English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

109 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דער ענין פון קרסומי ניסא בנוגע צו דיבור, אויך בדיבור, איז אויב בכל ימות החנוכה טוט מען דאס, על אחת כמה וכמה אין א טאג ווען מ'דארף נאך ממלא זיין, דאס וואס מ'האט ניט גערעדט בזמן הדלקת הנרות, חנוכה,

2מיט א טאג פאר דעם, וואס דאס איז דאך דער היינטיקער טאג, וואס מפני סיבה, ווי דער רעדט פרייטאג בארוכה, ס'דארף ניט נכשל ווערן וכו' האט מען דערפאר, בשעת אז בלקות הנרות במוצאי שבת, ניט געוואלט נוצן די ענינים וואס גיט איבער במרחקים, און ניט מציל זיין אנדערע וכו' וכו',

3דערוויילע איז דאך אבער אויסגעקומען, אז אף על פי וואס מ'האט גערעדט בשבת לפני זה, אבער בזמן הדלקת הנרות האט דאך ניט געווען דער דיבור אין פסומי משא איז דערפון גופא פארשטאנדיק,

4אז בהתדמנות הראשונה לאחרי זה, וואס דאס איז בא היינטיקער הדלקת הנרות איז דאך מתאים און ראוי אויף משלים זיין רעדן מערער ווי על דרך הרגיל, כדי צו משלים זיין אויך בפשטות וואס מ'האט ניט גערעדט בא דעם אנצינדן די פינפטע ליכטל.

5ובפרט נאך אז דער פינפטער ליכטל האט דאך א חשיבות מיוחדה, וואס דערפאר זאגן דאך די נשיאינו רבינו וועגן געבן חנוכה ליכט דעמאלט, כמוזכר אין די התוועדות שלפני זה,

6במילא איז זיך נאכמערער מודגש בשעת ס'פעלט עפעס א ענין דעמאלט וואס בשאר הלילות איז דאס יא געווען.

7דערצו קומט נאך צו נאך א ענין, ווי גערעדט בנוגע ווען ס'איז געווען די דריטע לרכו, אז דאס האט אן אויסנאם וואס דעמאלט איז דער נרות לבית הלל און דער נרות לבית שמאי,

8זיינען ביידע אין א מספר פון שלשה, אדער שלשה סתם, אדער שלשה בכפליים, וואס על דרך זה איז אויך בא דער זעקסטער לכחול איז אויך סיי בית הלל און סיי בית שמאי אין מספר הנרות שלשה אדער בכפליים פון שלשה, כמובן וגם פשוט.

9וואס האט דאס פאר א שייכות בכלל צו חנוכה, דער ענין פון שלשה איז דאס פארשטאנדיק וואס ס'ווערט דאך געבראכט אויך אין אחרונים בפוסקים, וואס ס'איז דא אין א מדרש, אין כמה דעות, ווי גאר אין שילטות,

10אז דארט שטייט בנוגע צו 'נר חנוכה', אז ”מזוזה מימין ונר חנוכה משמאל”, און בעל הבית אין א ציצית איז באמצע,

11און מ'פארבינדט דאס אויך וואס דאס איז דער ענין פון גריי.

12וואס דאס זעט מען דאך פון דעם מדרש, אז דאס האט א שייכות, חנוכה ”בכל לילה ולילה” איז דער ענין פון שלשה.

13על פי זה קומט דאך אויס גאר א דבר פלא, אז בשעת מ'צינדט בבית הכנסת, אט דאס צינדט מען דאך אויך יעדער נאכט, און פארקערט מ'צינדט דאס נאך ברוב הימים, איידער מ'צינדט דער בן נר חנה נכא פאר זיך, אין הויית פרטי,

14איז וואו איז דא דער ענין פון דעם ”חוט המשולש” בשעת הבית הכנסת איז פטור פון המזוזה, און ווי מ'זעט דאס בפשטות בבית הכנסת זה.

15אז ס'איז דא דער וואס צינדט אן די מנורה, דערנאך איז דא די נרות חנוכה, דער דריטער ענין פון מזוזה איז גאר ניטא.

