English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

218 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1מ'האט

2דאך פריער גערעדט, אז דער ענין פון יט' כסלו איז דאך דא בכל הענינים, פון 'מעלה מעלה' ביז 'מטה מטה', ווארום דאס איז דאך פארבונדן אנהויבנדיק פון 'פנימיות התורה',

3וואס אין זהר רופט ער דאס אן בשם ”נשמתא דאורייתא” אז אין תורה גופא איז דאס איז נשמה פון תורה, און תורה איז דאך די נשמה פון דער וועלט, ווי מ'זאגט דאך אז ”בראשית בשביל התורה שנקרא ראשית” איז וויבאלד אז ס'קומט-צו אן ענין אין ”נשמתא דאורייתא”,

4קומט דאס צו אין קומט-צו אן ענין אין ”גופא דאורייתא”, אין גופא תורה, במילא מוז אויך אנקומען א ענין אין דאס וואס די תורה בכללותה איז איר נשמה, וואס דאס איז דער ענין כל העולם כולו, ”את השמים לרבות צבאיהם ואת הארץ לרבות” צבאיה,

5וואס אויף זיי זאגט מען אז זיי זיינען בראשית ברא, ברא צוליב וואס?

6”בשביל התורה שנקראי ראשית” איז וויבאלד אז אין תורה איז צוגעקומען א ענין איז דאס קומט-צו אין דעם דאס וואס איז באשאפן געווארן צוליב דעם.

7וואס דאס איז דאך בכלל אט דאס וואס קומט אראפ דער פסק-דין אויך אין נגלה, אז בשעת תורה פסק'נט א דין איז דאס משנה מציאות, און ווי ער טייטשט אפ אין ירושלמי אויף ”לא-ל גומר עלי” אז בשעת בית-דין פסק'ענען

8וואס זיי האבן דאך דעם כח פון תורה אויף צו באשטימען ווען ס'איז ראש חודש און ראש השנה איז אט דעמאלט ווערט א שינוי אין מציאות צי פסולי' חוזרין צי פסולי' אינם חוזרין.

9וואס על דרך זה, ווי גערעדט אין מאמר, אז דאס איז געגעבן געווארן בית דין, קומט דאס דערנאך אראפ ”לכל אחד ואחד” מישראל,

10אויב ער פירט זיך נאר על פי הוראה פון דעם בית דין, וואס דערפאר איז דאך אויך דער אונטערשייד ווי די משנה און די גמרא איז מבאר אין הוריות, אז אויב ער איז סומך אויף הוראת בית דין איז אט דעמאלט גייט ער אינגאנצן אויפן חשבון פון בית דין, אויב אבער ער טוט אפילו ווי בא בית דין איז אויסגעקומען,

11ער טוט דאס אבער מצד דערויף וואס ביי אים איז דאס על פי שכלו ווערט ער א יחיד און ניט א חלק פון קהל, ווי דארט איז די נפקא מינה אנטקעגן די ענינים פון יוצא-זיין מיט ”פר העלם דבר וכו.'”

12וואס דערפון איז אבער פארשטאנדיק, אז בשעת ער גייט לויט הוראת בית-דין, ניט אריינטראכטנדיק צי אתם וטעים צי שוגגין צי מזידים דאס איז ניט זיין ענין, דאס איז דער ענין פון בית-דין,

13איז אט דעמאלט אז אפילו מוטהים און אפילו שולגים און אפילו מזידים זיינען זיי משנה די מציאות, וויבאלד אז תורה האט זיי געגעבן דעם כח אויף דעם, און תורה איז אט דאס צוליב ס'איז באשאפן געווארן שמים וארץ,

14וואס דערפאר איז תורה איז דער באלעבאס, בדוגמא ווי די נשמה ווערט באלעבאס אויף גוף, אויב נאר דאס איז א נשמה בריאה און א גוף בריאה.

15וואס דער ענין וואס ס'האט אויפגעטאן במיוחד דעם 'פנימיות התורה', וואס דערפון וועט מען דאס אויך פארשטיין בהנוגע לעולם איז דער ענין ווי ער זאגט אין דער שיחה הידועה אז יפוצו מעיינותיך חוצה אז אזוי איז דאך ”פנימיות התורה, נשמתא דאורייתא”, געשטאנען אין אן אופן ווי אין נשמה גייט, אז ניט מ'קען דאס טאפן, ניט מ'זעט דאס מיט די אויגן,

16און ניט מ'קען דאס שמעקן מיטן נאז, נאר וואס דען מ'זעט די פעולות של זה.

17האט אויפגעטאן דער ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” אז פונקט אזוי ווי מ'זעט אין חוצה דעם גוף, אז זיי זאלן אויך נשמתא ”דאורייתא דרזי דרזין” און רזין דאורייתא זאלן אראפקומען אין אן אופן אז זיי אליין זאלן קענען טאפן אין די כלי המשחיש פון שכל.

18בדוגמא ווי מ'טרפט מיט כלי המישוש פון שכל, א ענין אין נגלה דתורה, אזוי זאל מען אויך קענען געבן צו פארשטיין אין אזא אופן פון הבנה והסברה אויך אן ענין פון מעיינות התורה, פון ”נשמתא דאורייתא”.

19וואס דערפון קומט אויך אראפ א הוראה אין הנהגת העולם, אין הנהגת עולם ”קטן זה האדם”, ובמילא אין הנהגת ”עולם גדול”.

20און אט דאס איז, אז די נשמה מיטן גוף פון א אידן דארף מען אויך זיין אין אזא אופן, אז ניט נאר אז מ'זאל וויסן אז נשמה בגופו, דורך די פעולות הגוף, נאר וואס דען אז די נשמה אליין זאל זיך אנזען.

21דאס הייסט, אז אפילו אזוינע ענינים, וואס ס'איז מערניט ווי אן ענין של הנשמה, איז לכאורה איז וואס איז דא דער הכרח אז דאס זאל זיין אין אן אופן מ'זאל דאס קענען אנטאפן ווי מ'טאפט א גוף?

22איז אט דאס איז דער ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” ווי דאס קומט אראפ אין א דרגש שלמטה מזה, אז אויך אן ענין פון א נשמה זאל מען דאס געבן אין אזא מן הגדרה והגבלה, בדרך ווי מ'גיט עניני הגוף.

23וואס איז דאס בנוגע לפועל?

24אז אזוי איז דאך דער סדר געווען, אז די וואס זיי זיינען בבחינת נשמה פון עם ישראל, וואס דאס איז גדולי ישראל, זיינען זיי געווען אין ד' אמות שלהם, און פון וואנענט האט מען געוואוסט, אז די און די שטאט האט א גרויסן רב, און די און די שטאט האט א גרויסן גויים בתוך אויך,

25און די און די און שטאט האט א גרויסן בעל מוסר האט מען דאס געזען אין דער אויפפירונג ווי ס'האט זיך אויפגעפירט א אידענע מארק, וואס זי האט זיך אויפגעפירט ווי זי האט געהערט פון דעם מאן אדער פון דעם פאטער אין דער היים,

26וואס ער האט געהערט אריינגייענדיק בהיכל פנימה צו דעם רב אדער צו דעם בעל מוסר אדער צום ראש-הישיבה וגאון, ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן ביז למטה מט אבער דעם רב אליין און דעם בעל מוסר אליין האט מען ניט געזען אין מארק,

27און על אחת כמה וכמה אז מ'האט אים ניט געזען אין מארק זאכן, ווארום ווי קומט ער?

28על דרך ווי דער נוסח הידוע ווי קומט א בולקע אין אן צילות איז דאך די זעלבע זאך ווי קומט א צילות אין א בולקע.

29האט מען אויפגעטאן די סברא, אז ס'דארף זיין ”יפוצו מעינותיך חוצה” אין תורה, אז רזין דאורייתא, 'פנימיות התורה', דארף אראפקומען אין הבנה והסברה, מ'זאל דאס לערנען מיט אזא הסברה ווי מ'לערנט אן ענין אין נגלה.

30וואס דערפאר איז אויך אט דער וואס ביז דעמאלט איז ער געווען בבחינת רז פון עם ישראל, און בשעת מ'האט געדארפט עפעס פון אים הערן האט מען זיך געדארפט איינגארטלייען און איינבעטן זיך, ובזמנים מיוחדים אריינגיין צו אים און הערן א ווארט און א הוראה,

31אדער ווארטן ביז ס'וועט קומען ”שבת תשובה” און שבת הגדול, וועט ער זאגן אזא מין ליינגן פלפול, ביז וואנענט אז ס'וועט עפעס זיין אן אפס מיניהו אויך בנוגע למעשה בפועל, איז אבער מערניט ווי צוויי שבתים א יאר איז דאס געווארן דער שינוי הסדר פון די וואס הולכים בעקבותם, פון דעם אלטן רבי'ן,

32און די וואס האבן אנגענומען זיינע הוראות, אז דער רב מיטן גוי מיטן ראש-ישיבה מיטן בעל מוסר דארף מען זיי טרעפן אין מארק, אזוי אפט ווי מ'זעט זיי אין בית-מדרש און אין בית-הכנסת ובהיכלו בקודש, און אט דארטן זאל ער זען בצרת עמו ובעני עמו,

33”ואין עני אלא בדעת” ניט נאר די וואס זען טרעפן אים מיט אזא וואס ער איז עני בגשמיות, נאר נאכמערער מיט אזא וואס ער איז עני ברוחניות, און ער זאל רעדן מיט יענעם אויף דעם לשון און אין די אותיות וואס פאר יענעם איז דאס פארשטאנדיק.

34וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז אויב ער וועט קומען צו אים צוגיין און וועט מיט אים אנהויבן לערנען פלפולים ושקלא וטריא'ס וכו', איז די מצוה פון 'לימוד התורה' האט דער רב פאר זיך יוצא געווען,

35דער ענין אבער ”את המעשה אשר יעשן” וואס די איד איז ניט דארף וויסן צי דער הון איז א כשר"ע אדער ניט וועט זי דאס ניט קענען ארויסקריגן כל זמן ער וועט ניט ברענגען די מסקנא צי כשר צי להיפך הענין.

36וואס דא מיינט מען דאך, ווי דער רמב"ם שרייבט אין הלכות תשובה, אז ס'איז ניט ווי די וואס האבן א טעות א תשובה דארף אויף ענין המעשה, נאר בעיקר דארף מען דאס גאר האבן אויף ענין פון דעות בלתי רצויות.

37וואס דערפאר איז אויך די הוראה, ווי דער ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” ווערט איבערגעזעצט אין אותיות פון המן אים אז די נשמה קומט אראפ ביז אין עקב שברגל, און פועל"ט דארטן אין אן אופן אז מ'זעט-אן אז ”עקב אשר שם אברהם” ווי דער באוואוסטער טייטש,

38אז אין דעם עקב פון אברהם'ן, אין ענינים וואס דשבו עכבו האט זיך אויך דערהערט אברהם אין דעם זעלבן אופן ווי ער הערט זיך אין חוקותי מצוותיו ותורותיו אט דעמאלט פירט זיך אויס די תכלית הכוונה פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” ניט נאר אין ענין פון 'לימוד התורה', נאר אויך אין ענינים פון עולם ”קטן זה האדם”,

39און דערנאך קומט דאס אראפ אויך בנוגע ווי דער 'עולם קטן' ”זה האדם, ”אתם קרויים אדם” טוען אין” עניני העולם גדול, אז בשעת ער האלט אין מיטן עוסק, איז ער מפסיק און זאגט דעם צווייטן שכר הער זיך איין, אזוי ווי איצטער איז זמן מנחה, נאר מיר מפסיק זיין פון דעם געשעפט און דאווענען מנחה, און ער איז אים מסביר, אז איידער מ'דארף דאווענען מנחה,

40דארף מען זיך מתבונן זיין בגדלות הא-ל ובשפלות האדם, וואס אזוי איז דאך געווען ביז ”יפוצו מעינותיך חוצה” האט מען אויך געוואוסט אז מ'דארף דאווענען מנחה, און מ'פלעגט דאווענען מנחה, און ווי ער זאגט אין סדר היום איז ”זהיר בתפילת מנחה” אז מ'פלעגט מפסיק זיין אין מיטן עבודת היום און דאווענען מנחה,

41מ'האט אבער ניט געוואוסט, אז אף על פי וואס ס'שטייט אין שולחן ערוך אז מ'דארף זיך מתבונן זיין בגדולת הקול ובשפלות האדם שטייט דאס לכאורה אין די הלכות וואו ס'רעדט זיך וועגן תפילת השחר, אבער ער שטעלט זיך דאך דארטן דער יסוד איז דאך פון דער משנה פון ”אין עומדים להתפלל אלא מתוך כובד” ר וואס דאס גייט דאך אויף אלע דריי תפילות,

42ועל אחת כמה וכמה בהנוגע צו תפילת המנחה, וואס דעמאלט געפינט מען זיך אין מיטן טומל פון וועלט.

43און אט דעמאלט, איז ניט נאר ס'טוט זיך אפ דער ענין אז ער זעט דעם גוף פון דעם אידן, אז ער שטייט און דאווענט מנחה בדיבור, און ניט נאר ער ווייס דעם פירוש המילות, און ניט נאר אט דאס פועל"ט ער ביי א צווייטן אידן מיט וועמען ער האלט אין מיטן רעדן וועגן מסחר נאר אויך ס'זעט זיך אן די נשמה בפועל,

44אז ער איז זיך פריער מתבונן לחפחוש בשעתא חדא וברגעא חדא וועגן שפלות האדם, און דער רגע וועגן גדלות הא-ל, און דאס איז ביי אים די התבוננות אין אזא אופן אז ס'איז ניכר דערנאך ווי ער שאקלט זיך צו מנחה.

45און דערנאך איז ”שוין בדרך ממילא” דער הנהלת המסחר והשקלא וטריא שלאחרי תפילה כזו, פירט זיך דאס אין אן אופן אז ס'איז ניכר אז דאס טוט א איד וואס האט זיך ערשט מתבונן געווען בגדלות הכל.

46און אין דערויף איז דא שני אופנים אויף וויפל ס'פילט זיך די נשמה.

47אז ס'פילט זיך די נשמה, און ס'פילט זיך דער גוף, ווי צוויי באזונדערע זאכן, נאר וואס דען וואס זיי זיינען בשלום ס'איז גאר דא א העכערער אופן,

48אז ס'פילט זיך נשמה און גוף ווי די נשמה איז אבער שולט על הגוף, ס'פילט זיך אבער גוף אויך, נאר וואס דען ער איז א נכנע ונשמע צו די הוראות הנשמה, דערנאך איז דא ווי דער אמת'ער ענין העבודה דארף זיין, אז גוף הערט זיך ניט אן.

49וואס דאס איז דאך יעדער ענין איז דאך דערנאך משתלשל ביז 'למטה מטה', א סימן פון א געזונטן מענטשן איז, אז ער פילט ניט זיינע הענט מיט די פיס, מיט די רמ� אברים.

50בשעת ער הויבט אן פילן א האנט און א פוס און די הארץ און די קאפ איז א סימן, אז עפעס איז ניט בסדר מיט אים.

51וואס דאס איז דאך אויך דער לשון העולם, אז ער האט דערפילט אז ער האט א הארץ.

52פון וואס האט ער דאס דערפילט? ער האט ארץ-ווייטע, רחמנא ליצלן.

53ועד דרך זה בנוגע צו דערפילן א פוס אדער די האנט.

54און ווען איז א איד געזונט?

55אט דעמאלט ווען ער ווערט א ”כלי לו” יתברך, וואס אויף אים זאגט דער אויבערשטער ”ושכנתי בתוכם בתוכו לא נאמר אלא בתוך” כל אחד ואחד וואס אט דעמאלט הערט זיך אן אידישקייט, און ס'הערט זיך אן די נשמה זיינע,

56דער אתם ”קרויים אדם על” שם וואס ”אדמה לעליון” ווי ער זאגט אין שלאה, און ס'הערט זיך אינגאנצן ניט אן די רמ' חוברים חומרים, אפילו ניט די רמ' חוברים גשמיים, מערניט ווי אלץ די כלי דורך וועלכע ס'פירט זיך אויס די מצות תפילין אדער די מצות ציצית, די מצות צדקה וכיוצא בזה, ס'הערט זיך אבער ניט אן קיין מציאות בפני עצמה.

57וואס אט דאס איז די כוונה אז ס'זאל זיין דער ”יפוצו מעינותיך חוצה” און ווי גערעדט פריער אז דערנאך קומט דאס אראפ פון ”נשמתא דאורייתא” אין נשמה כפשוטה, און אין נשמה גופא איז דאס ווי דאס איז די 'נפש האלקית',

58וואס זי איז דאך דער עיקר הנשמה, אז דאס דארף אראפקומען אין אן אופן ביז וואנענט אז ס'ווערט ניט א מציאות פאר זיך, נאר א מציאות וואס פאלקט,

59נאר בדוגמא ווי ”אשה כשרה” איז דאך כל ”מה שקן תא אשה כנה בעלה” זי האט ניט קיין קנין פאר זיך, איז דאך ניט דער ענין אז זי האט א קנין און זי איז מסכים טאן מיט דעם קנין ווי דער בעל וויל, נאר ס'איז מלכתחילה כנה בעלה.

60ועל דרך זה איז דאך דאך אויך בהנוגע צו קנין עבד, אט די וואס האלטן נאך ניט ביי אזא דרגא פון זיין בבחינת אשה, להקב"ה, אבער צו בחינת עבד איז דאך יעדערער שייכות,

61וואס דאס איז דאך דער ”ראשית העבודה, ויקרה ושרשה” איז אט דעמאלט איז אויך ווען איז אן עבד ניט קיין מוריד בעדונו איז דאס ניט נאר ווען ער טוט ניט פארקערט, נאר אמיתית ענין העבד איז, אז כל ”מה שכנה עבד קנה” אדון.

62ניט ער האט אן ענין רכוש בפני עצמו, און א ”מציאות בפני עצמו”, און ער איז מסכים טאן דערמיט און אויפפירן זיך ווי דער אדון וויל נאר ס'איז ניט קיין מציאות פאר זיך און ניט קיין נכסים פאר זיך דאס איז אלץ נכסיו של האדון.

63וואס דערנאך קומט דאס אזוי אראפ ביז ”אין פעולה בעולם”, אז בשעת ער גייט אין וועלט און טוט עניני העולם איז ווי גערעדט אמאל בארוכה די צוויי לשונות וואס ביידע ברענגען זיך אראפ אין רמב"ם און דערנאך לפסק הלכה בשולחן ערוך, אז ”כל מעשיך לשם שמים”,

64”וכל דרכיך דעהו” איז דאס ניט אן ענין פון כופל ענין במליצות שונות, נאר ס'איז צוויי באזונדערע עבודות.

65ס'איז דא איין עבודה, וואס ”כל מעשיך לשם שמים”, ס'איז דא אן ענין פון זיינע מעשים וואס ער טוט, אבער וואס איז ביי אים די כוונה איז דאס ניט ”כדי לקבל שכר”, און ניט כדי צו אויסנעמען ביי א מענטשן, און ניט כדי פארדינען געלט, נאר וואס דען לשם שמים.

66איז דא אן ענין פון לשם שמים און ס'איז דא אן ענין פון מעשיך און ער טוט די מעשים באופן כזה, אז די כוונה זאל זיין לשם שמים.

67דערנאך איז דא א העכערער ענין, וואס אויף דערויף זאגט די גמרא אין ברכות ”פרשה קטנה שכל” התורה תלוי' בה, וואס דאס איז דער ”בכל דרכיך דעהו” איז דער ענין איז, אז אין בכל דרכיך וואס זאל זיין פון זיי?

68זאל זיין דעהו זאלסטו וויסן דעם אויבערשטן.

69דורך וואס ווייס מען דעם אויבערשטן?

70איז ניטא קיין אנדער וועג? דורך דערויף וואס מ'לערנט זיין תורה.

71דורך דערויף וואס מ'איז מקיים-זיין א מצוה.

72לכאורה, אז בכל דרכיך שרייבט דער רמב"ם איז דאס באכילתו ושתייתו, ווי אזוי וועט ער מקיים-זיין דעהו דעם אויבערשטן באכילתו פונקט ווי ער איז דעהו דורך דערויף וואס ער לערנט זיין תורה?

73איז די קשיא איז טאקע א קשיא, און אין תחילת העבודה איז די אכילה מערניט ווי לשם שמים, דערנאך אבער דערנאך קומט ער צו צו א העכערן אופן, אז דאס וואס ער עסט איז דאס בדוגמא ווי אכילה שבת, וואס אכילה שבת איז דאך א מצוה,

74וואס א ענין פון א מצוה איז, אז בשעת'ן עסן איז ער מקיים דעם אויבערשטן'ס רצון, וואס בא דעם אויבערשטן איז דאך הוא רצונו אחד, איז אט דעמאלט איז דעהו ער ווערט נתאחד,

75מיטן אויבערשטן, ווארום ער איז באם יעדער ביסן איז ער מקיים ניט ער עסט כדי דערנאך קענען לערנען, און דערנאך קענען מקיים זיין א מצוה זיין עסן אליין איז אין אן אופן אז דאס ווערט אליין א מצוה, בדוגמא פון אכילת קדשים ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”.

76ועל דרך זה אן ענין פון סעודת מצוה בסיום מסכתא וכיוצא בזה, און נאכמערער, ובעיקר, דער ענין פון אכילת שבת, וואס מצוה לעמגו ”בבשר שמן ויין ישן” איז ווערט די ”אכילת בשר שמן ושתיית יין” ישן ווערט אט דאס אן ענין פון דעהו.

77אין דערויף קען דאך אבער זיין די צוויי אופנים, אז אמת טאקע ער עסט א סעודת מצוה, ער פילט אבער דעם טעם פון דעם ”בשר שמן ויין ישן” אויך, און דערנאך איז דא נאך א העכערע זאך, אז ער פילט מערניט דעם ענין הרוחנות שבזה.

78וואס דאס איז לכאורה שייכות מערניט צו יחידי סגולה.

79וכידוע דער סיפור פון דעם אלטן רבי'ן, דעם בעל הגאולה, וואס ס'איז דאך דא א גאנצע אריכות, אז בשעת ער איז געווען דא איז געווען אן אורח, און מ'האט צווישן זיך פאנאנדערגעטיילט די אנשי הבית, ווער זאל אים משמר זיין אין אכלת המאכלים, וואס ז און מ'האט פארגעסן פאנאנדערטיילן ווער ס'זאל צוזאלצן די מאכל וואס מ'האט אים צוגעגרייט אויף צו קאכן.

80און וויבאלד אז דאס האט מען פארגעסן זאגן, איז סיי די באלעבאסטע און סיי די קחן און די אלע אידינעס וואס האבן זיך געפארעט ארום די מאכל האט געוואלט האבן דעם זכות האט יעדערער באזונדער אריינגעשאלטן א ביסל זאלץ.

81און מ'האט דאך געשאלטן ווי צו מלא, און דאס האבן געטאן אלע וואס זיינען ער האט זיך גע'פארקעט אין קיך בא דעם מאכל פארשטייט מען דאך דערנאך וואס איז געווען דער געשמאק פון דעם מאכל.

82בשעת מ'האט דאס אריינגעטראגן צום עסן איז געווען דער אלטער רבי ביים טיש און נאך פון גדולי ישראל, האט דער אלטער רבי געגעסן נאכאנאנד יענער האט פארזוכט און האט אפגערוקט.

83מ'האט אים דער אלטער רבי און ווי קומט דאס אז דער אלטער רבי קען דאס עסן?

84האט דער אלטער רבי געענטפערט, אז דאס האט ער נאך זייענדיק אין מעזריטשער מגיד אויפגעטאן מיט זיך, אז ער זאל ניט פילן קיין טעם במאכל.

85וויבאלד אבער אז מ'דערציילט דאס אונז, לכאורה וואס איז דאס אונז נוגע צו וויסן, אויב ס'וואלט צו אונז קיין שייכות ניט געהאט?

86איז א סימן, אז די זמנים מיוחדים, ו במעמד ומצב מ ו שמת מן הוא זאל קענען זיין בא אידן אויך, בא יעדער אידן אויך, ביז אפילו בא א איד פשוט.

87און והראי'ן, מ'זעט דאך במוחש, אז בשעת א איד געפינט זיך אין א מעמד של שמחה גדולה ביותר, איז אט דעמאלט אז מ'זאל אים אונטעררוקן א צו געזאלצענע זאך, אדער פארקערט, וועט ער דאס איינשלינגען און אויפעסן, מ'וועט ניט מרגיש זיין דעם מעמד דעם טעם המאכל מצד דערויף וואס ער איז דעמאלט די מציאות פון דער שמחה ששמח ביותר,

88און ניט אין דעם ענין פון דעם מאכל, אף על פי וואס ער מאכט א ברכה און עסט-אויף און עסט-השיעור און מאכט דערנאך די ברכה אחרונה.

89וואס דאס איז ווי דער ענין פון דער פון יפוצו מעיינותיך חוצה ווי ס'קומט דערנאך אראפ ווי דאס איז אפילו באכילתו ושתייתו, עאכו"כ אז דאס קען דערנאך אראפקומען בתיולו ובעניני מסחר, וואס דארט איז דאך א מענטש ניט אזוי פארקאכט, ניט אזוי פארנומען ווי בשעת האכילה.

90וואס דאס איז דאך אויך כידוע דער סיפור אויף איינע פון די תלמידים פון דעם אלטן רבי'ן, אויף ר' ענימין קלעצקער, וואס ער איז געווען א שוחר מיט קלעצער, און האט געמאכט א חשבון, און דערנאך אז בשעת ס'איז געק

91און ער איז בשעת מעשה, בשעת פריער, האט ער געשריבן די סיפור'ן פון דעם חשבון דערנאך אבער בשעת ס'איז געקומען צו מאכן דעם סך הכל איז תמורת זה ניט וואס ער האט זיך געוואלט פאראימעצן אויספיינען, נאר ס'האט זיך בא אים אנגעשריבן א סך הכל האט ער אנגעשריבן ”אין עוד מלבדו”.

92וואס דער פירו איז דאך אין דעם, אז ניט וואס ער האט אויפגעהערט טראכטן וועגן דעם מסחר און האט אנגע וואלט ער דעמאלט ניט געשריבן אין דעם חשבון, ס'איז אויך ניט דער פירוש אז ער האט געוואלט באווייזן א קונז, אז אט טראכט ער וועגן קלעצער און דא קען ער טראכטן וועגן ”אין עוד מלבדו”, צוליב דערויף האט ער דאס ניט געדארפט ארויפשרייבן אויפן זעלבן צעטל,

93נאר בא אים איז דאס געגאנגען בדרך ממילא, אז בשעת אז קלאץ קאסט כך וכך, און די עבודה ארום דעם קלאץ קאס און דערנאך דארף מען צושרייבן וואס דער סך-הכל איז א מילתא דפשיטא, אז וואס איז דער סך-הכל פון פעולת האדם ”בכל דרכיך דאהו” איז דאס אינו איד מלבדו.

94וואס על פי האמור, וכאמור כמה פעמים, אז ס'איז דא ענינים אין נגלה וואס ס'איז זיי אוממעגלעך צו פארשטיין אן דער הסברה פון 'פנימיות התורה', און אט דאס איז וואס מ'האט גערעדט אין די פריערדיקע שבת בהנוגע צו א פרקי דרבי אליעזר, וואס לכאורה איז ער אינגאנצן ניט מובן.

95וואס ער זאגט דארטן אויף ”ויאזרע יצחק בארץ אהי בשנה אהי” וימצא 'מאה שערים' ”ויברכיהו ה'”

96”ויאזרע יצחק בארץ אהי וימצא בשנה אהי מאה שערים ויברכיהו ה'” איז זאגט דאך אויף דערויף אין מדרשים ובכמה מקומות, אז וואס איז געווען די 'מאה שערים' הונדערט מאל אזויפיל וויפל מ'האט אפגעשאצט אז ס'וועט וואקסן,

97און דערנאך איז דא א צווייטער ענין, אז וואס האט מען דאס געדארפט אפשאצן און מעסטן, אדער ווי א צווייטער פירוש, אז די ברכה איז געווען נאך גרעסער אז דאס איז געווען צוליב מאסרות.

98אז אזוי ווי יצחק איז תיקון מאסרית ווי ער זאגט אין רמב"ם, האט ער דאך געדארפט וויסן וויפל מפריש זיין מאסר, איז אט דאס האט מען אפגעמאסטן און אפגעשאצט די תבואה.

99וואס עד כאן, ווי ס'ווערט געבראכט אין מדרשים, און ווי רש"י ברענגט דאס אראפ אין חומש, קומט צוגיין דער פרקי דרבי אליעזר און זאגט וישראל ”יצחק בארץ ההיא” וכי יצחק קרבנו דגן זרע חס ושלום,

100אז ס'איז גאר חס ושלום צו זאגן אז יצחק האט געזייט דגן.

101און פארענטפערט, אז ס'איז טאקע וואס איז דער ויאזרע יצחק?

102אז ער האט צוזאמענגעקליבן זיין ממון, און זרע מעשות ער האט אפגעגעבן ממונו לצדקה, און דאס איז דער פירוש פון ויאזרע יצחק, אז ניט זרע דגן חס ושלום, נאר ער האט זורע געווען ווי לשון הפסוק זורע צדקות ער האט זורע געווען די 'מצות הצדקה' דורך דעם געבן מעשות פון ממון.

103און ס'איז אזויפיל מושלל דעם ענין פון ויזה יזרא כפשוטו, ביז וואנענט אז ער זאגט אויף דערויף דעם לשון חס ושלום.

104וואס לכאורה איז דאך א כלל, אז ס'איז ניטא דער ענין פון סברות הפוכות ס'קען זיין מחלוקת, אבער אז ס'זאל זיין א סברה הפוכה איז דאס איז ניטא אין נגלה.

105און אט דא זאגט מען איין סברא מיט א פשיטת, אז יזרא יצחק האט געזעט, און דאס איז געווען זיין תבואו, במילא האט ער אויף דערויף געדארפט מתקן זיין תיקון מעשרות און ער האט טאקע ניט נאר געזייעט, און דערנאך האט ער טאקע געמאסטן די תבואו,

106און האט אפגעשאצט וויפל מעשרות ס'איז, און דאס איז דער ועליזו איצטער ניט נאר ס'איז ניט חס ושלום, נאר ס'איז געווען מיט א התפקת מרובל, ווארום מעשרות איז דא, כמה אופנים, אין שנכתים, אין תבואות,

107וואס מ'איז גאר פטור פון מעשה און מ'דארף האבן א שייכות צו די תבואה, וואס דוקא דעמאלט ווערט מען מחוייב לאחר את התבואה איז אט דא ניט נאר יצחק איז ויאזרער האט געפייט די תבואה נאר דערנאך האט ער געהאט דערצו א שייכות און האט דערנאך געמאקטן, און דערנאך מעשה איז געווען מעשה און דאס איז אלפי געווען פון דעם דבר.

108איז דאס איז אין קצון. דערנאך קומט צוגיין דער פרקי דרבי אליעזר און זאגט, אז ניט נאר יצחק האט ניט זרע דגן נאר ס'איז גאר חס ושלום צו זאגן א ”קא סלקא דעתך” אז יצחק האט געזעיט דגן.

109וואס דאס איז דאך סברות הפוכות ”מן הקצה אל הקצה”.

110אין דעם ענין פון מאסרות איז דאך אויך דא אין דערויף די שני דיעות.

111אט דאס וואס ווי דער רמב"ם זאגט אז יצחק תיקן מאסרות און דער ראב אט שטעלט זיך אויף דער אז דער ענין המעשה איז שתם גאר פון אברהם אבינו, אויף וועלכן ס'שטייט ”ויתן לו מאסר מקול”.

112און אויף דערויף פארענטפערט מען, אז ”ויתן לו מאסר מקול” בא אברהם אבינו געפינט מען דאס בנוגע צו ארכוש, וואס דאס איז דאך געווען לאחרי המלחמה וואס ער האט גענומען בשביע, משא"כ בא יצחק'ן דער ענין המעשות, ויזרע, איז דאך דאס דער ענין פון מאסרות פון תבואו.

113לכאורה, איז וואס הארט דאס, אז ס'איז מעשרות פון ממון, זאגט ער דאך אויך אין ספרי, און ס'איז דאך דא דיעות, אז דאס איז אויך מן התורה, אפילו מעשר ממון אויך, אפילו אז דאס איז דער רבנן, זאגט מען דאך, אז דאס וואס אבות קיימו ”כל התורה כולה עד שלא ניתנה”, איז דאך דאס אפילו אין רובא תבשילין, וואס דאס איז אן ענין די רבנן,

114טייטשט מען אבער, אז וויבאלד אז דארט זאגט ער ”ויתן לו מאסר מקול” נאך דער מלחמה, און פריער ווערט דאס ניט דערמאנט איז א סימן אז דאס איז ניט א מאסר וואס איז פארבונדן מיט מאסר זיינע חסים, נאר דאס איז א מאסר וואס איז פארבונדן מיט מלחמה,

115ובדוגמא פון דעם מחת וואס מ'האט מפריש געווען במלחמת מדין, וואס איז דאך געווען דער ”אחד מחמש מאות” און אחד מחמישים וואס איז געגאנגען לשבט לוי און ס'איז געגאנגען לארון הכהן, ללעזר הכהן,

116במילא איז דערפון קען מען ניט אפלערנען, דערפאר קען מען ניט אפלערנען דער ענין פון מעשרות, בנוגע צו מעשרות ווי דאס איז דערנאך א מצוה לדורות, דערפאר וואס דערנאך איז דאס ניט געבליבן לדורות.

117איז וואס דערפאר, איז ווען הויבט זיך אן לדעת הרמב דם דער ענין המאסרות פון יצחק תיקון מאסרות וואס איז דער כללות החילוק פון די מאסרות פון א מלחמה ביז א מאסרות וואס ווי יצחק תיקון מאסרות?

118בשעת מ'האט מלחמה, איז דאך דעמאלט דער כלל אז אלית ”הלל חוגר כמפתח” וואס דאס איז דאך א כלל אין תורה, פארוואס על יתהלך?

119דערפאר וואס וויבאלד אז ס'איז א מלחמה, איז דאך ולא מלאום יאמץ קען דאך זיין זה כם און קען זיין זה כם איז בשעת דער אויבערשטער גיט אים נצחון, איז אט דעמאלט איז דא א תודה מיוחדת, וואס דערפאר איז דא דער מכת דער מאסר פון אן ענין פון שביעי המלחמה.

120בשנים כתיקונם ובחיים רגילים ובכל דרכיך ניטא דער ענין פון מאסרו ער הארעוועט, דערנאך גיט ער צדקה, מ'זאל אים אבער מחייב זיין אז ער מוז געבן מאסר ניטא דער ענין אין זמנן של אברהם, כאטש אפילו אברהם איז געווען ענינו אין גמילות חסדים.

121בשעת ס'איז געווען א נס, און ער האט מלחמה געהאלטן מיט כמה מלכים, על דרך זה ווי ס'איז דערנאך געווען אין מלחמת מדין וואס ”לא נפקד ממנו איש” איז ענדיק א נס פועל"ט דאס אויף ”ויתן לו מאסר מקול”.

122אט דאס וואס יצחק האט אויפגעטאן?

123אז ער האט געגעבן מעשרות אין שנים כתיקונים, אז בשעת ויזרא יצחק האט ער געגעבן מעשה, נאר וואס דען?

124בשעת ס'איז געווען דער וברכי ה און ס'איז געווען א סך מערער תבואה איז די מעשרות אויך געווען מערער, אבער אז ס'וואלט געווען ווייניקער וואלט ער געגעבן ווייניקע מעשרות, אבער יצחק תיקון מעשרות אז בחיים רגילים ובחיים כתיקונם בכל דרכיך איז אט דעמאלט גיט ער מאסר.

125וואס וואס איז דער ענין פון מאסר?

126איז דאך דער רמב"ם מבאר אויפן ענין פון ”כל חלב להוי” אז בשעת מ'דארף געבן אויף צדקה, און בשעת מ'דארף געבן תרומות ומאסרות דארף דאס זיין כל חלב, מ'דארף געבן דעם יפה און דעם עיקר און דעם נאה דארף מען אפגעבן דעם אויבערשטן.

127אט דאס וואס ס'בלייבט מאסר איז דאס האט א שייכות צו אים.

128וואס דאס איז דאס וואס מ'מאנט בא יעדערן כאמור לעיל, אז די עבודה דארף זיין, אז ס'איז דא א נשמה און גוף, און ניט יעדערע קען פועל'ן בא זיך אז דער גוף ווערט אויס מציאות,

129מערניט ווי נשמה אט דאס אבער וואס מ'מאנט בא יעדערן, אז די נשמה עיקר והגוף טפל, ווי דער אלטער רבי איז מבאר ווי אזוי דאס איז דער ”כל התורה כולה אין” פרק לב שבתניא.

130וואס דערפאר דריקט זיך דאס אויס אויך אין דעם אופן, אז דער עיקר ונער ויפה ומובחר, כל חלב, איז דאס ווערט א ענין לה, דערנאך האט ער די תשעה חלקים, אבער דאס איז ניט דער מובחר און ניט דער נער און ניט דער מוכשב מערניט וואס בכמות איז דאס מערער, אבער באיכות איז פונקט פארקערט, און בא אים איז דאך דער עיקר דער איכות,

131דאס איז אבער אן ענין של טפל, אבער א ”מציאות בפני עצמה”, נאר וואס דען?

132א טפל. ווי גערעדט פריער דער ”כל מעשיך לשם שמים”, ס'איז אבער ניט דער ענין פון ”בכל דרכיך דעהו” אז ס'איז ניטא קיין ענין פון טפל, ס'איז אומעט אומעט דעהו.

133דערנאך אבער קומט מען צוגיין און זאגט, אז דאס איז דער ענין ווי יזרא יצחק ווי ס'איז געווען בנגלה, בשעת ס'איז דורכגעגאנגען אין פליש ”אבי מלך, מלך” פלישתים ”ופיכל שר צבאי' וכו” וואס האבן זיי געזען?

134האבן זיי געזען ”ויזרא יצחק בארץ ההי וימצא בשנה ההי מאה שערים ואברכי” הוי האבן זיי געזען, אז ער זעט, און במילא דארף מען נאקערן, און דערנאך שניידט מען, דערנאך ציילט מען איבער, און דערנאך האט ער מפרש געווען מסרות.

135דערנאך קומט צוגיין מדרש שבתורה, און זאגט אויף א אדם כפשוטו ניט ”האבות הן הן הן” המרכבה קען זיין די עבודה פון ”כל מעשיך לשם שמים”, אז יצחק האט געזייט דגן און האט דערנאך געמאסטן די דגן און האט דערנאך מפריש געווען מאסרות.

136בשעת אבער מ'רעדט יצחק קוינו וואס ”האבות הן הן המרכבה” אז זיי זיינען אין אן אופן פון מרכבה וואס דאס איז מערניט דער רוחב.

137ניט ער האט א רצון בפני עצמו, און דער רצון הערט זיך צו וואס דער רוחב וויל און ער טוט אזוי, נאר ס'איז ניט קיין מציאות לעצמו, דאס איז דער רוחב, און ער איז מערניט ווי מרכבה.

138איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן יצחק'ן, ווי איז שייך זאגן זרע דגן?

139יצחק האט געקענט זורע דגן זיין אויב מ'זאל זאגן אז דאס איז ניט אן ענין פון זריעת דגן, דאס איז דעהו.

140נאר וואס דען, ווי אזוי קומט דאס אראפ איז דא אין פועל?

141קומט דאס אראפ דורך זריעת דגן, על דרך ווי אזוי קען זיין 'קבלת עול' 'מלכות שמים' אז ער איז זיך מתעטף אין א תלוי של צמר, אבער ניט ער וויל האבן א תלוי של צמר ומתעטף ב תלוי של צמר ער דארף האבן פריתו דמלכא, ווי ער זאגט אין זהר, 'קבלת עול' 'מלכות שמים' איז דא ווי דאס איז במחשבה,

142דערנעמט דאס זיין כח המחשבה, דערנאך איז דאס דא בדיבור, דורך דערויף וואס ער שרייט ”שמע ישראל הוי' אלקין הוי' אחד”, מ'דארף אבער האבן אז זיין כח המעשה זאל אויך מקבל זיין עיל מלכי שמים, דורך וואס טוט זיך דאס אפ?

143דורך דערויף וואס ער איז זיך מתעתפ בטלש אל צמר.

144אבער חס ושלום זאגן אז א כהן גדול האט אנגעטאן ”בגדו כהונה לחביד ולתפארות” כדי א צווייטער זאל אים לויבן פאר די 'בגדו כהונה'.

145ער האט געדארפט דינען דעם אויבערשטן בקדש הקדשים ביום הכיפורים, און אז מחוסר בגדו איז מפסל, ועל דרך ”זה בבגדי לבן” ובבגדי זהב,

146און וואס איז געווען עבודתו ביום הכיפורים איז דאך דא דער תכלית העילוי אין ”עולם שנה נפש”, וואס דאס איז דאך געווען אין עולם דער קדשי קדשים ובשנה דער יום הכיפורים ובנפש דער ”ויבדל אהרן להקדישו קודש קדשים”.

147אבער חס ושלום זאגן, אז אין וואס איז דעמאלט דער קהן גדול געלעגן?

148אין ”זרה דגן, אין” אנטאן א שיינע כלי, צי דאס איז ”בגדי לבן צי בגדי זהב”.

149די נאכמער הבנה והסברה אין דעם האט מען וועט מען דאס פארשטיין ווי גערעדט כמה פעמים, אז יעדער ענין דארף אראפקומען אין נגלה ביז א פסק דין.

150וואס דאס קומט אראפ אין א פסק דין בפועל בנוגע צו הלכות שבת.

151וואס אזוי איז דאך דער ענין אז ס'איז דאך דא בנוגע צו הוצאת שבת, איז דא א שיעור וואס דעמאלט ווערט דאס א דבר חשוב להוצאה, וואס דעמאלט איז דאס אן ענין פון מלאכת מחשרת.

152וואס אזוי איז דא דער שיעור אויף כמה ענינים, סיי אויף עניני אכילה ושתי' סיי אויף ענינים פון לבושים סיי אויף ענינים פון כלי.

153דערנאך איז דא א דין מיוחד, אז ס'איז דא אן ענין פון א שיעור אויף א ”דבר מאכל ומשקה” אויב ער האט ארויסגעטראגן א קלענערן שיעור איז אט דעמאלט איז ער פטור ער האט ניט געטאן קיין מלאכה.

154דערנאך זאגט מען, אז אויב אט דער ענין מאכל ומשקה איז געלעגן אין א כלי, וואס די כלי איז א כלי שלימה, און ווען ער וואלט ארויסגעטראגן די כלי בפני עצמה וואלט ער געווען חייב, דערפאר וואס דאס איז א כלי וואס מ'איז מחוייב על ההוצאה שלה מרשות לרשות אויב אבער די כלי איז ניט געווען קיין מציאות פאר זיך, נאר וואס דען צוליב וואס האט ער איר געטראגן?

155דערפאר וואס ער האט געד האט ער דאס אריינגעלייגט אין דער כלי, און דעם מאכל למשקה וואס דאס איז דער עיקר האט ניט קיין שיעור, אט דעמאלט איז ער פטור אויך אויף הוצאות הכלי איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז די כלי ווערט אויס מציאות פאר זיך,

156ווארום אויב ס'וואלט געווען א מציאות באיזה אופן שיהי איז דאך דאס א מציאות שלימה בשיעורה וואס ער האט איר ארויסגעטראגן מרשות לרשות.

157וויבאלד אבער אז דאס ווערט אויס מציאות פאר זיך, דאס איז מערניט משום הדבר הנמצא בכלי אט דעמאלט איז אינגאנצן ניט נוגע וואס ס'צוט זיך מיט דער כלי, ואדרבא, חס ושלום צו זאגן אז ער טראגט די כלי, ווארום דעמאלט איז ער מחוייב ”חייב חטאת ובמזיד חייב” זכילה.

158נאר וואס דען? אזוי ווי דאס איז ער טראגן טראגט ער די מאכל ומשקה.

159נאר וואס דען, דער מאכל ומשק איז אזא מעמד ומצב וואס ער קען דאס טראגן דורך א כלי, און צו די כלי איז אים אינגאנצן ניט נוגע מצד עצמה איז אט דעמאלט איז ער פטור אויך על הכלי, וויבאלד אז אויפן מאכל ומשק איז ניטא דער שיעור.

160פארוואס איז דאס אזוי אין מלאכות שבת?

161דערפאר וואס שבת איז ”מלאכת מחשבת עשרה תורה”.

162וואס אט דאס איז דער אויפטו פון א אידן, אז ס'איז ניטא דער ענין אז ס'טוט זיך אן ענין בדרך ממילא, ווי דער רבי האט געזאגט בשיחת הידוע, נאר ס'איז יעדער ענין, וויבאלד אז ער שטייט אין אן אופן פון 'קבלת עול' 'מלכות שמים' אז ”כל מעשיך לשם שמים” על אחת כמה וכמה אויב ער האלט בא ”בכל דרכיך דעהו” איז דאך ניט שייך צו זאגן,

163אז וויבאלד ער דארף דאס מכוין זיין לשם שמים אז דאס זאל זיך טאן בדרך ממילא.

164טוט זיך דאך דאס אלץ מיט א כוונה און אויסגעשטעלטערהייט.

165און וויבאלד אז ס'טוט זיך יעדער ענין אין אן אופן פון ”מלאכת מחשבת” איז אט דעמאלט, אויף יעדער ענין פון א אידן וואס שטייט עבודתו במעמדו ומצבו אין אן אופן פון ”מלאכת מחשבת” ווארום ער איז דאך פון ישראל עלה במחשבה איז אט דעמאלט איז פעולתו אין אן אופן כזה,

166אז די כלי איז ניט אופס מקום דאס הייסט אז זי ווערט אויס מציאות פאר זיך, ס'איז מערניט אט די כוונה צוליב וועלכע מ'דארף אנקומען צו דער כלי, און אט דעמאלט דארף מען זען אז די כוונה זאל זיין כדבעי, און אט דעמאלט ווערט די כלי אויס מציאות פאר זיך, ביז וואנענט אז מ'שרייבט, אז ווי קען זיין אז יצחק ”דגן זרע חס ושלום” זאגן אזוי אויף אבות אינן המרכבה?

167וואס דאס איז פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט קיין סתירה צווישן די ביידע לשונות, וואס דאס זאגט ער חס ושלום אפילו אויף זריע אליין, און דא זאגט מען, אז ניט נאר זרע, נאר ער האט געטאן די אלע ענינים וואס מ'דארף האבן ביז צו משניידי תבואה, און האט געהאט דערצו א שייכות אין אן אופן פון בעלות ווארום אז ניט וואלט ער ניט געווען מחוייב במאסר איז

168און אף על פי כן, איז בשעת מעשה איז חס ושלום צו זאגן, אז ער האט עפעס צו טאן מיט דער כלי, דאס איז מערניט דער מאכל ומשקי וואס ס'געפינט זיך אין דער כלי די כוונה פון דעם דעה און וואס איז דא אין דעם בכל דרכיך.

169וואס מצד דערויף איז פארשטאנדיק, אז דעמאלט האט ער ניט וואס צו ווארטן אויף קיין מלחמות.

170אפילו כשנים כתיקונם, הנהגה וואס ס'ווערט אנגערופן הנהגה על פי הטבע, איז אט דעמאלט איז ניט שייך צו זאגן א דגן זרע אפילו בשנים כתיקונם.

171ניט דערפאר וואס ס'איז דא א מלחמה, איז דערפאר ”ויתן לו מאסר מקול”, נאר בשנים כתיקונם, אפילו אין ארץ פלישים, און א מדינה קשה און שנה קשה אלע שרייען אידישקייט, אנטקעגן אלקות, איז אט דעמאלט איז 'ויזרע יצחק', און אין וואס פאר אן אופן איז ער זורע דגן?

172אין אן אופן וואס חס ושלום צו זאגן אז זרה דגן ווארום די כלי איז ביי אים קיין מציאות ניט, און אט דעמאלט איז וימצא מאה שרים ויברכיה הוי וואס ס'איז דאך ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” אט דעמאלט קומט אראפ ברכת ה' פשוט אין ענינים כפשוטם, ”למטה מעשרה טפחים, אין” דגן כפשוטו.

173וואס דערפאר איז אבי ”מלך ופיכל שר צבאו” וואס האבן זיי געזען?

174זיי האבן געזען דעם ”ויזרע יצחק” כפשוטו.

175וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק פארוואס ס'שטייט דער ורכי הוי' צום סוף, וואס ווי מ'האט גערעדט פריער ס'האט דאך געדארפט שטיין, וויבאלד אז דער ענין פארוואס איז געווען וימצא בשנה אהי און ”ויזרע יצחק בארץ” אהי און ס'איז נאך געווע

176א שנה קשה און אן ארץ קשה איז דאס געווען מערניט ווי מצד ברכת ה' האט דאך געדארפט שטיין דער ויכוה הוי' פריער.

177געדארפט שטיין ויזה יצחק ברוך הוא וימצא בשנה הוא מאה שעים.

178נאר דער ענין פון ויברכוה הוי' איז ניט קיין קונצו, אז מצד דערויף זאל זיין ויזה יצחק.

179דאס מאנט מען בא אידן, אז דאס זאל זיין בכח עצמו.

180מ'דארף האבן אתערותא דלתתא, און מ'דארף האבן אז ער זאל אליין הארעווען, ”לא יגעת ומצאת על טעמין” מ'ווארפט ניט קיין 'הבנה והשגה' בתורה, און מ'ווארפט ניט דער ענין פון ”חינם מן המצוות” דאס איז עשי דמגי מגן שביא, ועל דרך זה בהנוגע צו 'קיום המצוות', איז ווי גערעדט פריער וואס ווערט געבראכט פון דעם אריז"ל, אז א מצוה דארף מען דאך לאזן קאסטן געלט.

181ס'איז ניט קיין סדר אין מצוה, אז ס'זאל אנקומען אומזיסט.

182ואדרבא, אויב דאס איז אין אן אופן פון יגיעה, איז דארף ער פארקערט האבן אין דערויף מער חביבות און מער השתדלות.

183וואס דערפאר, איז בשעת מ'טרעפט-אן אז בארץ אהי איז ניט דער פירוש, אז דערפאר דארף ער זיי אוועקלייגן און גארנישט ניט טאן דו דארפסט דאך טאן דיין ארבעט, הארבער וויפל די קענסט.

184בשעת ס'איז זיך נאך בארץ אהי ובשנה היא איז אעפ"כ דארפסטו אויך הארעווען?

185ניט זאגן, אז וויבאלד אז ס'איז בארץ אהי ובשנה היא קענסטו גארנישט ניט טאן.

186אויב דו וואלסט גארנישט ניט געקענט טאן וואלט מען דיר ניט געבראכט אין ארץ פלישתים, און מ'וואלט דיר ניט מזמין געווען א שנה אהי, און מ'וואלט דיר ניט געגעבן די ידיעה ווי אזוי ס'דארף זיין זריעה וקצירה.

187וויבאלד אז דו ביסט און דו האסט די ידיעה פון זריעה איז אט דאס גופא איז א הוכחה, אז דו דארפסט הארעווען און זייען,

188און אט דעמאלט איז האסטו די הבטחה, אז בשעת דו וועסט זייען וועסטו געפינען און ס'וועט זיין מיט אן אופן ”יגעת ומצאת”, און דערנאך בשעת מ'זעט מלמעלה אז א איד האט געהארעווען ככל כחו וויפל נאר ער קען,

189ניט קוקנדיק וואס ס'איז בארץ אהי ובשנה אהי איז אט דעמאלט קומט נאך צו דער ”ויברכיהו הוי” אז מ'גיט אים נאך שלא בערך מערער וויפל ס'איז געווען אין די 'מאה שיערים', וואס דאס דארף ער באקומען מצד דעם ויזראו ומצד דעם וימצא.

190וואס אין לשון החסידות איז דאס אט דאס וואס מ'זאגט אז ס'איז דא די 'אתערותא דלעילא' וואס זי איז 'לפי ערך' אתערותא דלתתא, און נאך דערויף קומט ערשט דער ”ויברכיהו הוי” דער ענין וואס דאס איז אתערותא דלילא שלא בערך אתערותא דלילא וואס זי קומט ע'י האתערותא דלתתא.

191וואס אט דאס איז אויך דער ענין ווי גערעדט פריער, אז ”יפוצו מעינותיך חוצה” דאס וואס ס'מאנט זיך, אז אין חוצה, בשעת ער האט צוטאן מיט דגן, און בשעת ער געפינט זיך בא זיך אין אפיס, און געפינט זיך בא זיך אין דזשאב, און טרעפט זיך מיט א גוי אדער להבדיל מיט א אידן, און דארף רעדן א איז אט דעמאלט איז סומחין על הנס און ויזרא דגן כפשוטו.

192דאס איז אבער ווי א צווייטער זעט ער מבחוץ.

193ס'דארף אבער זיין דער ”ויפוצו מעינותיך חוצה” אט דעם מים פנימי וואס דו האסט בא זיך אינעווייניק, וואס דאס איז די ”נשמה שנתת בי טהורה” היא וואס זי איז ”חצובה מתחת כסא הכבוד”, וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, אז אפילו בשעת החטא איז היתה באמנו אתו.

194איז אט דער מעיין, די נקודת היהדת, וואס דו האסט בא זיך בפנימיות דארף ער זיין יפוצו ביז אין חוצה אריין, אז אין דעם חוצה זאל זיין ניכר און פארבונדן מיטן מעיין.

195וואס אט דעמאלט, בשעת מ'קומט צוגיין און ער מאכט א חשבון וואו האלט ער איז חס ושלום צו זאגן אז ער האט צו-טאן ”אין חוצה, חס” ושלום צו זאגן א דגן זרה.

196נאר דען, דאס איז אן ענין פון מעיין.

197נאר דאס איז בדוגמא ווי גערעדט פריער, אזוי ווי ס'איז דא א מאכל ומשקה, און אין דער מאכל ומשקה געהערט דאס צו רשות היחיד, א חידוש של עולם.

198די כוונה איז דאך, אז מ'זאל דאס ברענגען אין רשות הרבים, און דארטן זאל מען מאכן א ”ברכה ראשונה און ברכה אחרונה”, וואס וואס איז דער פירוש הפשוט פון דער ברכה?

199אז דאס איז אלקינו מלך העולם אין דעם 'עולם הזה' הגשמי והחומרי, איז אזוי ער זאל מאכן א ברכה און דערנאך ניט עסן טאר, און דאס איז א ברכה לבטלה.

200בשעת ער דארף עסן, איז אט דעמאלט אזוי ווי ער עסט א מאכל גשמי, ער וועט לערנען א גמרא איז דאס אן ענין וואס ער מאכט אין די פי ברכות התורה, ס'האט ניט קיין שייכות צו וועלט.

201בשעת אבער אין מיטן טאג, בשעת ער געפינט זיך בשדה, און אט דעמאלט וויל ער שרייען אלקינו מלך העולם איז דערצו איז די עצי אז דאס ווערט דורכגעטאן דורך א מאכל ומשקה, און אט דער מאכל ומשקה דארף האבן א כלי דורך וועלכע ער ברענגט דאס, און אט דעמאלט דארף די כלי שטיין אין אזא אופן אז ער זאל שרייען חס ושלום לומר הדגן זרע.

202און אט דעמאלט קומט דאס אראפ אין ויברכיה הוי אין רוחניות הענינים, אין עבודה רוחנית, דערנאך קומט דאס אראפ ביז ענינים כפשוטם, אז ויברכי הוי' מקרא יוצאים מידי פשוטו ווי ס'איז געווען בא יצחק'ן,

203אז ס'איז געווען ווי ער זאגט אין גמרא אז ”זבל פרדותיו של יצחק ולא כספו זהבו של אבימלך”, וואס דאס איז דאך דער ענין כפשוטו, אז ס'איז געווען עשירות מופלגה אין ענינים גשמיים.

204פון וואס איז דאס אבער געקומען?

205דורך דערויף וואס יצחק איז געשטאנען אין א מעשה בעבודה וואס חס ושלום זאגן דגן זרע, און דערפאר האט ער בשעת ויעזרח און בשעת וימצא און בשעת דער עומד,

206ער האט דאס אפגעמאסטן און אפגעשאצט איז דאס געווען אין אן אופן אז ס'איז דערנאך אראפגעקומען אין מובחר און אין נאה און אין דעם חשוב און דעם עיקר וואס דאס איז להוי און אלע איבעריקע ענינים איז דאס ניט געווען קיין מציאות פאר זיך, ביז אין אן אופן אויף חס ושלום צו זאגן אז דגן זרע.

207וואס דאס איז אויך, כאמור לעיל, אט דאס וואס י' תס כסלו מאנט זיך ארויס, אט דאס ווי ער שרייבט, ווי מרמז אויך בקיצלו אין די גרת הקודש הידוע פון קטאן תי אז דאס וואס ס'איז דא דער רוב החסדים והאמת וואס זאל דאס פועל זיין ביי אים א שפלות, פון וואס נעמט זיך די שיפלו?

208זאגט ער גלייך, דערפאר וואס ”כל הקרוב קרוב” יותר, אט דאס וואס מ'גיט אים נאך עשירות, אט דאס וואס מ'גיט אים נאך חסדים און נאך אמת וואס פילט ער אין דעם?

209אז ער ווערט דורך דערויף מער קרוב צו דעם ”מלך מלכי המלכים הקב"ה”?

210וואס דעמאלט איז דאך וואס נעמט ער צו ”מלך מלכי המלכים הקב"ה”?

211אלץ העדר המציאות פועל"ט דאס בא דעם וואס ס'שטייט אין דעם קירוב.

212וואס דאס איז דאך לכאורה פונקט דער היפך וואס עשירות פועל"ט דער ענין ההרחבה דא פועל"ט דאס דעם ”ענין השפלות והביטול”.

213און אט דאס האט זיך געמאנט בדרך ממילא קומט דאס דערנאך ארויס אויך אין הנהגה בפועל, וואס דאס ווי מ'האט גערעדט פריער, אז בשעת ס'איז דא ערגעץ-ווי א אידענע אין עק שטאט איז אט דעמאלט גייט דער אלטער ”רבי באמצע יום הכיפורים כדי” אויף איר ארויסהעלפן מיט געבן איר עסן וואס זי איז זקוקה לזה,

214לכאורה וואס ווי קומט דער אלטער רבי נאך ביום הכיפורים אין א שטעט אין א חדקא אין עק שטאט, ובהנוגע צו אן ענין גשמי?

215נאר אט דאס איז דער ענין פון יפוצו מעיינותיך חוצה ווי ס'קומט אראפ אין א ענין של עשי אז מ'זאל זען דעם אלטן רבי'ן זאלן אים זען אין מארק, און ניט מ'זאל אים זען אין מארק מערניט ווי ער וועט זאגן דארטן מוסר און זאגן א מאמר חסידות און א מאמר וקבלה און פארענטפערן אן ענין עמוק בשעת, נאר מ'זעט אים דארטן ווי אזוי ער גיט עסן א אידענע.

216וכאמור לעיל, דאס איז ניט וואס מ'דערציילט א סיפור יפה, ווי אזוי איז די גרויסקייט פון דעם אלטן רבי'ן ווי א אט דאס וואס מ'דערציילט אונז, אז דאס איז א הוראה,

217און ”מעשה אבות אמו לבנים” כדושה, תהי הארץ נחל ”לכיבוש לפני בניו” אט דאס מאכט לייכטער א אידן די וועג, אז ער זאל אויך גיין בעבודתו אין דער ריכטונג.

218און דעמאלט האט מען די הבטחה, אז אויב ס'וועט נאר זיין דער ויזרע, איז ניט קוקנדיק וואס דאס איז בארץ ההיא, און ניט קוקנדיק וואס דאס איז בשנה א היא, איז ניט נאר ס'וועט זיין דער וימצא 'מאה שערים' וויפל ער איז משער אז ער קען דערגרייכן, נאר דערנאך וועט נאך זיין דער ויברכי הוי' ברוחניות ובגשמיות גם יחד.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים