Paragraph
Paragraph rh-973z0f9a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jzcpymkc
- order
- Zl
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז בהם דאס ביתר שאת וביתר עוז, ביז אין תכלית השלימות, האט ער די אלע ענינים פון עבר אין דער פולער גאנצקייט און די פולע פעולות שלהם, ואדרבא ביתר שאת וביתר עוז. און ס'ווערט אויך על דרך ווי אין פעולת האדם איז דאך אויך דא די פעולות וואס ער האט געטאן ווען ער איז נאך געווען אלס טף, נאך די פעולות וואס ער טוט ווען ער ווערט בר-מצוה אדער בת-מצוה, און דערנאך ווען ער ווערט א גדול בן עצרים שנה וכיוצא בזה בהנוגע צו פרויען און מיידלעך, על אחת כמה וכמה ווען מ'איז בונה בית בישראל א בנין עד די עד, און בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי ווערן די אלע ענינים נצטרף צוזאמען און ס'ווערט די הקהל גדול, קהל טאקע לשון יחיד, צוזאמען דערמיט איז מען אויך מכריז אין דער נבואה, אז דאס איז א הקהל גדול, און מ'ווערט אן עם גדול, וואס האט זיך שוין אנגעהויבן בא יציאת מצרים, גדול עצום ורב, ווי מ'האט ערשט-ער געזאגט אין דער הגדה, וואס אויך די הגדה איז דאך אויך אין אזא אופן,
- proofread
- 0