16און אויב חנוכה איז טאקע פארבונדן מיט שלשה איז ווי קומט דאס, אז אין בית הכנסת וואס דאס איז בפרסום הכי גדול, ברוב אים איז דאך מערער ווי אין בית הכנסת שלא בערך ווי אין א בית פרטי,

17ובפרט לת מנהג רבותינו נשיאינו, ווי דער נשיא דורנו האט דערציילט, אז בשעת זיין פאטער האט געצונגען די נרות חנוכה, איז דאס געווען בביתו הפרטיים,

18און דערביי איז ער ניט געווען מערניט ווי די בני בית, איז דאך פארשטאנדיק און פארשטאנדיק נאכמער דער אויפטו און דער שטורעם פון דעם בית הכנסת, פון דעם ברוב אים שבדבר.

19און דוקא בשעת ס'איז דא ברוב אים, וואס דעמאלט האט דאך דער ענין פון שלשה, מער שייכות ווי מ'געפינט דאס בכמה ענינים, אז רבים איז ”מיעוט רבים שנים”,

20סתם רבים איז אבער שלשה, וואס דאס גופא איז דאך מדגיש אויך די שייכות פון שלשה מיט רבים, וכמובן פון כמה וכמה הלכות אין תורה.

21ביז דעם תוקף און בית דין.

22און דא קומט אויס, אז דוקא בבית הכנסת, און מ'איז זיך משתדל אז ס'זאל זיין ברוב אים און מיט מגונים און וכו,' און ס'פעלט לכאורה דער ענין פון שלשה.

23און ניט נאר ס'פעלט אמאל יא און אמאל ניט, נאר כאמור לעיל, אן אמת'ער בית הכנסת איז פטור פון א מזוזה.

24וויבאלד איז דער פטור פון א מזוזה, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'האט קיין ארט ניט נעמען א מזוזה און צוקלאפן איר און האלטן איר אין אן ארט וואס זי טוט ניט אויס, דערפאר וואס דאס איז ניט מקומה.

25איז דאס ניט איר כבוד, שטייט אויף דערויף ניט קיין ענין של איסור חס ושלום, ביז וואנענט אז ס'איז דאך דא כמה מאורעות וואס די רבינו האבן געהייסן טראגן א מזוזה, אדער האלטן א מזוזה במקום ניט על הדלת, ניט על מזוזת הדלת,

26אבער דא רעדט זיך דאך על דרך הרגיל דאס וואס מ'דארף האבן חנוכה משמאל דערפאר וואס מזוזה מימין איז דאך דאס דוקא מזוזה מימין מצותו במקום מצותו, אז מזוזה ביתך כשעתה נכנס וואס דאס איז דער ארט פון רכתם המזוזה ביתך ואשריך.

27וואס יש לומר בפשטות, אז היא הנותנת.

28דער עיקר וואס מ'וויל האבן שלשה איז דאך כדי צו באווייזן אז דאס איז כולל שני חסובים המחחכישים, און דערנאך איז דא דער כתוב שיחריע ביניהם,

29עד"ז אויך בשעת ס'איז דא צוויי דיעות ווייס מען ניט ווי אזוי צו מכריע זיין אויב זיי זיינען ניט די זעלבע דיעה, וואס דאס איז דאך עפי טבע איז דאך ”אין דיעותיהן שוות”, אז ס'קומט צו דער שלישי איז אט דעמאלט ווערט דאס א שלום, אויך פון דער אפטייטש פון שלימות,

30אז די אלע דריי צוזאמען שטייען אלע אין זיי א שלימות שלא בערך ווי פריער, וואס פריער איז דאס געווען א באזונדער ענין, און איצטער איז געווארן אלע דריי אין מציאות אחת פון א בית דין אמיתי, וואס דאס איז דאך דוקא בשלשה.

31במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז אויב מ'וויל מדגיש זיין בחנוכה דער ענין פון שלשה איז דאס דארף מען ניט זוכן קיין זייטיקע טעמים, ס'איז גענוג אט דער טעם וואס מ'וויל מרגיד זיין בא חנוכה די שלימות ביי אידן, וואס דאס דריקט זיך אויס דוקא אין די ג' עמודים שעליהם ”העולם עומד”, עולם בכלל,

32דערפון אויך איז דוגמתו בהנוגע צו 'עולם קטן' איז אויך אז שלשה עמודים און אז ”שלשה דברים העולם עומד” אויך די דריי ענינים, 'תורה עבודה' און גמילת השדים, וואס אין דערויף טיילט זיך איין 'עבודת האדם'.

