עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

39 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דער יום היתרדות וואס איז פארבונדן מיט י'ט' כסלו, מיט די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן ערוך, מיט הונדערט און אכציק יאר צוריק,

2און ווי דערציילט אין די סיפורי הגאולה ווי אזוי דאס איז פארגעקומען, האט ער דאס אנגעהויבן נאך בייטאג, און דערנאך האט זיך דאס אריינגעצויגן מפני כמה סיבות, ווי דערציילט בארוכה אין די סיפורים וואס זיינען שוין אויך געדרוקט אין דעם לאו כ' כסלו,

3וואס דערפאר איז דאך אויך דער מנהג איינגעשטעלט געווארן, און ווייזט אויס נאך גאר פון די ערשטע יארן, אז די התוועדות העיקרית קומט פאר לאו לכ' כסלו, כסלו דער לילה וואס איז פארבונדן מיט יט' כסלו ווי בא עניני קדשים, וואס ”הלילה הולך אחר היום”.

4וואס דאס איז דאך אזוי ”מידי שנה בשנה”, ס'איז דא אן ענין נוסף אין דעם יאר, וואס די קביעות איז ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה בשעת דער אלטער רבי איז ריגל געווארן ממעשרו, אין בית האסורים,

5כמסופר אין די מגילה פון יו טס כסלו, וואס איז אנגעשריבן געווארן און שוין אויך אפגעדרוקט דורך דעם רבי'ן מסידורנו, דורך דעם רבי'ן דעם שווער.

6און וואס דאס איז דאך אויך, ווי פארשטאנדיק פון דעם אלטן רבי'ס ווערט ער אליין, חלק און א שייכות צו דער גאולה, ניט נאר וואס דאס איז בי"ט' כסלו, נאר אויך דאס איז וואס דאס איז ביום השלישי, וואס ער איז דאס מדגיש דערמאנענדיק וועגן זיין גאולה ביידע זאכן,

7סיי דעם יום בחודש און סיי דעם יום בשבוע.

8וואס אף על פי אז בשעת ס'איז דא א חילוק אין דעם, איז דער עיקר ווי אין אלע מועדים ורגלים ביי אידן איז דאך די קביעות אין יום החודש ניט אין יום השבוע, ס'איז דאך אבער דא מועדים וואס מ'דערמאנט מלכתחילה ניט אין יום השבוע,

9ביז וואנענט אז ס'איז גאר דא א מחלוקת ווי מ'געפינט דאס גלייך בא ”ראשון לרגלים” וואס דאס איז דאך לחג הפסח, איז דאך דא א מחלוקת אין גמרא ווען דאס איז געווען?

10ביום השבוע, און לכל הדיעות איז דאס געווען בחמשה עשר בניסן, אפילו אין די מואבים וואס דארט איז ניטא קיין מחלוקת אין דער קביעות השנה אין וועלכן טאג אין וואך דאס איז אויסגעקומען איז דערמאנט מען ניט דעם יום השבוע מלכתחילה,

11וואס דאס גופא איז מדגיש אז דארט איז נוגע מערניט ווי די קביעות בחודש.

12וויבאלד מ'דערמנט ביידע ענינים איז פארשטאנדיק, אז אע"פ וואס דער עיקר, כאמור, איז די קביעות בחודש תשעה עשר בו און דערנאך ציט דאס אריין אין כ' בו האט אויך א חלק בזה דער ענין פון יום השבוע,

13וואס דערפאר דערמאנט מען דאס גלייך דער בעל הגאולה והשמחה, דער אלטער רבי אליין, און דערנאך די נשיאים ממלאי מקומו, מזמן לזמן דערמאנען זיי אויך אז דאס איז געווען ביום השלישי.

14דאס איז נאכמער נודגש אין ווי אזוי דאס איז א חלק און א שייכות צו דעם ענין הגאולה, וואס דער אלטער רבי שרייבט דאך אין זיין אגרת בנוגע לגאולתו,

15אז דאס איז געווען ווען ער האט געזאגט אין תהלים דער ”פדה בשלום נפשי” איידער ער האט אנגעהויבן דעם פסוק שלאחריו, וואס דאס איז דאך די קביעות אין שיעורי תהלים, אין דעם שיעור וואס דאס איז פארבונדן מיט יום שהוכפל בו כי טוב, וואס דאס איז דער ענין השלום, וואס דאס איז געווען ביום השלישי.

16און ווי פארשטאנדיק פון סיפורי המקראות, אז ס'איז געווען דער ענין השלום ערשט ביום השלישי.

17ביום הראשון איז ניט געווען קיין מציאות פון שלום דערפאר וואס ס'איז געווען יום אחד, מערניט ווי 'יחידו של עולם'.

18שלום איז שייך זאגן ווען ס'איז דא צוויי ענינים, און זיי זיינען ניט בשוה, איז דעמאלט איז דער ”עושה שלום במרומב”, וואס דאס איז געווען ערשט ביום השלישי, נאך דערויף ווי ס'איז געווען דער ענין פון ויבדל ביום השני.

19און וואס דער שיעור וואס איז דעמאלט געווען אין אמירת תהלים אויף זאגן ”פדה בשלום” איז דאך דאס מצד דעם יום בשבוע, וואס דאס איז דעם שיעור פון יום השלישי בשבוע.

20ניט מצד יום החודש, אף על פי וואס אויך דער שיעור און די תוכן פון דער קאפיטל תהלים שבו איז דאך מבאר רבי דער שווער, נשיא דורנו, און מסיום שיחה הידועה, בשייכות צו די ענינים פון י'ט' כסלו, אבער דאס קומט דאך א הוספת ביאור אין כמה דורות לאחרי זה,

21אט דאס וואס מ'האט גלייך מדגיש געווען, האט מען מדגיש געווען די אמירת תהלים פון יום זה, וואס דאס איז געווען דערפאר ווערט די אמירת תהלים מצד די קביעות ”בימי השבוע ביום” השלישי.

22וואס דאס איז דאך אויך די קביעות בשנה זו, וואס דערפאר איז דאס נאכמער מדגיש די ענינים וואס מ'דארף ארויסנעמען פון יו ט' כסלו, וואס ס'איז דאך ”המעשה הוא העיקר” פון יעדער ענין ארויסנערן א הוראה למעשה בפועל,

23איז נאכמער בהדגשה בשנה זו, וואס דעמאלט איז דא די השפעות און די המשכות מצד די קביעות בימות החודש, און די השפעות והמשכות ווי די קביעות בימי השבוע, ווארום ס'איז דאך כל יומא ויומא עביד עבידתי ווי ער זאגט אין זהר וכמה מקומות,

24וואס דאס איז געזאגט געווארן מלכתחילה בנוגע צו ”ששת ימים עשה הויית השמים ואת הארץ” ווי דער זויר איז מדייק, און ווערט אויך אראפגעבראכט אין שאלות ותשובה הרשב א הידועה, אז אז מי דער לשון איז ”בו ששת ימים” נאר ששת ימים אז די ששת ימים אליין איז עביד עבידתי דערפון לערנט מען דאך אויך אפ,

25אז בהנוגע אז יעדער טאג דארף טאן עבידתי מצד כל עניניו, אויך מצד דעם ענין וואס ער איז דער יום בחודש, כמודגש בהנוגע צו זמן חירותינו,

26און צו ”זמן שמחתנו”, אז דאס איז בחמשה עשר בחודש, וואס דעמאלט איז ”קיימא סיהרא באשלמותא” און אידן זיינען דאך מומין ללבנה וואס

27דערפאר איז הם ”עתידין להתחדש כמותה” און בשעת די לבנה איז במילואה איז דעמאלט איז דער עת רצון און שעת הקושר אזוי איז די אלע ענינים פון אידן בכלל ובפרט די ענינים פון אידן פארבונדן מיט אידישקייט, וואס דאס איז דאך דער עצם מציאות פון א אידן, איז דאך דאס אלס א יחיד,

28איז דאך דאס די אידישקייט תורה ומצוות ”הם חיינו ואורך ימינו”, ביז וואנענט אז מ'זאגט דאך, אז דורך דער אות שבתורה ווערט א איד א מציאות,

29וואס ”יש ששים ריבוא אותיות לתורה” איז דאס ווערט דער ראשי תיבות פון ישראל, און מ'זאגט אויף דערויף ”וזאת לפנים בישראל” דאס איז די פנימיות פון יעדער אידן, כמובא בכמה מקומות, און

30דערנאך אויך במשך כל ימי חייו דארף דאך זיין אויף יעדער ענין זיינער ”כל מעשיך לשם שמים” ולכל דרכיך דעהו ווי אזוי ווייס ער ווי אזוי צו פירן זיך אז דאס זאל אויסגעפירט ווערן?

31איז דאך דאס על ידי התורה, וואס זי איז דאך מלשון הוראה, בתורה איז זי באלייכט אים זיין דרכו בחיים, המעשה אשר יעשון ואלה ”אשר לא תעשינה” ווערט דאס דערנאך נמשך אויך דורך 'שני אור', די צוויי ענינים שבתורה,

32חלק הנגלה בתורה און חלק הפנימי שבתורה, וואס נתגלתה על ידי תורת החסידות, אנהויבנדיק פון בעל שם טוב, און דערנאך על ידי ממלא מקומו, און דערנאך דורך דער נשמה חדשה, דורך דעם אלטן רבי'ן,

33ביז וואנענט אז מ'זאגט אז דאס איז ניט צוויי באזונדערע זאכן חס ושלום, נאר פון 'שני אור' ווערט איין און איינציקער ווארט, וואס דאס על פי תורה, וואס דערפאר איז דאך דאס אזוי נוגע בנוגע צו כתירות השמות,

34וואס דאס באווייזט אז דאס ווערט איין און איינציקע זאך, ”תורה אחת לכולנו”, און דערפון ווערט דערנאך נמשך צו דעם ”גוי אחד בארץ” וואס אף על פי וואס ס'איז ”מפוזר ומפורד בין העמים”,

35פונדעסטוועגן איז דאס אן עם אחד אפילו זייענדיק מפוזר ומפורד, איז בפנימיותו ובאמיתו שלו איז דאס א גוי אחד זייענדיק בארץ אפילו ווי ער פארנעמט זיך מיט עניני ארץ מעשיך און דרכיך איז דארט איז ער ממשיך בארדות פון הקב"ה בלשון הגמרא,

36אז לכתו למעלה ולמטה ולד'ס סטרי וואס דאס איז דער ענין פון קריאת-שמע, ווערט דאס דערנאך נמשך, אז אזוי דאל זיין בכל הפעולות שלו,

37זאל אויך נמשך ווערן די אחדות, ולשם שמים און דוהו פון הוי' אחד, און דאס איז דערנאך ממשיך די אחדות בעולם, ווי געזאגט פריער, ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ אין אגרת הקודש, אז ”גוי אחד בארץ” אז זיי זיינען ממשיך אחד, אחדות אין עניני ארץ וארציות,

38ביז וואנענט אז דאס ברענגט, על ידי מעשינו ועבודתינו בזה, בקרוב ממש לימים, וואס אויף זיי זאגט ער אין פסוק אז ס'וועט זיין ”הוי' חד ושמו אחד” ביז וואנענט אז ס'ווערט דער זעלבער ענין און דער זעלבער אופן און דער זעלבער זאגן בדיבור,

39כמשה אני נכתב כך אני נקרא בקרוב ממש בביאת משיח צדקנו, בגאולה האמיתית והשלימה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions