English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

82 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דער ענין ההתוועדות וואס איז פארבונדן מיט י' כסלו, דער חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, און דערנאך איז נאך דא דער שינוי ווי דאס קומט אויס אין ימי השבוע, וואס דאס איז ווי די קביעות פון היינטיקן יאר איז דאך דאס ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב.

2וואס דאס איז דאך דער ענין פון גאולה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז אן ענין פון טוב בכלל, ובמיוחד, אז וויבאלד אז מ'זאגט גאולה איז דאס גופא איז דאך מדגיש,

3אז לפני זה איז דער מצב א הפכי פון גאולה, און דערנאך ווערט דער פדה ווערט דער ענין הגאולה, איז דאס ניט סתם טוב על דרך הרגיל נאר דאס איז א טוב בהוספה, אז דאס קומט מן המצב ההפכי ווערט מען נגאל.

4וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק אויך דער קשר מיט די כללות הפרשה, וואס הויבט זיך אויך אן, ובפרט דער שיעור פון יום השלישי, איז דאך פארבונדן אז יעקב איז געווען פריער דער ענין פון פניה מיט א י,

5און דערנאך שטייט ”ויזרח לו השמש” איז געווארן פנויל מיט א ווי דער צמח צדק צייכנט-צו, אז מ'זאל אריינקוקן אין אור תבל להמגיד, ווי ער איז דאס מפרש, און ס'איז דאך דארט מפרש, אז בשעת אן עשיר גיט ענני איז דעמאלט א משפיע צו ענני,

6איז דאך דא אין דערויף די השתלשלות און דער סדר אז פריער איז דא די התעוררות בא משיר בכללות, בשכל שלו, אין חכמה שלו, וואס דאס איז אן ענין פון א יו ד,

7און דערנאך ווערט דאס נמשך ביז דאס קומט-אן צו דעם עני אין אן אופן פון א וו אט דער עצם צורף פון א וו איז דאך א 'המשכה מלמעלה' למטה, און אויך די התחלה פון א וו איז דאך, אז ס'איז דא א יו ד,

8און דערנאך איז מען ממשיך פון דעם יו ד למטה ווערט דערפון א וי וואס דאס איז אויך ”ויעזרח לו השמש” אז בשעת ס'ווערט דער זריחת השמש ווערט פון דעם יו ד ווערט דערנאך א וי ווערט בדרך ממילא אויך נמשך דער שינוי ביז אין מקום כפשוטו,

9ופשוטו של המקראות, אז פריער האט דאס געהאט דעם נאמען פניאל און דערנאך איז געווארן דער נאמען פנויל מיט א ו וכמדובר כמה פעמים, איז דאך יעדער ענין אין תורה אן ענין פון א הוראה,

10על אחת כמה וכמה ווען דאס איז נאך פארבונדן מיט די אבות, וואס ”מעשה אבות סימו לבנים” און אין די אבות עצמם איז דאס ניט א מעשה וואס האט זיך געטאן בקשר מיט זייערע נכסים,

11אדער מיט זייער סביבה, אדער מיט זייערע בני בית, נאר דאס איז אן ענין וואס האט זיך געטאן מיט יעקב אבינו אליין, דער ענין פון ”ויעזרח לו השמש” צו יעקב אבינו, און ווי דער ”ויעזרח לו השמש” האט זיך אויך אויפגעטאן דער ענין פון דער רפואה אין יעקב'ן,

12וכמובן, כאמור, אויך אין פשטות הכתובים, על אחת כמה וכמה לויט די ביאורים אין ספרי מוסר און נאכמערער אין ספרי חסידות, איז דער אויפטו פון דער הוראה לגבי שאר הוראות, און אין דעם מעשה אבות לגבי שאר מעשה אבות, וואס דא שטייט דאך אפילו, כאמור, א מעשה אבות וואס איז פארבונדן מיט זייערע נכסים,

13עאכו"כ אז דא איז דאס מיט אן ענין בגוף פון דעם אבות אליין, ביז וואנענט אז ס'האט דאך א שייכות מיוחדה צו 'אחרית הימים', וואס דאס איז דאך אויך בפשטות דער ענין פון דעם גאנצן נס און דער מאורע און ויזך לו השמות איז דאך ס'פארבונדן ניט מיטן גוף,

14נאר פארבונדן מיט נצח והוז, וואס זיי זיינען מבר לגופו, פארבונדן גאר מיט דעם ”גיד הנשא שלו”, וואס איז פארבונדן מיטן רגל שלו.

15איז דאך פארשטאנדיק אויך, כמדובר כמה פעמים, אז פונקט ווי ס'איז דא די השתלשלות הענינים והמאורעות במשך ”כל שיט אלפי שני דהוי עלמא” דערנאך שפיגלט זיך דאס ”אפ בחיי של” כל אחד ואחת, און בחיי של כל אחד ואחת שפיגלט זיך דאס אויך אויף אפ במשך פון א שנה,

16וואס א שנה איז דאך כולל אין זיך אלע שינויים וואס ס'קען זיין, וואס דאס איז דאך איינע פון די טעמים פארוואס ס'ווערט אנגערופן בשם שנה כמדובר כמה פעמים, ויתורה מזו ביז וואנענט דאס שפיגלט זיך אפ?

17בכל יום ויום. וכמדובר כמה פעמים, אז די 'עבודת האדם' במשך היום זאגט מען אויף דערויף ”יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב” וואס דאס האט אין זיך די ביידע אפטייטשן,

18אז ”יצא אדם לפעלו” ווען ער ווערט געבוירן ולעבודתו 'עדי ערב' ווען ס'קומט דערנאך לאחרי מאה ועשרים שנה, על דרך זה איז אויך דא בכל יום ויום, און בשעת ער הויבט אן דעם טאג מיט מודה אני לפניך און דערנאך איז ער מסיים ”בידך אפקיד רוחי” וואס דאס איז בדוגמא און די אפשפיגלונג פון האמור לעיל.

19וואס דער לימוד מזה, ובהנוגע למעשה בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר”, אז ס'איז דאך דא אמאל אז דער קלוגינקער וויל איינרעדן, אז וואס איז אזוי די היילעניש, און וואס דארף מען זיך אזוי יאגן, און וואס איז אזוי די וויכטיקייט, ביז מאה ועשרים שנה האט ער נאך א ריבוי זמן,

20כמיילא וועט ער נאך האבן צייט אויף פארריכטן, ביז אויך משלים זיין, ביז אויך אין 'תכלית השלימות', ואדרבא דעמאלט וועט ער דאך זיין ”רוב שנים יודיע חכמה”, וועט ער דאך זיין קליגער, במילא וועט דאך זיין אויך מער פארשטאנדיקער, וועט ער בעסער וויסן ווי אזוי מ'דארף פארריכטן און וואס דארף מען משלים זיין און וואס איז די שלימות האמיתית.

21שפיגלט דאך דאס אפ על-דרך המדובר, אז די שמש ”הכי גדולה במקומה” שפיגלט זיך אפ אין ים הגדול, וביחד עם זה שפיגלט זי זיך אפ אין א 'טיפה אחת' של מים.

22וואס על דרך זה אויך איז דאך בשביל ישראל און ”את העולם נתן בלבא” אז יעדער זאך פון וועלט און גאנץ 'סדר השתלשלות' שפיגלט זיך דאס אפ בחיים פון א אידן,

23וואס ער איז דאך ”אדם אדמה לעליון” איז פארשטאנדיק בשכל הפשוט פארוואס ס'דארף זיך אין אים אפשפיגלען, ווארום ער איז אדמה צו אדם העליון, וואס ער האט באשאפן די כל הענינים, דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז פונקט אזוי ווי ”נסתכל באורייתא וברא עלמא” איז דאך דא אין תורה די ענינים ווי זיי שטייען אין כללות שבכללות,

24און דערנאך איז דא ווי די ענינים קומען אראפ אין א כלל גדול, און דערנאך איז דא ווי זיי קומען אראפ אין א כלל סתם, און דערנאך איז דא ווי זיי קומען אראפ אין פרטים ופרטי-פרטים,

25איז זיי אלע מורע אחד ניתנו זיינען זיי אלע געגעבן געווארן פון ”אנא נפשי כתבית יהבית” און זיינען אלע נכלל אין דעם ערשטן ווארט אנכי און אין אים גופא אין דעם ערשטן אות פון אנכי אין דעם אליף,

26און אין דעם אליף גופא אין התחלה פון דעם אליף, ביז אז דאס ווערט אויך נמשך ביז אין פרטי פרטים וואס כל ”מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש בסוף כל” הדורות, וואס דאס איז דאך א פרט שבפרט, וויבאלד אז דאס קומט ערשט בסוף כל הדורות.

27וואס על דרך זה איז ווערט דאס גלייך אן ענטפער, אז ס'קומט צוגיין א קלוגינקער אדער ווער ס'זאל ניט זיין, און הויבט אן וואס איז אזוי די יגעניש און וואס איז אזוי די היילעניש און וואס דארף מען טאן אפלייגן אלע גוטע זאכן און גלייך משלים זיין אדער ממלא זיין,

28אן ענין ”שהזמן גרמא אפילו” וועט ער האבן איבער א יאר וועט ער ווערן קליגער און פרימער און פארשטאנדיקער, וועט ער האבן דעם זעלבן טאג, מיט די זעלבע געלעגנהייט, מיט די זעלבע ענינים, נאר וואס דען ער וועט זיין ניט דער זעלבער, ער וועט זיין קליגער און זיין פארשטאנדיקער און וועט זיין פרימער, זאגט מען אים, אז די אלע חשבונות האט קיין ארט ניט אין קדושה,

29און בשעת ס'איז דא כל יומא ויומא דארף זיין עביד עבידתי פון דעם טאג, אף על פי וואס ער איז בטוח אז אין א וואך ארום וועט זיין דער זעלבער טאג אין וואך, ווי דאס איז דער יום השלישי שלפל בו כי טוב על דרך זה אויך אין די שבוע שלאחרי זה,

30דערביי וועט נאך צוקומען כמה ענינים בינתיים, וואס אים וועט צוקומען אין ידיעה און אין הבנה און אין השגה, און ”להעלות בקודש” בכלל ובפרט,

31זאגט מען, אז ס'דארף זיין כל יומא ויומא עביד עבידתי און אדם דואג על איבוד דמיו ואינו דואג על איבוד ימיו ווי ס'ווערט געבראכט אין ספרי המוסר, און חסידות איז דאס אויך מעתיק, אף על פי שבקיצור, און וואס דער המשך בזה איז, אז דמיו איז חוזרים, משא' כן ימיו איז דאס אן עבודה שאינה חוזרת.

32און א רגע אז ס'גייט דורך איז דאס אן עבודה שאינה חוזרת.

33קומט צוגיין און טענה"ט ער קען תשובה טאן, און תשובה מאכט דאך אים א בעל-הבית אויך אויפן עבר, ווי מ'זעט דאס בפשטות, ביז אז אהפכא 'חשוכא לנהורא' ניט סתם א בעל-הבית, נאר א בעל-הבית אין אן אופן פון מהפך זיין ”מן הקצה אל הקצה”, זאגט מען אויף דערויף האומר אחתו ועשוב איז אין מספיקים בידו לעשות שוין.

34און בשעת ס'קומט דער טאג, און דער רגע אין דעם טאג, איז וויבאלד אז דאס איז יום השלישי שהוכפל לו כי טוב, און אז ס'איז יום ההילולא און יום הגאולה און יום ההולדת אין ערשט פון דעם טאג, פון דעם בעל הגאולה איז פארשטאנדיק, אז דאס איז אן ענין וואס מ'קען דאס ניט אפלייגן אפילו אויף א טאג לאחרי זה,

35און אין דעם טאג גופא אפילו אויף רגעים שלאחרי זה.