33דערפאר איז אויך אין עם ישראל תוצל זיך אויך אויף שלשה, כהנים און לויים און ישראלים, און ווי די גמרא איז מאריך בארוכה אין שבת, אין דער מסכתא פון אין דער מסוגיא פון פון מתן תורה,

34אז די הפלאות ענין פון די שלשה, אבער דארט איז אוריאם תליתאי און אים ”תליתאי, על ידי תליתאי”, משה רבינו וכו' וכו.'

35מ'געפינט בנוגע צו אים תליתאי צו אידן איז כאמור לעיל איז דאס אים תליתאי, דערנאך איז דא בשעת מער בפרטיות טיילן זיך אידן,

36”אתם נוצבים היום כולכם” איז ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימך”, און ווי ער טייטשט דאס אפ אין זהר, אז ניט 'ראשיכם לשבטיכם', אויב אזוי קומט דאך אויס ס'איז דא מערניט ווי ניין סוגים,

37נאר דאס איז צוויי באזונדערע סוגים, פון ראשיכם איין סוג, שבטיכם א צווייטער סוג, ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימך” ווערט דאס עשר סוגים.

38וואס דאס איז דאך אויך די שלימות פון אידן איז ווי זיי שטעלן זיך אויס, און ווי דער פסוק זאגט, אז בשעת מצבים ”לפני הוי' אלקיכם” כולכם דארף מען זיך אויסשטעלן אין פרטים, וואס דאס איז אלע עשר סוגים.

39און ווי מ'געפינט דאך אזוי אויך בנוגע צו ספירות, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אדם העליון, איז דארט אויך די זעלבע צוויי חלוקות ספירות טיילן זיך אין ג' קוים, בדוגמא פון ”תורה עבודה וגמילות חסדים”, חסד גבורה און תפארת,

40און מער בפרטיות איז שלימות הספירות איז בשעת זיי טיילן זיך אין ”עשר לא תושע” און ”עשר לא אחדת”.

41במילא, בשעת מ'קומט אין בית הכנסת, און מ'פארבינדט דאס מיט תפילת מנחה, וואס דאס איז דער ”מנהג ישראל”, ניט אנצינדן אין א פוסטן בית הכנסת, נאר דוקא ס'זאל זיין פארבונדן מיט ”פרסומי ניסא”, וואס דערפאר איז דאך צינדט מען דאס דאך אלעמאל בהמשך צו א תפילה, און ווען די מתעספים בהתפילה זיינען נאך דא,

42איז דאך דעמאלט דא א גרעסערער ענין ווי דער ענין פון שלשה דעמאלט איז דא דער ענין פון עשר אדער נאכמערער, במילא איז ”בכלל מאתיים מנה” דארף מען ניט האבן דעם ענין פון שלשה, דערפאר וואס מ'האט א גרעסערן ענין ווי מ'האט דער ענין ווי דאס איז אין 'תכלית השלימות', און ס'ווערט אנגערופן אן עדה קדושה,

43”אלקים נצב על דת א-ל בקרב אלקים ישפוט” איז דעמאלט איז גענוג שלשה, אבער ס'זאל זיין דעם אמת'ערן נצב וואס דעמאלט דארף מען דוקא האבן ונקדשתי דארף מען האבן ס'זאל זיין עשר עשר מישראל.

44און דערפאר וואס דאס איז א גרעסערע דרגא, אבער אויך אין דעם זעלבן סוג, אז ס'זאל זיין ניט ”מיעוט רבים שנים”, און אויך ניט רבים ווי דאס איז שלשה, נאר רבים א דבר שבפרהסי, איז דער דין איז, אז בשעת ס'איז דא צען איז דאס איז די פרהסי הכי גדולה.

45וואס דערפאר איז דאך בנוגע צו שינויים אין אות חאות פון ברכת המזון איז דאך דא די סברא פון תנאים, אז מ'זאל מחלק זיין פון מאה און אלף און רבבה וכו און דער דין בלייבט, אז מ'איז מחלק א חילוק פון א יחיד, און דערנאך א חילוק פון שלשה, און דערנאך איז דער חילוק ווי דאס ווערט עשרה.

