Paragraph
Paragraph rh-8zb81hgf
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9mqq8kr6
- order
- g4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז דאך דער סיום און חותם פון די עצרת ימי התשובה שהתחלתן בראש השנה, ווי דער לשון איז אויך עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים איז דאס אן איין און איינציקער המשך, וואס ס'ציילט זיך אויף עשרה ימים און מער בכללות אויף שבעה ימים, על דרך ווי קביעות שנה זו איז דאך ימי הסליחות איז שבעה ימים, אמאל אין א שנה וואס ס'איז נאך מערער, און מ'האט נאך אן אכטן טאג וואס מ'זאגט סליחות, דערנאך איז דאך דא ביז אין אן אופן אז מ'זאגט סליחות מערניט ווי ד'ימים, וואס דאס איז בהכרח בכל שנה ושנה, כמבואר אין ספרים בנוגע צו קביעות החדשים והטעמים בזה. ועוד והוא העיקר, אז אויב פון אלע ענינים דארף א איד ווערן דוקא א מהלך, וואס דאס איז דאך דער ענין פון וילך משה, און דורך דערויף קומט נאך צו אין דער משה שבכל אחד ואחד נאך א הליכה, דורך די הליכה נוספת וואס ס'איז דא אין משה רבינו, קומט צו אין התפשטות דמשה, ווי דאס איז בכל אחד ואחת, ביז אין אנשים נשים וטף אויך אין זייער הליכה, אז די הליכה איז אין אן אופן פון נצבים מיט אלע פירושים שבדבר, על אחת כמה וכמה דעם פירוש וואס ס'האט א
- proofread
- 0