36ו”כל רגע ורגע” עביד עבידתי אף על פי וואס זיי האבן דעם ענין המשותף, אז דאס איז אלע רגעים פון יום הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן פון רחובות הנהג,

37און וואס דאס קומט לאחרי ההכנה, פון יום ההולדת שלו, וואס ”מזלו גובר” און יום ההסתלקות שלו, וואס דעמאלט איז ”כל עבודתו אשר עבד כל” משך ימי חייו שטייט דאס בגלוי ”ופועל ישועות בקרב הארץ” ווי דער לשון איז אין אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן,

38איז קען מען דאס ניט אפלייגן, ובפרט נאך אז דיו שיפקיע את עצמו אז יעדער רגע וואס וועט קומען לאחרי זה האט ער אין זיך זיין עבידתי וודיו שיפקיע את עצמו ער זאל אפטאן די עבידתי פון דעם רגע הבא,

39אין זמן פון רגע הבא, בשלימותו, משא"כ, ועאכו"כ אויף ניט ארויפלייגן נאך אויף זיך נאך אן ענין פון עבידתי פון א רגע שלפני זה,

40אדער פון שני רגעים שלפני זה וכיוצא בזה.

41וואס דאס איז אלץ פארבונדן מיט תחילת הענין, ווי גערעדט, אז אף על פי וואס ס'איז דא א כלל הכי גדול, ביז דעם ”פרט הכי פרטי”,

42קען ער ניט און טאר ניט, בשעת ס'קומט דער פרט הכי קטן טענה'ן אז וויבאלד ער האט דערנאך א פרט וואס איז גרעסער, כולל אין זיך די פרטים קטנים,

43און יענער פרט האט אין זיך צו זיך אויך אויך דעם כלל, און יענער כלל האט אויף זיך דעם כלל גדול, און דער כלל גדול האט דעם כלל פון כל הכללות, פון אלע כללים, איז וואס אזוי די יגעניש און די היילעניש און די שטופעניש, ביז וואנענט הוי' רצלים לדבר מצוה,

44דארף ער בפועל, ווי דער פירוש הפשוט אין דער הלכה, וואס דאס איז דער תוכן הלכה זו און אין א ”דבר משנה”, אז מ'דארף לויפן צו א ”דבר מצוה” וואס פאר א מצוה ס'זאל ניט זיין,

45אן קיין אונטערשייד, אפילו ווען ער ווייס א דבר ברור, אז ס'איז ניט א מצוה וואס אויב ער וועט אים ניט טאן איצטער וועט עפעס פעלן אין זיין טאן מארגן קען גאר זיין פארקערט, ער קען מאכן א חשבון הפכי,

46זאגט מען אים, אז וויבאלד אז איצטער האט ער אט דעם די רגע אדער די צוויי רגעים וכיוצא בזה דארף ער זיי אנפילן מיט זייער עבידעתא, און מיט דעם גאנצן שטורעם און מיט דעם גאנצן לארעם.

47ובפרט נאך אז מ'טראכט זיך אריין אין תורת הבעל שם טוב, אז 'בכל רגע' ורגע ווערט די התהוות פון איין ואפס ממש פונקט ווי ס'איז געווען בתחילת הבריאה, איז בשעת ער האט אט די רגע איצטער, און וויל דאס אפלייגן אויף א רגע שפעטער-וועט דעמאלט דאך דארפן אנקומען צו א התהוות חדשה,

48און א התהוות מאין ואפס ממש מיטן גאנצן שטורעם וואס אין דערויף איז נכלל, איז אפילו אין שכל פון 'נפש הבהמית', אז מ'זאל אים מסביר זיין, אז איצטער האט ער א געלעגנהייט אין דעם עולם ווי דער עולם איז איצטער, טאן אט דעם דבר טוב,

49און דערנאך וועט ווערן איין ואפס ממש, און ס'דארפן ווערן א התאהות חדשה, מאיין ואפס ממש, מחדש, צי זאל ער דאס אפלייגן אויף דעמאלט צי זאל ער דאס טאן איצטער, איז אפילו כאמור,

50דער שכל פון 'נפש הבהמית', און פון דער בהמה עצמה וועט אים אויך מסביר זיין, אז ס'האט גאר קיין ארט ניט אין שכל פון 'נפש הבהמית', אז מ'זאל דאס אפלייגן אויף א רגע שפעטער.

51על אחת כמה וכמה וואס דאס איז דאך, כאמור, אין רגעים פון איזה רגע שיהיה און פון איזה יום שיהיה א רגע וואס איז פארבונדן מיט א יום זכאי, און ניט סתם א יום זכאי, נאר א ”יום של גאולה”, און א גאולה קען דאך זיין פון אן איש פרטי איז דאס אויך א גאולה,

52און קען זיין פון אן איש כללי אבער ניט קיין נשיא פון 'כל הדור', וואס ”הנשיא הוא הכל” בשעת אז דאס איז א רגע פון א טאג וואס דאס איז גאולה פון א נשיא הדור, וואס דערנאך איז די נשיאות נמשכת ”עד סוף כל הדורות”, כמדובר כמה פעמים,

53אז אף על פי וואס דערנאך איז דאך געווען א נשיא וזרח השמש ו”בא השמש ובא השמש ובא השמש וזרח השמש”, איז דאס ניט דער ענין חס ושלום, אז פון וזרח השמש שלפני זה איז אוועקגעגאנגען כאילו חס ושלום אינו,

54נאר ואדרבא ס'בלייבט מיטן גאנצן תוקף, בשעת ס'קומט אבער בזרח השמש שלאחרי זה בויט מען אויף דערויף ארויף נאך אן ענין, וואס דאס איז נאך העכער, אמת טאקע בסיוע ועל יד ועל ידי פון דעם שמש שלפני זה,

55אבער מ'בויט-אויף א נייע זאך, אבער צוזאמען מיט די פריערדיקע זאך, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז אט דער רגע מ'זאל אים אויסנוצן בכל השטורעם איז דאס נוגע סיי אויף דעם רגע און סיי אויף כל הרגעים שלאחרי זה, ועל דרך זה, ובמכל-שכן וקל-וחומר ווען ס'רעדט זיך וועגן א נשיא.

56על אחת כמה וכמה וועגן א נשיא וואס איז פארבונדן מיט ”רחובות הנהר”, וואס וויבאלד אז ביי אים איז געווען דער אסתכל באורייתא אופן הלימוד בתורה שלו,

57איז אין אן אופן פון רחובות און אז מ'לערנט איצטער זיינע מאמרים, זעט מען אויך די רחובות יעדערער לפי ”שיעורי דיליה, לפי הבנה והשגה” שלו, זעט ער די הרחבה אין דעם ביאור די זעלבע ענינים ווי זיי רעדן זיך ביי א אלטן רעדן, על אחת כמה וכמה ווי זיי שטייען ביי אים מגיד, אדער אין תורת הבעש שם טוב,

58און ווי זיי קומען אראפ און ארויס אין תורה פון דעם מיטעלן רבי'ן שטייען זיי אין אן אופן פון 'רחובות הנהר', במילא פועל"ט זיך דאס רחובות בא דעם אדם הלומד, טאקע כל אחד ואחד לפי הבנה ושיעורי דילי,' אבער בא יעדערן טוט דאס אויף אין דעם ענין אין אן אופן פון הרחבה און רחובות,

59נאר ס'איז דא אזעלכע וואס ניצן דאס אויס במילואם, און דא אזעלכע וואס ניצן דאס אויס ניט בשלימות אדער ניט במילואם וכו' וכו ווי מ'זעט די חילוקי דרגות שבדבר.

60על אחת כמה וכמה אז מ'זעט דאך א פלא הכי גדול, אז סיי דער אלטער רבי און סיי דער מיטעלער רבי האבן ביידע געזאגט בגלוי, אז זייער גאולה איז פארבונדן מיטן פסוק ”פדה בשלום נפשי”.