46און מעשרה ולמעלה איז דער זעלבער נוסח.

47וואס על פי זה איז אויך יש לפדש בפשטות די שאלה וואס ס'ווערט דאך וואו איז דא דער ”חוט המשולש” בשעת מ'צינדט ברוב אים און מיט א התפעלות און מיט א התרשמות וכו בבית הכנסת?

48איז דא דער ענטפער אויך בפשטות, אז אין בית-הכנסת איז דא נאך מערער ווי משולש און דא איז דא דער ענין פון עשר, וואס דעמאלט איז דאס נוסף וואס דאס איז א בית דין קדוש איז שלשה ווערט דאס אן עדה קדושה, וואס דאס איז בשעת ס'איז דא עשר.

49וואס דאס איז די הקדמה אויך וואס מ'טיילט אויס אט די טעג ווען מספר הנרות שטעלט זיך אויס אין שלשה אדער אין כפליים פון שלשה, וואס אין דערויף איז דאך אויך אויסגעטיילט דער היינטיקער הדלקת הנרות, ווי די הדלקת הנרות פון יום השלישי.

50וכמדובר כמה פעמים, אז בשעת ס'קומט א יום מיוחד, איז מען זיך משתדל געפינען די מעלות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דעם טאג, וויבאלד אז אין דעם טאג איז ”מזלו גובר”, וואס דערפאר איז אויך ווי מ'געפינט אין די מאמרים פון רבנותינו נשיאינו,

51אז בשעת ס'איז די מאמרים פארבונדן מיט פסח, רעדט זיך דארטן ווי אזוי דער יו' טוב פון פסח איז דער גרעסטער יו' טוב מער פון אלע איבעריקע ימים טובים, מיט א ביאור און א ראיות פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה וכו די זעלבע זאך אז ס'קומט דערנאך ”חג שבוע, זמן מתן תורתינו” אין די דרושים פון שבועות איז רעדט זיך דארט דער זעלבער ענין,

52דעם עילוי שבדבר, מצד די מעלה וואס ס'איז דא אין חג השבועות אפילו לגבי חג הפסח און חג הסוכות, ועל דרך זה בחג הסוכות, וואס כאמור כמה פעמים, חס ושלום צו זאגן אז דאס איז באווייזן קונצן תורה איז ניט געמאכט געווארן באווייזן קונצן, דאס איז 'חכמתו ורצונו' של הקב"ה,

53נאר נשא וירדא כמה מדריגות, ביז וואנענט ס'ווערט אויך פארשטאנדיק, ”נתן לנו את תורתו” ווערט זי אויך פארשטאנדיק בשכל פון דעם אדם התחתון, עד כדי כך אז ס'קען אויך ווערן און ס'ווערט אויך א ”יחוד נפלא” מיט אים, במילא איז אויך פארשטאנדיק,

54אז דאס איז ניט אן ענין פון באווייזן א קונסט, נאר דאס איז אזוי, אז בשעת מ'האלט בא דער זעקסטער ליכטל על דרך ווי מ'האט געהאלטן בא דער דריטער ליכטל איז אט דעמאלט שטייט מער בהדגשה און מער בגלוי דער ענין פון שלשה, וואס דאס האט במיוחד א שייכות צו נרות חנוכה, דעת בית שמאו אין דעת בית הלל, און ווי ער זאגט א בעל הבית באמצע,

55כאמור לעיל. מ'האט דאך גערעדט בנוגע צו דעם ענין פון פרסומי נסיע, פארבינדן דאס מיט קריאת התורה פון יום זה, וואס אט דא קומט אויך צו א חידוש לכאורה ניט ווי מ'האט גערעדט פריער.

56בשעת מ'האט גערעדט אין דעם ענין פון פרייטאג, וואס ס'האט געדארפט אפלערנען פון דער קריאה פון יום השבת, איז דאך אט דעמאלט די קריאה מערניט ווי ”נשיא אחד ליום”.

57האט מען געזוכט א טעם, פארוואס בשער ימי החנוכה ביז דעם שעות'דיקן טאג איז געווען דוקא צוויי נשיאים, עכ"פ די התחלה פון א נשיא שני א

58צווייטן נשיא, ניט דוקא פון ”יום השני, משא"כ” אז ס'קומט צו די קריאה בתורה פון שבת, אז דעמאלט לייענט מען מערניט ווי איין נשיא.

59איז דאך דאס פארבונדן, וויבאלד אז אלע ענינים אין תורה זיינען בדיוק, איז זיכער האט דאס אויך א לימוד, נוסף אויפן פשטות, וואס וויבאלד אז מ'האט שוין די שבעה קרויים לפני זה, דארף מען ניט לייענען פון א נשיא וואס האט לכאורה קיין שייכות ניט צו דעם טאג,

60במילא לייענט מען מערניט ווי פון דעם ”נשיא אחד ליום” זה פון שבת, און מ'האט דאס מבאר געווען בדרך אפשר, אז יש לומר,

61אז וויבאלד אז שבת איז אינו מוכין צו א טאג לפניו אדער א טאג לאחריו, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז די קריאת התורה פון שבת דארף אויך ניט זיין קיין הכנה צו א טאג און קריאה שלאחרי זה אפילו בדרך תפל אויך ניט.

62און וואס דערפאר איז דאך אויך די הוראה איז דאך בהנוגע צו דעם אידן ער זאל וויסן דעם מעשה הוא העיקר ווי ער זאל זיך אויפפירן דארף ער דאס ניט נעמען פון שבת אויף יום שלאחרי זה, אע"פ וואס בכלל איז מפרחין ”על צרכי ציבור” בשבת אויף די צרכי ציבור פון די אלע זעקס טעג שלאחריו.

63בשעת מ'וועט איצטער וועגן אפלערנען פון קריאת התורה פון מארגן אינדערפרי, וואס דאס איז פארבונדן מיט די הדקת הנרות פון היינט ביינאכט, גיט מען א קוק די קריאת התורה פון מארגן איז אויך מערניט ווי ”נשיא אחד ליום”,

64במילא איז דאך לכאורה באווייזט דאך דאס, אז דא איז ניטא אין ענין אחוץ אט דעם טעם וואס ווען מ'דארף ניט אנקומען צו נשיא שני איז מען יוצא מיט נשיא אחד,

65קען מען דאך ניט זאגן דעם טעם אז דאס איז דער טעם פון שבת, אויב אזוי ווערט דאך א שאלה בנוגע צו ”ראש חודש, און ראש חודש” לייענט מען אפ אויך מערניט ווי ”נשיא אחד ליום”, וואס ראש חודש איז בפירוש מכין אויך צו דעם יום שלאחרי זה,

66און נאכמערער צום כמה ימים שלאחרי זה.

67וויבאלד אבער אז די זאך לייגט זיך אין שכל לכמה ענינים פון תורה, מוז מען זאגן אז ס'האט אויך ”על כל פנים מעין” זה בראש חודש פון דעם טעם וואס מ'האט געזאגט בנוגע צו שבת,

68און דער ענין בזה איז, און מאכט די זאך נאך געשמאקער, אז מ'לערנט דאס אפ פון דעם ענין פון קריאת התורה בראש חודש, דעם דמיון וואס ס'האט ניט צו קריאת התורה בימות החול, נאר צו קריאת התורה פון שבת און יום-טוב און חל המועד.

69פון די טעמים וואס בימות החול לייענט מען מערניט ווי ג' גברא, מערניט ווי שלשה קוראים, איז איינע פון די טעמים בזה איז, אזוי ווי דאס איז דאך א יום העבודה,

70וואס ”עשית כל מלאכתך” ווי דער לשון איז גאר אז דאס איז א מצות עשה, במילא איז משום טירחא דציבורא, וואס זיי דארפן לאחרי התפילה לערנט מען דאך בית הכנסת דעם שיעור אין תורה, און דערנאך ”הנהג בהן מנהג דרך ארץ” איז דערפאר איז די קריאת התורה שבבית הכנסת מערניט דער הכרח שבדבר,

71וואס ”אין פחות משלשה” וויבאלד אז ס'רעדט זיך וועגן א דבר חשוב, אבער מוסיף זיין אין קריאת התורה ווי אין 'מת החול', וואס דאס איז א יום של חול, און דערנאך דארף דארט גיין ”יוצא האדם לפעלו ולעבודתו עדי” ערור האט מען דערפאר געזאגט, אז מער ניט.

72משא' כן בשבת וואס דעמאלט איז דאך ”שבת וינפש” פון אלע מלאכות, קען מען לייענען אפילו ”שבעה קרויים, ביו” יום טוב וואס דעמאלט איז מערניט ווי מלאכות,

73וואס זיינען ניט קיין מלאכת שכל נפש, זיינען אסורים, אבער מלאכת שכל נפש זיינען דאך מוטרים, און נאכמערער ס'דארף דאך זיין כדי ס'זאל זיין די פרישקייט אין די סעודת יום טוב, כמבואר בפוסקים בנוגע צו כמה תבשילין וכו,'

74איז דערפאר איז דעמאלט איז די קריאה ניט פון שבעה, נאר וואס דען מערניט ווי פון חמשה.

75על דרך זה איז דאך אויך יום כיפור, וואס דעמאלט איז דאך ניט שייך קיין מלאכת שכל נפש, ולאידרגיס איז דאס איז ניט דער ענין פון שביתא ווי דאס איז ביום השבת, איז דערפאר איז דאס אויך בינתיים צווישן פינף און זיבן, וואס דערפאר איז קריאה פון יום כיפור איז בששה.

76בשעת מ'קומט צו די קריאה פון חול המועד, זאגט מען, אז וויבאלד אז דעמאלט איז מותר ניט נאר מלאכת שכל נפש נאר אויך א מלאכה פון א דבר העביד דארף ער האבן נאך צייט אויף ברכת ”הוי' אלקיך בכל” אשר תעשה דערפאר האט חול המועד געמאכט ווייניקער טאקע,

77מערער ווי יום החול, וויבאלד אז רוב המלאכות זיינען גאר אסור דעמאלט לאידך האט מען געמאכט ווייניקער פון יום-טוב, וויבאלד אז מלאכת שכל נפש איז נוסף על זה אויך מלאכה וואס איז אבודה איז ”מותר בחול המועד”,

78דערנאך אז ס'קומט ראש-חודש זעט מען אז דעמאלט לייענט מען אויך ד' גברי קומט אזוי ווי חול המועד, וואס דערפון פארשטייט מען, אז אויך דעמאלט איז אין ענין המלאכה,

79וואס בימות החול ניטא אין דערויף קיינע הגבלות, נאר קען טאן א מלאכה אויף יום זה און א מלאכה אויף כמה ימים וכו,' אז ס'קומט צו ראש חודש קען מען מאכן די טירחא דציבורא, מ'זאל לייענען נאך א צווייטן און א אויפרופן נאך א פערטן מענטשן,

80א פערטן אידן, דערפאר וואס דאס וועט ניט אנרירן דעם ענין פון חם לחתך אשר תעשה ווארום בראש חודש איז דא כמה מלאכות וואס מ'טוט ניט אף על פי וואס מצד אז די מעג מען דאס טאן.

81ביז וואנענט אז ס'קומט צו נשי ובנות ישראל איז דאך א מנהג אין אותי מלאכה בראש חודש, און מ'זאגט, אז דאס וואס אנשים טוען יע מלאכה, איז דאס ניט דערפאר וואס זיי זיינען במילא לגבי נשים ובנות, נאר דאס איז פונקט פארקערט, אזוי ווי בשעת ס'איז געווען דער חדר העגל,

82איז נשים ובנות איז ניט נאר זיי האבן זיך ניט משתתף געווען, נאר זיי האבן גאר ניט געוואלט האבן דעם גאנצן ענין האט מען זיי געגעבן דעם שכר, אז בשעת ס'קומען דער ענין פון עוקבא למעלה, וואס דאס איז דער ענין פון לבנה, ראש חודש, און אזוי איז דאך אויך בנוגע צו מבנה פון א גוף הישה איז דאך פארבונדן מיט חודש,

83כמובן וגם פשוט פון ימי החודש די ימי טהרה וכו משא"כ ביי אנשים איז דאס ניטא, זיי האבן מער שייכות צו חמה.

84און וויבאלד אז בחטא עגל האט זיין נשים ובנות געשטאנען בעילוי גדול, ביז אין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט כל העבירות און כל המצוות כולם, אז ס'איז געקומען צום עגל, כמוזכר בארוכה און פרקי דבליעזר ובכמה מקומות, איז מצד דער מהדר המעלה ביי הנשים דערפאר טוען זיי ים ”מלאכו בראש חודש”,

85וואס דאס איז נאכמערער מדגיש ווי אזוי ווי אין ראש חודש איז אויך דא א מעין פון העדר המלאכה, ווי גערעדט בנוגע צו שבת אדער יום טוב, אף על פי וואס דארט איז דאס מערניט מצד המנהג אדער מצד ”מנהג ישראל” וכו' וכו וואס אין כאן המקום להאריך בזה.

86און ווי מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז וויבאלד בראש חודש, איז אט דעמאלט דאווענט מען א תפילה נוספת מותב, און בשעת בציבורו איז דא א קרעין אותו פאר פערטער גברי איז דאך בדרך ממילא נעמט מען אראפ צייט פון דער מלאכה, קען ער ניט טאן כמה מלאכות וואס אזוי וואלט ער דאס יאר געקענט טאן.

87במילא האט דאס אויך דעם זעלבן טעם, אז וויבאלד אז דאס איז א טאג וואס ער איז פאר זיך, און מ'דארף ניט טאן קיין מלאכה, וואס ס'איז ניט פארבונדן הכרח בראש-חודש, אויב מ'קען דאס נאר אויסמיידן,

88צי מצד המנהג צי מצד עוזו טעם שיהי,' דערפאר איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס קומט ארויס די הוראה אין קריאת התורה, אז מ'לייענט מערניט פון ”נשיא אחד ליום” על דרך, ווי דערמאנט פריער בנוגע צו קריאת התורה וכו.'

89די הוראה אבער דארף דאך זיין פון קריאת התורה, איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז די הוראה איז דא פון דעם ”נשיא אחד ליום”, און דאס איז א הוראה הכי גדולה, במילא דארף מען גאר ניט אנקומען צו א צווייטן נשיא.

90וואס איז די הוראה, כמדובר לעיל, אז מ'נעמט דאס פון דעם ”נשיא אחד ליום” פון דעם טאג, איז דער נשיא פון דער זעקסטער ליכטול בקביעות שנה זו איז דער ”נשיא לבני גד”.

91וואס פאר א הוראה האט מען פון דעם גד, פון שבט גד, דארף מען ווייט ניט זוכן, וויבאלד אז מ'ווייס אז ”שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש” אט דאס גיט ארויס דעם תוכן הענין און דאס איז אים מהוה און מוחייר און מקיים גיט מען א קוק אין תורה שבכתב בפשטות, אין פשוטם של מקראות,

92זעט מען, אז וואס איז דער טעם וואס מ'האט אים אנגערופן בשם גד בגלוי?

93דערפאר וואס דאס איז דאך געווען א מזל'דיקער קינד, ער איז געבארן געווארן מצד מזל למעלה ווי ס'האט געדארפט זיין על פי דין, וואס דאס איז דאך דער פשוטו של מקרא,

94במילא האט מען, ס'איז דאך דא אלע י' ב' שבטים זיינען דאך געבענטשט בכמה וכמה ענינים, ”איש אשה כברכתו ברך אותם”, דערנאך איז דא אן אויסנאם אין אלע שבטים, וואס דאס איז דער שבט גד,

95אז דארט שטייט בגלוי, אז נוסף אויף דערויף וואס ”יגעת ומצאת” וכו' וכו האט דאס דעמאלט אז דער טאג גיט יעדער אידן א תוספת כח, אז נוסף פון ”יגעת ומצאת” וברכה ”הוי' אלקיך בכל השתתה וכו'” זאל ביי אים אויך זיין ווי דער ענין ווי ער קומט מצד מזל.

96אף על פי וואס ס'איז דאך אין מזל לישראל טייטשט דאך אפ ”תורת אמת”, אז אין מזל לישראל איז טאקע דער פירוש הפשוט, אז דער מזל ווי ער איז בא אומות העולם איז דאס ניט דא בא אידן, פארוואס איז דאס ניטא?

97דערפאר וואס עין אט דאס איז דער מזל פון ישראל, וואס דאס איז שלא בערך העכער פון דעם מזל פון אומות העולם, ווארום דאס גייט אויף אט דעם עין וואס מ'זאגט ”מאין יבוא עזרי” און איז גלייך מפרש, אז דאס איז גאר בניחותא,

98ווארום עזרי מא הוי' אויתי שמים וארץ וואס דאס איז ניט נאר אן ענטפער אויף א שאלה, דאס איז א ביאור, אז דאס וואס ווייזט זיך אויס אז ס'איז א שאלה ”מאין יבוא עזרי” איז דער תירוץ אויף דערויף, אז עזרי קומט פון איין,

99אבער ניט ווי עין שטייט פאר זיך ערגעץ-רוב, נאר ”עזרי מאות הוי” ווי ער קומט אראפ אין אותי שמים וארץ.

100וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון עין, מזל ישראל, מיינט דאך די גמרא דערביי, און חסידות ברענגט דאס אראפ דערביי, אז אדרבא דאס באווייזט, אז נוסף וואס אידן דארפן באקומען, און באקומען וואס זיי קומט, באקומען זיי אויך אט דאס וואס זיי ווערט נשפע פון מאין ביז דאס קומט אראפ אין אותו שמים וארץ.

101וואס דאס גיט נאכמערער כח, 'כללות ענין' פון הדלקת נרות חנוך ”על פתח ביתו מבחוץ”, איז דאך כמדובר לעיל בארוכה אויף מאכן ליכטיק בא זיך אין הויז, ביז וואנענט אז ס'ווערט א בית מלא אורה,

102און דערנאך איז דאס מבחוץ, אז ס'איז מאיר אויך בא חירושות הרבים, און דארט טוט דאס אויף קליא ריגלי דתלמודאי ווי גערעדט בארוכה אין די התוועדות שלפני זה,

103האט מען אין דערויף, נוסף וואס מ'טוט אין דעם, וויבאלד אז מ'האט די שליחות בזה פון ”מלך מלכי המלכים הקב"”, הוא עושה שמים וארץ האט מען אין דערויף אויך דעם סיוע,

104נוסף פון מלכתך אשר תעשה און אין דעם מלכתך וברכך הוי' אלקיך בכל אשר תעשה קומט צוגיין אט דער טאג פון חנוכה און איז מדגיש און זאגט, אז דערנאך איז מען דאס ממשיך בכל ימי החנוכה, און פון חנוכה איז דאס מאיר דערנאך אין כל ימות השנה,

105ובפרט נאך אז דאס איז על שנת הקהל, און על שנת תסמח ותשמח, כמוזכר לעיל כמה פעמים, אז ס'ווערט א מזל'דיקער יאר בכל הענינים ובכל הפרטים, און א יאר פון הכל האנשים והנשים בטף ושמו און א יאר פון ענין פון תסמח און פון תסמח.

106ולכל לראש, אז ס'קומט דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט זעט מען בא זיי דער עין מזל פון ישראל שטייט בגלוי, ”לא יכנף מעוריך והיו עיניך רואות את מוריך"”, ותיכף ומיד ממש, ו”לא עיכבם, אפילו כהרף עין”.

107ובפרט נאך אז מ'איז זיך מסיים כרגיל וכמוזכר על ידי געבן די שליחות אויף צדקה דורך די טאנקיסטן, היילט דאס נאך מערער צו, אז ניט נאר אז כהרף עין איז מען ניט מעכב, נאר ס'קומט נאך שנעלער,

108און ס'ווערט דער אחישנה און מ'שטייט אין 'ארץ הקודש' אין אן אופן פון ”ירחיב הוי' את גבולך” און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש, ובהר הבית, ובבית המקדש השלישי, בדוגמא ווי דערמאנט פריער בארוכה די שייכות אויך צו ימי חנוכה.

109ועוד והוא העיקר, אז מ'גייט גלייך ארויס פון גלות, און מ'טאנצט גלייך ארויס גלייך ארויס גלייך אריין, אין גאולה האמיתית והשלימות, צוזאמען מיט שכינתא און צוזאמען מיט משיח צדקנו, והקיצו ורננו שוכני עפר אויך מעתיתיהו מיוחנן כהן גדול ובניו, צוזאמען מיט נשיאי דורנו וכו', ותוכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים