מעלין בקודש, אפילו אז ער האט שוין דורכגעטאן דעם ענין פון מעלין בקודש גלייך ביים צווייטן טאג האט ער שוין באוויזן אז ער איז מעלין בקודש איז דאס ניט מספיק, און ער דארף אזוי אויפטאן במשך פון אלע גאנצע זיבן טעג, וואס זיי זיינען כולל אלע שינויים פון ימי השבוע. על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז לאחרי ווי ס'ענדיקט זיך ימי החנוכה, איז מען נאך אלץ ניט ברור, און מ'קען ניט זיין זיכער מיט זיך, אז מ'האט אין דערויף די שלימות, על כל פנים אויך די שלימות אין דעם אפטייטש פון תכלית השלימות, ניט נאר אז ס'איז ניטא קיין חסרון נאר שלימות און תכלית השלימות, דארף מען אויף דערויף האבן אז ס'קומט די בחינה אין א זמן ווען ס'האט זיך געענדיקט די אלע אכט טעג, און דערנאך זעט מען ווי אזוי ער פירט זיך אויף, ובפרט בנוגע למעשה בפועל, און מ'זעט אז דעמאלט איז ניכר אין דער מעשה בפועל, ניט נאר אז ער איז דורכגעגאנגען אין חנוכה, און ניט נאר אז ער איז דורכגעגאנגען חנוכה ווי מהגרים מן המחשבה
- proofread
- 0