61ביים אלטן רבי'ן שטייט דאס בקיצור הכי נמרץ, אנהויבנדיק טאקע פון די אגרת הקודש שלו, אז כשקריתי בספר תהלים אין דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” איז אט דעמאלט איז אנגעקומען די גאולה,

62בא א מיטעלן רבי'ן שטייט דאס אין אן אריכות וביאור והלכבה הכי גדולים אין די דרושים וואס הויבן זיך טאקע אן מיטן פסוק ”פדה בשלום נפשי” און דערנאך גייט אוועק אן אריכות א ביאור אין איין דרוש און אין נאך א דרוש, און מיט א תוספת ביאור וכו' וכו.'

63ועד כדי כך, אז דאס טייטשט אפ אין דעם פסוק, ניט נאר ער ברענגט אראפ דעם ביאור ווי ס'וועט אויסזען ”פדה בשלום נפשי” אין 'אחרית הימים' נאר ער טייטשט דאס איין אין דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” אז דאס מיינט דער פסוק ”פדה בשלום” נפשי מיינט דאס גאר די פדיה ווי ס'וועט זיין אין 'אחרית הימים',

64מיט דער גאנצער אריכות הביאור בזה, משא"כ דער אלטער רבי ברענגט מערניט אראפ דעם פסוק כימי שהוא, און נאך מדגיש בזה, אז דער פסוק איז פארבונדן מיט דעם ווי ער איז אנגעזאגט געווארן אויף דער גאולה.

65וואס דער אנזאג פון דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן ווייס מען דאך די השתלשלות הענינים איז דאס גאר געווען ווייט פון דעם מעמד ומצב ווי ס'וועט זיין לעתיד-לבוא, בפרט נאך ידוע דער סיפור פון די דריי שעה לאחרי זה,

66און ווי ער האט דערנאך געזאגט, אז דעמאלט איז אים געווען שווערער ווי די גאנצע צייט ווי ער איז געזעסן במאסר וכו' וכו.'

67דערנאך, אז ס'קומט גלייך אין די גאולה שלאחרי זה, וואס בערך הגאולה בפשטות בהנוגע צו חירות מהממשלה, איז געווען א סך א גרעסערע חירות ביים אלטן רבי'ן ווי בא חירות פון דעם ווי ס'איז געווען דערנאך ביים מיטעלן רבי'ן, מצד שינוי המשתר אין רוסלאם וכו' וכו וואס אין כאן המקום להאריך בזה,

68אז ס'קומט דערנאך אראפ אין תורה, וואס ”תורה אור” און גיט ארויס אין א ליכטיקן אופן, זעט מען דאס אין א ליכטיקן אופן אין דעם אויפטו פון דעם מיטעלע רבינ'ס דרושים, וואס זיינען טאקע געבויט ווי ער שרייבט אין דער הקדמה, און ניט איין מאל, נאר ”כמה פעמים אין כמה” ספרים,

69אז דאס איז געבויט אויף די תורה פון דעם אלטן רבי'ן, נאר ער איז דאס מרחיב ומבאר וכו ס'איז אבער אלץ דעם אלטן רבינ'ס תורה ווי ער איז מאריך בהקדמה לכמה וכמה ספרים שלו, בשעת מ'לערנט דאס אבער אין אן אפענעם אופן און אין א ליכטיקן אופן, ו”כל אחד ואחד בפון” שיעורי דילי זעט מען,

70ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ ”פדה בשלום נפשי” ברענגט ער אראפ, אז דאס איז פארבונדן מיט זיין גאולה, און ווי מ'האט אים אנגעזאגט די גאולה, דערנאך ברענגט דאס אראפ דער מיטעלער רבי בהרחבה הכי גדולה, און טייטש גלייך אפ, אז ”פדה בשלום נפשי מקרב לי” מיינט מען דאס, אז בי פדיעה ווי ס'איז תוזם בגלוי בעולם הזה,

71אין אחרית הימין, און ניט אין תחילת ביאת המשיח, וואס דעמאלט איז דאך נאך דא דער ענין פון ”מלחמת גוגה ומגוג וכו'” וכו און ”עולם כמנהגי נוהג”, נאר דאס איז נאך העכער אפילו ווי די וועלט האט אויסגעזען בשעת שלמה המלך,

72וואס ”שלמה שמו ושלום יהי' בימיו” קומט דאס ניט צו דעם שלום ווי ס'וועט זיין ”באחרית הימים”, ווי ביאת משיח צדקנו, און ער טייטשט דאס אפ בפשטות, אין די דרושים,

73אז דאס מיינט מען אויף דער פסוק וואס איז פארבונדן מיט זיין גאולה, און דערפון אויך פארשטאנדיק מיט די גאולה פון אביו וואס ער איז געווען ממלא מקום דער פסוק פון ”פדה בשלום נפשי”.

74וואס דא האט מען אויך די הוראה און לימוד פון דעם ענין, אז אף על פי וואס החושך איז חסה ארץ וערפל לאומי און מ'דארף נאך טראכטן וועגן כמה וכמה ענינים וואס מ'דארף זיי מבטל זיין, אדער על כל פנים ניט נתפעל ווערן פאר זיי, און ”על יבוש מפני המלעיגים” וכו' וכו.'

75זאגט מען גלייך, אז דער טאג איז מגלה, און איז מגלה באורייתא, אבער דאס איז ווי אורייתא איז פארבונדן מיט ווי מ'זאגט אין זהר, און נשיא דור אורה טייטשט דאס אפ, אז אורייתא דאס איז בלשון אוריותא אז דאס ברענגט אראפ דעם ענין פון ”תורה אור” ווערט דאס אראפגעבראכט און יותר אין הלשון של תרגום?

76טייטשט דאס אפ, אז אט דער בשלום וואס וועט זיין אין סוף זמן המשיח, וואס דאס וועט נאך זיין העכער נאך, און ס'וועט בטל ווערן לגמרי דער גאנצער ענין פון גוגמא ומגון און דער גאנצער ענין פון דארף מען אנקומען לידי מלחמה וכו האט מען דאס שוין איצטער אין תורה,

77און בשעת א איד וויל מיט אן אמת גיט מען אים דעם כח, ווי ער זאגט אין זהר, אז מה קובה ”הוא אסתכל באורייתא וברא עלמא” אזוי איז אויך ”בר נש עסיק באורייתא” 'וקיום עלמא',

78איז דאך פארשטאנדיק, אז ער איז עסיק באורייתא אין די דרושים וואו ס'רעדט זיך אז ”פעדה בשלום נפשי” ווי סוף ושלימות פון ימות המשיח, און איך אין דערויף עוסק, ו 'במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא' איז דאס ווערט דער ייתי און ער איז דאס ממשיך בחלקו בעולם.

79ועל פי פסק-דין הרמב"ם, אז דורך 'מחשבה טובה' אחת, על אהבת כמה וכמה אז דאס ווערט פארבונדן מיט א דיבור, און דער דיבור גופא ווערט אין אן אופן פון 'כל עצמותי תאמרנה' ווי ער ברענגט אראפ אין תניא פון גמרא,

80און דאס קומט אראפ פון 'כל עצמותי תאמרנה' ווען מ'זיצט ביי א טיש בפשטות מיט נאך אידן, און ס'ווערט אין ענין פון 'כל עצמותי תאמרנה' וואס איז תאמרנה?

81אט די מחשבה און אט דעם דיבור, ווי די וועלט זעט אויס אין סוף ושלימות ימות המשיח איז דאך א זיכערע זאך אז דאס איז דער זמן הכי מסוגל אז ס'זאל מקויים ווערן דער פסק דין הרמב"ם בפשטות,

82אז מביא ישועה והצלה בעולם, און מכריע דעם שקול וואס ער איז שקול, און 'כל העולם כולו שקול' איז ער דאס מכריע וואס 'התורה על הרוב תדבר', און ס'ווערט דער שלימות אין גאולה האמיתית והשלימות בפשטות ”למטה מעשרה טפחים”, תיכף ומיד ממש, במקום זה ו”ברגע זה ממש” ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים