Paragraph
Paragraph rh-90m4z62n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wnt24psv
- order
- pJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז אויך, כמדובר, אז דאס איז א סגולה אויף אריכות ימים ושנים טובות בפשטות, בשעת מ'איז מוסיף אין מנוחת הנפש, וואס זי ברענגט דאך אויך צו מנוחת הגוף, און מ'איז מבטל בדרגות, ביז וואנענט מ'איז מבטל די דאגות איז בפשטות, לויט עניני הרפואה, און ווי דער רמב'ם איז דאס מבאר אין הלכות דיעות שלו, איז דאס מוסיף אין אריכות ימים ושנים טובות, ביז אין אן אופן ווי דער אלטער רבי זאגט, כמדובר לעיל, שגם בתחילתו הוא ארוך אז דער ערשטער רגע וואס מ'הויבט זיך אן אזוי פירן, באקומט מען גלייך מנוחת הנפש כדרוש איז דאך פארשטאנעט, אז שוין בתחילתו דער ערשטער רגע איז שוין א רגע ארוך, ווארום ער האט דעמאלט ניט קיין בלבולים ניט פון פרנסה, ניט פון בריאות, אפילו ניט קיין ספיקות אין עניני קדושה, וויבאלד ער האט געפרעגט ביים רבן האט אזוי געטאן, און דארף ניט שיקן אנפרעגן בעיר האחרת וכיוצא בזה, ווארום ער האט דעם ראה בשכונו שלו, וואס דאס איז כאמור לעיל שופטים ושוטים בכל שעריך, וכמדובר לעיל בארוכה. וואס דאס איז אויך, כמדובר, די הוראה בפשטות בנוגע צו מאות חטים, און די הוראות בפשטות אויף ממשיך זיין אין דער הנהגה האמורה, וואס ברענגט צו מנוחת הנפש גמורה, וויבאלד אז מ'איז זיכער, אז ביאת משיח צדקנו האט מען יעדערע בד'אמות שלו, אדער בתחונה שלו, אדער באיר שלו, וואס על פי דין איז די גאנצע עיר שלו איז דאס די ד'אמות שלו, האט ער קיין ארט אויף ספקות, אויב דאס איז א ספק ביי אים, איז דאס מערניט ביז וואנענט ער וועט קומען צו דעם רב שבשכונתו אדער בעירו, און וועט פון אים באקומען דעם פתרון פון דעם ספק האט ער מנוחת הנפש, וואס זי ברענגט אויך מנוחת הגוף, וואס דאס איז אלץ מוסיף אויך אין ביאת הגוף, און אויך אז מ'האט מנוחת הנפש והגוף קומט-אן די פרנסה גשמית לייכטער,
- proofread
- 0