פסקה
פסקה rh-97c2nw5m
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3wf3wzk3
- order
- D3
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און זיכער נאך אזוי נאכמערער אין שבת'דיקע טעג, אין יום-טוב'דיקע טעג, ובמיוחד אין טאג פון זמן מתן תורתנו, וואס דא איז מען דאך מדגיש, אז דאס איז ניט א יום מתן תורה, נאר דאס איז א גאנצער זמן, דערפאר וואס דאס איז ניט פארבונדן און ניט באגרעניצט מיט א טאג, נאר דאס ווערט נמשך פון דעם טאג אין דעם גאנצן זמן, ביז אין דעם זמן פון די צבעימות לעת און אין דעם זמן פון דעם גאנצן חודש, חודש השלישי, פארבונדן מיטן אידישן פאלק און מיט די תורה וואס זי טורט זיך אין דריי חלקים, און מ'איז זיך דערנאך ממשיך אין אן אופן פון חוט המשולש, וואס מ'האט א חזקה, כולל אויך דעם אפטייטש פון שטארקייט, אז מ'האט אין זיך די שטארקייט גלייך ווי מ'וועט געבארן צו אידן, צו אידישע העלטערן, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט נאך צו די שטארקע צוגעגעבן פון זמן מתן תורתנו, וואס דא איז, ווי געזאגט, אונטערשטראכן אז דאס איז א גאנצער זמן, א המשך זמן, ביז א זמן נצחי, אין וועלכן ס'איז ניכר אין יעדער זאך, מחשבה דיבור ומעשה, ווי אזוי איז דאס איז דורכגענומען דורך דעם ענין פון תורתנו, וואס ווערט אנגערופן תורתנו דאס איז די תורה וואס מ'האט דאס געגעבן במיוחד צו אידן, און די אידן נעמען דאס דערנאך אראפ אין זמן און אין מקום, אז אין טאג-טעגלעכן לעבן און אין וועלכן ארט מ'געפינט זיך זעט מען, אז דאס רעדט זיך וועגן א מענטשן, סיי אנשים סיי נשים סיי טף, האט דער אויבערשטער געגעבן די תורה, און האט זיך דערביי דערציילט און אנגעזאגט, און געגעבן דעם כח, אז זיי זאלן דאס פלעקן און אזוי איינשטעלן זייער לעבן, ביז וואנענט ס'וועט זיין יעדערער וועט אנערקענען אפילו ניט-אידן, אז דאס איז תורתנו, דערפאר וואס יעדער טאג און יעדער טייל פון טאג פירט ער זיך און ייידערער טוט א זאך, גיט ער א קוק און באטראכ
- proofread
- 0