עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-94cx9b1f

kind
paragraph
order
R7
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ווי מ'וועט שפעטער אויך רעדן וועגן דעם מער בפרטיות. און דערמאנט דאס שוין איצטער, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט כתבו אל הארץ איז דאך פארבונדן מיט דערמיט וואס מ'האט שוין דערמאנט וועגן דעם, וועגן די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין בפשטות, אין איינפאכן זין, און אין דעם שטארקסטן אופן, און אין לעבעט'דיקן אופן, אז יעדערער פון אונז, בתוך כלל ישראל, וועט ער אריינגיין בפועל ממש אין ארצנו הקדושה, אל הארץ, וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט און האט מקיים געווען די הבטחה, און האט דאס גלייך אפגעגעבן, זינט אידן זיינען געווארן א פאלק, האט דאס באקומען דעם נאמען ארץ ישראל דאס איז א לאנד וואס געהערט צו דעם אידישן פאלק, און דער אידישער פאלק מאכט-אויף אין דער לאנד אז ס'זאל זיין ניכר אז דאס איז א לאנד דורכגענומען מיט אידישקייט. און דאס ווערט דערנאך אויך נמשך על כל השנים שלאחרי זה, ווי דערמאנט אויך פריער, אז די גאולה וואס קומט גלייך וועט דאס זיין א גאולה נצחית, און פון איר ווערט נמשך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions