עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

172 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1צווישן די ענינים וואס דער בעל יום ההולדת האט א סך גערעדט אין דעם, און ווי עס ווייזט אויס און געלייגט אויף דערויף א הדגשה מיוחדת, אז מ'זאל טאן און זיך משתדל זיין אויף ניט זיין קיין חיצוני.

2און מיט וועמען האט ער דאס גערעדט?

3ער האט דאס גערעדט דוקא מיט א קרובים אליו, ביז תלמידים, וואס תלמידים קרויים בניו, ווי מ'זעט דאס אויך אין די שיחות וואס זיינען שוין געדרוקט, און עאכו' כמה אויך ברמז בכמה מכתבים, עאכו' כמה אין די חלקים וואס ס'איז ניט געדרוקט.

4וואס כאן המקום נאך להזיר נאכאמאל, וואס האבן מען שוין גערעדט כמה פעמים, ניט נאר ס'האט ניט געהאלפן דער רעדן, נאר ס'איז געווארן נאך אין א ענין פון ”פוחות והולך”.

5און דאס איז דער ענין, כמדובר כמה פעמים, אפגערעדט, אז מ'האט זיך ניט קוקן, בפרט נאך בשעת התפילה, אין א מקום פלוני און אויף א איש פלוני,

6וואס ס'האט בכלל קיין ענין ניט, בשעת מ'חזר'ט א מאמר, וואס דעמאלט איז סגולה להבנת המאמר אז ס'זאל זיין איניך רואות משא"כ אבער בשעת מ'האלט אין תפילה, אדער הכנה צו תפילה,

7וואס דעמאלט דארף זיין דעה לפני מעתה עומד דארף זיין די התבוננות בגדלות הכל איז דער קוקן דוקא אויף א בן אדם, און קוקן ”למקום פלוני ולמקום שונה וכו” און ניט מפסיק זיין בזה, אפילו אז מ'זעט אז ניט נאר אין הדעת מוחא נאר ס'איז פונקט היפך הרצון ממש.

8וכמדובר כמה פעמים, ובמדובר אויך, ווי דערמאנט פריער, ניט נאר ס'האט ניט געהאלפן, נאר ס'איז נאך געווארן נאך אין א שווערערן אופן.

9בשנים כתיקונם, איז געדארפט זיין די עלטערע חסידים, עכ"פ די וואס זיינען עלטער בשנים, אז זיי זאלן מוכה זיין, ניט נאר מוכה זיין דיבור בעלמא, ובספי לחוץ, נאר זען און בפועל צוגיין צו יענעם און זאגן אים הער זיך איין, אדער גי' ארויס פון בית הכנסת אויב דו קענסט זיך ניט איינהאלטן, אדער קוקן סידור

10ניט נאר אז זיי טוען דאס ניט, נאר זיי טוען נאך אט די וואס טוען דאס, ”כאמור חיצוני ת”, שבעי חיצוני ת.

11ובפרט נאך אז מזריר איז געווען כמה פעמים, און אויב די עלטער חסירים וועלן דאס ניט באווארענען איז מבאר זיין איינעם, טאר מען ניט ווער ס'זאל ניט זיין א איד, האב איך קיין אנדערע עצה ניט, איך וועל האלטן לעבן זיך א סידור, אדער סידורים,

12איך וועל דערזען אז איינער אכט'נט זיך און קוקט דוקא למקום פלוני אויף איש פלוני, זאל איך נעמען דעם סידור און צו אים בלי נדר, און צו אים צוגיין און זאגן אים הער זיך איין, האסטו א סידור?

13דו וועסט זען וואס ס'שטייט אין סידור צי ניט, אדער טראכטן אן אנדער זאך, לכל פנים לעיני הרועה ערפן אויף דעם סידור און קוק אין סידור, און הער אויף מבלבל זיין דעם אויף וועמען דו קוקסט, און די וואס שטייען ארום דיר,

14און בפרט נאך אז דו ביסט זיי אויך משפיל א תמורת זה וואס זיי דארפן קוקן אין סידור, און ניט איבערהיפער' ענקען ווערטער, אדער נאך מער ווי ווערטער איינציקע ווערטער, קוקן זיי דארט וואס ס'איז אינגאנצן ניט זייער ענין, און זיי דארפן קוקן, כאמור, אין סידור, וואס אותיות מחכימות און אותיות מאירות.

15און כאמור, ס'איז ניטא קיין אנדער ברירה, אדער די עלטערע חסידים וועלן זיך נעמען דערפאר, אדער דער שמש אדער דער גבא וועט דאס טאן, און אז ניט האב איך קיין ברירה ניט, ס'איז דא א צווייטע ברירה, איז זאל דאווענען בא זיך אין ציבור,

16וועלן ניט גיין או צוליב איינעם וואס פירט זיך היפך הרצון און היפך השולחן ערוך.

17ס'שטייט אין שולחן ערוך אז דער לפני מי אתה עומד איז דאס ניט נאר ליטן שולחן ערוך א ענין וואס איז פארבונדן בשעת שמונה עשרה, נאר ס'דארף אזוי זיין בשעת קריאת שמע, און בשעת ברכות קריאת שמע, און בשעת פסוקה דזמרא און בשעת אמירת ה' ברך שעמה ולפני זה, הודר להוי' קירוב ושמו, און בשעת ער גרייט זיך אויף אנטאן די תפילין און

18תלת, תלת שבטלת.

19און דערנאך איז צוגעקומען נאך א פגע, וואס ביז זיי האבן ניט געוואלט אויף דערויף רעדן, און געווען אזוינע וואס בא זיי איז דאס א ענין של פנימי, אבער זיי ניט געוואלט אנרירן, א דבר מבהיל, און מ'האט זיך איינגערעדט, און איינגערעדט בחורים וואס קענען זיצן און לערנען חסידות,

20אז אין וואס דארף באשטיין חסידות ער זאל האלטן א צהלום מכונה, א פאטער אפאראט, און זאל זיך האלטן אין איין קנאקן און אראפנעמען פאטאגראפיעס ווי אזוי מ'גייט און ווי אזוי מ'שטייט און וואס מ'טוט, איין מאל און א צווייטן מאל און א דריטן מאל.

21און אים צוגעגאנגע צו איינעם און האט ביי אים געפרעגט, צי האט ער געלערנט תניא אויך דעם טאג, נוסף אויף דערויף וואס ער האלט אין איין פאטאגראפירן כמה פעמים האט ער ניט פארשטאנען וואס האט דאס א שייכות.

22וואס האט ער פאר א שייכות מיט 'לימוד התורה'?

23א ישיבה בחורה! בשעת ער האלט אין פאטאגראפירן, און מיטאמאל רעדט מען מיט אים?

24האט ער געלערנט פניא במשך היום!

25ס'איז אינגאנצן שלא בדרא דיונא לפי אבנתו.

26פון וואנען ווערט בא אים אזא מין הבנה?

27ווארום אין פוצה פה מצפצף!

28מ'פארנעמט זיך ניט מיט מסביר זיין זיך, במילא אויך מסביר זיין א בחור, אז דער רבי נשמתו עדן, דער בעל יום ההולדת, האט געהאלטן אין איין טענה ליגט ניט אין חיצוניות, אין חיצוניות פון חסידות!

29ווער רעדט חיצוניות פון מאכן פאטאגראפיעס לא היו לעולמים!

30איז צוגעקומען נאך א ענין בזה, ס'איז דאך געווען חל המועד, האט מען געהאלטן אין איין קנקן און פאטאגראפירן, דו איז געווען רבנים בשעת מעשה, עכ"פ אידן וואס לערנען כיצור שלן ערוך אויך געווען בשעת מעשה גייט צו צו יענעם און פרעגט ביי אים, ס'איז חלמועד.

31חלמועד מעג מען טאן א דבר עביד, ער האט גענומען פאטאגראפיעס פאר יום-טוב, גענומען פאטאגראפיעס נאכן יום-טוב, האט דאך אליין געזען,

32בשעת ס'איז געקומען חלמועד איז דאך געווען מערער התוועדות, אויך אין ימי חלמוה, ניט נאר אין ימי יום-טוב, וואס האט מען דאס אויסגענוצט?

33געכאפט פאטאגראפיש, האט מען ניט קיין אייגענע, האט ער געליען געלט און געקויפט א פאטער אפארט, און געקומען צולויפן, וואס מ'האט גערעדט ווייס איך ניט, האט ער געהערט צי ניט, ווארום ער האט געדארפט מדייק זיין צי אוועקשטעלן באופן כזה אדער באופן כזה, און דערביי קוקן צי אנדערע באמערקן אז ער האט גענומען מער פאטאגראפיעס פון אן אנדערן.

34אט דאס באווייזט צו וואס ער קען דערגרייכן.

35פרעגן צי דאס איז א דבר העביד פשוט אין שולחן עבוד.

36אזעלכע וואס מאכן דאס לשם פרנסה, איז דאס פרנסת.

37דא אזעלכע יחידים וואס מאכן דאס לשם הפצה, ער רעכנט אז דאס איז דער וועג צו מפיץ זיין חסידות.

38בשעת ס'וועט זיין א סאטערלייט, דערנאך וועט זיין א פאטאגראפיע, דערנאך וועט דאס זיין געדרוקט כמה פעמים.

39וואס דאס איז דער ענין וואס די רביים נשיאים ווילן.

40זאגט דער רבי נשמתו עדן, ער וויל פנימיות, ער וויל ניט קיין חצונות.

41ובפרט נאך כאמור דרכו אין א מקום קדוש, דרכו אין א צייט פון התוועדות, דרכו וכל המוד פון ”זמן שמחתנו לשון רבים”, פון ”ישמח הוי' במעשה” קומט ער צולויפן און האט באקומען שוין א גוטן אויף אראט, במילא וועט ער האבן אנדערע פאטאגראפיעס וכו' וכו' וכאמור, משנה לשנה,

42תמורת זה וואס ס'דארף זיין ”ילכו מחיל אל חיל” ממטה למעלה איז דער ילכו אין אן אופן הפכי.

43און דער עיקר כאמור, קיינער איז ניט משים לב.

44איז דאס טאקע מיין ענין אויסנוצן א צייט וואס אידן ווילן הערן אויף ריילעכן ווארן, און דוקא דעמאלט דארף ער דאס באווארנען, און איך האב קיין ברירה ניט, איך קען ניט אריינרופן דעם בחור רעדן מיט אים בפרט, ס'איז ניט מיין ענין, איך וויל אים ניט גיין מבאר זיין.

45ס'איז דאך אבער אט דא אט די דער פאטער פון דעם בחור, אדער עלטער ברודער פון דעם פארט, ניט נאר ער באווארנט והתוצאות מזה מובנות.

46ווי געזאגט פריער, ווען מ'פרעגט ס'האט ער געלערנט ס'איז געווען שוין מנחה צייט, ס'האט ער שוין געלערנט פניא 'בו ביום', האט ער ניט פארשטאנען וואס האט דאס צו אים פאר א שייכות, און וואס האט דאס א שייכות צו דער פאטאגראפיע?

47פאטאגראפיע, איז דאך דאס עפעס א ענין חשוב לערנען פניא קען ער טאן פריער, קען טאן שפעטער, קען טאן בשעה שאינו ליום וללילה וכו' וכו'.

48ויש להאריך בכל זה, והלואי זאל פועל זיין אט דאס וואס מ'האט גערעדט דארף ער נאך מוסיף זיין מיט נאך דיבורים בזה, וואס א רעדן וואס איז ניט פועל פעולתו איז כמדובר כמה פעמים, אט דאס איז דער אפטייטש פון דברים בטלים.

49דברים בטלים איז ניט דער טייטש צו דברים אסורים, דעמאלט איז דאס אסורים.

50ניט דער טייטש דברים מעוסים.

51דברים בטלים האט מערניט ווי איין און איינציקן אפטייטש, אז מ'האט גערעדט און ס'האט גארנישט ניט אויפגעטאן, במילא ווערט דאס ”דברים בטלים וכידוע” די תכלית הירידה וואס ס'קומט ע'י דברים בטלים.

52און ויהי רצון, כמדובר, אז ס'זאל פועל זיין עכ"פ המדובר לעיל, און פועל זיין אויך אין די אלע ערטער וואס הערן דאס, און דארט איז מצדם אויך דא דברים כיוצא בזה אדער בדוגמת זה, און דער עיקר אז ס'זאל זיין ”טאפארו דא פלאחא”.

53דערביי איז אויך המקום להזכר אויך א דבר וואס מ'האט דאס געהערט פון רבותינו נשיאינו, און אויך איז מובן בספרים, אז ס'איז כדאי ונכון ביותר, אז ס'איז דאך דא בכמה מקומות וואס מצד דערויף וואס מ'וויל צוצין נאך מענטשן אדער נאך קינדער מוז מען דאס באגלייטן מיט ציורים,

54וואס צווישן די ציורים מצד כמה וכמה טעמים איז אויך דא ציורים פון בהמות וחיות ואופס וכו איז א דבר נכון ביותר, אז מ'זאל נוצן מערניט ווי ציורים אדער תמונות פון בהמות וחיות טהורים,

55אע' פי וואס דאס איז מנהג המדינה, דאס פארבינדט מען דוקא מיט א מעת, מוות, און דאס פארבינדט מען דוקא מיט אזא מין ענין וכו' וואס אין כהר המקום להאריך בזה, במילא וועט מען דארפן מבטל זיין די רגילות, וואס איז ליידער אויך שוין דא אריינגעפאלן אין אזוינע חוברות, אדער אין אזוינע אתונים,

56וואס זיי זיינען על טהרת הקודש בכל הענינים, און אויף דערויף איז מאיזה 'טעם שונה' ומשונה, וואס איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק האט ניט משים לב געווען,

57עכ"פ ביז איצטער, אז מ'דארף זיך משתדל זיין אז א איד, בפרט נאך א קינד, זאל אים זיך מתדמן זיין און ער זאל קוקן און זאל זען מערניט ווי דברים טהורים,

58און דאס איז טאקע א ביטול הרגילות, ביטול מנהג העולם, אבער מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין מסירת-נפש, און מ'קען דאס דורכפירן בקלות ובקלות דקלות, מ'דארף נאר דערפון ניט מאכן קיין ענין של נצחון, אז וויבאלד אז מ'קומט אים צוגיין זאגן אז ער דארף משנה זיין פון זיין רגילות דארף ער באווייזן אז ער איז אן 'אדם גדול' און טאן פארקערט.

59דאס איז ניט וואס מ'זאגט אים א 'דבר חדש', ער קען אליין א קוק טאן אין די ספרים וואס ס'רעדט זיך וועגן דעם וועט דאס ווערן תורתו, וועט דאס ווערן זיין אן אייגענע הוראה.

60וכמדובר כמה פעמים, וואו שטייט דאס אין נגלה?

61איז נוסף אויף דערויף וואס שטייט אין נגלה, ווייס מען די זהירות הכי גדולה, אז בשעת מ'גייט לויט תבילה זאל מען ניט טרעפן קיין דבר בלתי טהור.

62ועד כדי כך, אז ס'איז געווען כמה וכמה נשים צדקניות, וואס אפילו ארויסגייענדיק אין גאס, און מ'האט דערנאך געטראפן ארויסגייענדיק ממקום התבילה האט מען געטראפן א דבר בלתי טהור און האבן זיך נאכאמאל תבל געווען.

63על אחת כמה וכמה במנהג ישראל, אז בשעת א אידיש קינד ווערט געבארן ס'הענגט מען אויף אויף דער וואנט, אדער מ'רינגלט אים ארום מיט ענינים פון קדושים וטהורים, אדער פסוקי התורה,

64אפילו ווען מ'דארף מאיזה טעם שיהי', וויבאלד אז ס'רעדט זיך וועגן א קינד, דארף מען אים געבן א צאצקע לפי ענינו, קען מען דאך אויסקלייבן אזא מין צאצקע וואס זי איז א צורה פון א בהמה טהורה אדער אופטער אדער דוקטער אדער כיוצא בזה.

65וואס דאס איז, כאמור, ”גם כי יזקין” איז פארבונדן מיט ”חנוך לנער על פי דרכו”, אז אעפ וואס דאס איז א קינד אין אזוינע יארן, וואס בשעת מ'דארף אים דערציילן וואס איז אן אלף, במילא דארף מען אים באווייזן א ציור, וואס אויף דעם ציור וועט זיין ווי אזוי מ'טראגט א כלי פון א בלי,

66צוויי דליים, אזוי פלעגט זיין אמאל אין ספרי ילדים פון א טייך אין וועלכן ס'שווימען פיש, אדער ס'שטייט דערביי א קצו כיוצא בזה זאל מען ארויסווארפן די קצה פון דעם ציור, און מ'זאל ארייננעמען א בהמה טהורה, אדער א נוף טהור אדער א דוק טהור, וכיוצא בזה, אין יני ציורים בכלל,

67ובפרט נאך ציורים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט חינוך און מיט גיל החינוך.

68ובפרט נאך אז ווי כאמור לעיל, תורמי' חיים זכו און אז מ'גרייט זיך צו לעתיד לבוא דארף מען זיך משתדל זיין, עאכו"כ אין עקבתא דמשיחא זאל זיין די הנהגה מעין זה, וואס לעתיד לבוא וועט דאך זיין ”את רוח הטומאה אעביר מן הארץ”, מיט אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט היפך הטהרה,

69ועד דרך זה דארף איצטער אויך זיין די השתדלות, נאר מ'קען אויספירן אז ס'זאל זיין ציורים אדער ענינים וואס זיי זיינען טהורים, על אחת כמה וכמה נאך מערער על טהרת הקודש.

70און ווי אי רצון, כאמור, אז ס'זאל ווערן בקרוב זוכה זיין צו קיום היעוד, אז ס'זאל התרבא ווערן מאה הדעת הטהור, ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ אין סיום פון הלכות מקוואות, אז דאס איז דער ענין פון מים, און טבילה במים, אז ס'זאל ווייל זיין דער מאה הדעת הטהור, אז תת רבי הטהרה,

71במילא וועט אויך תת רבי החכמה און תת רבי הבינה והדעת, ביז ו”מלאה הארץ דיעה את הוי' כמים יל ים מכסים”, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

72לחיים. כאמור לעיל, וועט מען אויך מוסיף זיין דער ענין הצדקה, דורך טיילן כדי ניט מבלבל זיין ממילא לאחרי הסיום וברכה אחרונה,

73דורך די טאנקיסטן יעדערנע א דאלאר, דערנאך זאל ער דאס אפגעבן אויף צדקה, און מה טוב, ביתוספות שלו, און אז זיי זאלן אויך טאן אט די וואס הערן דאס במקומות החורים, צי דארט איז נאך מיט שעה פריער אדער מיט שעה שפעטער, איז עכ"פ בעתיד הכי קרוב מוסיף זיינער צדקה, בפרט אז צדקה מקרבת את הגאולה,

74ובמיוחד דוקא בימינו אלו האחרונים, וואס ס'איז געווארן דער ענין פון מלכיות מתגרות זו בזו אין אן אופן מבהיל, און מ'דארף

75באווארענען אלץ וואס מ'קען אז ס'זאל זיין ”הוי' שאמרך הוי' צילך על ידי מנך יומם השמש לא יקדך וירח בלעולם הוי'” ישמו צאתך ובואך מטה ועד עולם וואס דאס ווערט באווארנט דורך ענין המבצעים, תורה ומצוות בכלל,

76מבצעים במיוחד, דער ענין המזוזה ותפילין וטלת קטן כשרים, כשרות האכילה און שתי', הדלקת נרות שבת ויום טוב,

77וואס ברוחניות בערנען זיי בא יעדער כשר"ע אידישער טאכטער לערב שבת, איז וויבאלד אז זי איז ”בת שרה” עמנו, וואס זי האט זיי איינגעשטעלט און איינגעפירט, וברוחניות קען דאס גלות ניט אנרירן,

78אפילו אז דאס רעדט זיך וועגן א קליין קינד, בדוגמא ווי רבקה ימינו, ויבאיהו העוה לה שרה עמו, וואס נסעה יצחק לרבקה, ווי רש"י ברענגט אראפ, און תוספיות און מדרשות חלוקות כמה דיעות, בשלש שנים האט זי שוין מדליק געווען העוה לה שרה עמו, נר שבת,

79ועל דרך זה נר יום-טוב, און הי' דולק ”בערב שבת לערב שבת”, און דערנאך איז ניט ח' ושלום ס'האט געקענט אריינגיין א ענין היפך האור בבית פון א אידן, אין א אידישע הויז, נאר דעמאלט האט מען גלייך אנגעצונדען אין דעם ערב שבת דעם נר שבת ”ביתר שאת וביתר עוז” 'להעלות בקודש', אין דעם ענין פון נר שבת.

80עאכו"כ דער ענין פון אחדות ישראל, אהבת ישראל ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל, און חינוך עצמו און חינוך זלתו אין ענין התורה, איז כאמור לעיל תפילין און מזוזה און צדקה, ו”בית מלא ספרים” יבנה וחכמי און די ענינים וואס איבערגעגעבן צו נשי ובנות ישראל,

81נרות שבת ויום טוב, און כשיות האכילה ושתי און טהרת המשפחה, און אים הכתוב בסופו בנוגע צו די ספרי תורה כללים.

82דערפאר וועט מען אויך מסיים זיין, כמדובר, מיט ניגונים הידועים, און דערנאך לאחרי ברכה אחרונה אויך פאנאנדערטיילן אויף צדקה, וכאמור לעיל, אט די אלע וואס הערן דאס איצטער דורכן הוק אפ, אדער מ'וועט זיי איבערגעבן לאחרי זמן קצר, אדער אפילו לאחרי זמן ארוך איז יהי רצון,

83זאל מען אויך אזוי טאן, און נאכמערער טאן נאכמערער, ו”ילכו מחיל אל חיל”, און דאס אלץ זאל נאכמער צוהיילן די תולדות יצחק,

84”אברהם הולד את יצחק”, וואס די גאולה העתידה און די בית המקדש איז דאך דאס בזכותו של יצחק, כמבואר די ארוכה אין שבת, אין די דרושים ”אין מגילת אסתר”, אין ”תורה אור” ובכמה מקומות, וואס ”אזי מלא תחוק פינו לשוננו רינה” און וואס דאס הויבט זיך נאך אן בשעת מ'געפינט זיך נאך ”על נהרות בבל”,

85ובשעת מלכיות מסגרות זו בזו איז ”בזעקיך יצילוך כבוציך” אז אידן קלייבן זיך צוזאמען, ”כאיש אחד בלב אחד” בפרט אין ענינים פון 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' בהידור, ובכלל דער צוזאמענקלייבן זיך,

86אט דאס גופא איז שאין ”שכינתא שריא” אפילו ווען דאס איז מערניט ווי עשרה מישראל, עאכו' כמה כינוסים וואס כמה וכמה עשיריות מישראל,

87און ער באפרייט דאס פון דעם פירוש פון בזעקך אז מ'דארף אנקומען צו רחמנא ליצלן היפך השמחה נאר בזעקך אין צוזאמענרופן און צוזאמענקלייבן זיך אז ס'זאל זיין אהבת ישראל באמת, ביז אחדות ישראל באמת ווערט דאס כבוצייך באמת ווערט דאס א צילוחה פון די אלע ענינים בלתי רצויים שבעולם,

88און ס'ווערט אז ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם”, און ניט נאר קיינער רצוי ניט אן, ניט נאר ברוחניות נאר אויך ניט בגשמיות,

89אדער ניט נאר בגשמיות, נאר אויך ניט ברוחניות, ווארום תרבה החכמה והדעת, און מ'ווארפט ארויס די גוי'שקייט פון יעדער אידישער הויז, און פון יעדער אידיש קינד, און פון יעדער אידישן חלקו בעולם,

90גוי'שקייט אפילו בדקות מן הדקות, על עכת כמה וכמה ווען ס'איז ניט נאר אין אן אופן דק, און מ'פירט זיך אין אן אופן ווי א איד דארף זיך פירן, כאמור לעיל,

91”בכל דרכיך דעהו” און נאכמערער, ”כל מעשיך יהיו לשם שמים” מאכט מען נאכמערער ליכטיקער אין די ”בני ישראל הי' אור במושבותם”, מ'מאכט נאכמערער שטארקער דער דבר המגין אז ס'זאל זיין יצילוך קיבוציך וועט דאס ניט אנרירן דער גאנצער טומל שבעולם,

92ענינים פון אידן בכל עניניהם, ביז אין אן אופן פארקערט, אז זיי וועלן מוסיף זיין שלום אמיתי בעולם, דורך דערויף וואס מ'שטייען בתקיפות אין ד' אמות שלהם, אז א יהודי איז אט דער וואס א יהודיקע הלכה, ניט רחמנא ליצלן ווי ס'איז צוגעקומען א פגע חדש.

93וכידוע דער משל וואס נשיא דורנו האט געזאגט, אז איצטער איז א צייט וואס מ'קלעטעט אויף א בארג, וואס בשעת מ'קלעטעט אויף א בארג איז קען מען ניט שטיין במקום אחד,

94אדער מ'קלעטעט ממטה למעלה אלץ העכער און העכער, אדער רחמנא ליצלן מ'גליצט זיך א נידעריקער.

95וואס ס'איז געווען גענוג דער גזירה האיומה, וואס ”לא היתה כמותה” בישראל שטימען אנטקעגן הלכה ”בריש גלו, מחוץ” פאר ישגור וואס אין כמוה איז צוגעקומען נאך א 'דבר חדש', אז אויב מ'וועט דאס ניט משנה זיין, ותיכף ומיד,

96לויט ווי די גזירה האיומה שטייט במעמד ומצב איצטער אז ערקענט מען אט די וואס האבן זיך מגייר געווען אן מילה, מגייר געווען זיך אן קבלות מצוות,

97אן מקוה, זיי האבן אבער א פאפיר, אז ער איז דורכגעגאנגען און געלערנט א משך פון אזויפיל צייט וואס אידישקייט איז, איז דער גזירה מחייב אז מ'זאל אים ארויסגעבן א פאפיר אין 'אותיות מרובעות', אז ער איז א יהודי,

98ואין פוצה פה ומצפצף.

99די גאנצע השתדלות עד עתה איז געווען אין אן אופן אז מ'האט ניט מצפצף געווען על החוק, וואס דאס איז ניט קיין חוק, ניט שייך קיין חוק, אנטקעגן דבר אלקינו, ובפרט נאך אז ס'איז געווען בגלוי די אפשטימונג, ניט אויף א ענין מסויים,

100די אפשטימונג איז געווען צי ס'זאל זיין כהלכה אדער מ'זאל שטימען אז מ'דארף ניט אריינשטעלן כהלכה, דאס הייסט קעגן הלכה, און ווי מ'האט דאס מנמא געווען אז דאס איז א שטח בעולם וואס דאס איז א חוק און ניט הלכה, ניטא אזא מציאות.

101אזוי זאגט ”תורת אמת”, אזוי זאגט אידישקייט, אז לית הצער פנוי מיני ו”מלוא כל הארץ כבודו”, ”ודבר אלקינו יקום” לעד איז דאס אלץ געווען ווייניק, איז צוגעקומען, כאמור,

102אז ס'איז דא בפועל ניט ענינים וואס מ'איז משער, איין מ'וועט ניט משנה זיין, וועט דעמאלט קומען איינער און וועט זיך וועלן מ'זאל אים געבן א פאפירה אז ער איז א יהודי,

103אן מילה און אן מקוה און אן קבלת מצוות וכו ס'איז שוין געווען אזוינע און מ'ווייס ווער זיי זיינען, און זיי געפינען זיך אין 'ארץ הקודש', און גייען ארום מיט דעם פאפיר צוזאמען דערמיט וואס אין ווינקל פון זיין חדר הענגט אט די און די וואס אצל אים וואס ער איז אן עבודה זרה לפסק דין הרמב"ם.

104איצטער איז צוגעקומען א 'דבר חדש', אז לויט ווי די גזירה שטייט איצטער, און מ'שטעלט-איין דעם גאנצן פוקף, אז דאס איז דער גאון פון די אידן הדרים בארץ ישראל, אז מ'פאלגט אויס די גזירה איומה, אז וויבאלד אז ס'קומט צוגיין איינער, און זאגט בפירוש אז ער איז געבארן געווארן פון א ניט אידישע פרוי,

105נאר דער פאטער איז געווען א איד, איז צוגעקומען דער 'דבר חדש', וואס דאס איז א לאגישע תוצאה פון דעם גאנצן מהלך הענינים דארף מען אים ארויסגעבן א פאפיר אז ער איז א יהודי, און אריינשרייבן אין פאפיר,

106אז אף על פי וואס די מוטער איז ניט קיין אידישע, וויבאלד אבער אז דער פאטער איז א אידישער האט מען געשטעלט צו וואוטן, געשטעלט אויף אפשטימונג, וואס איז זיין דין,

107און מ'זאגט אז בשם פון דריי מיליאן אידן כן ירבו, ”גוי קדוש”, וואס זיי געפינען זיך אין 'ארץ הקודש' האט מען דוקא דארטן אפגעשטימט, און מכריח אז א פקיד דארף ארויסגעבן א פאפיר אין עץ 'אותיות מרובעות', וואס דארטן זאל שטיין אז די מוטער זיינע איז א גויה, ניט קיין אידישע, דער פאטער איז א איד,

108במילא האט ער ניט געדארפט האבן קיין פעולה!

109ניט נאר ער זאל לערנען וועגן אידישקייט, דאס אויך ניט!

110לכאורה איז וואס איז די נפקא מינה, אז זי האט ניט קבלת מצוות, ניט מקפה און ניט מילה וכו איז וואס איז דא דער חילוק צווישן אים מיט אזא וואס איז געבארן געווארן פון וואס האט א אידישן פאטער און א גוי טאישע, דא רעדט זיך אבער וועגן אן ענין פון קידוש השם און חילול השם?!

111א ”חילול השם לגבי” עמי הארץ, א ”חילול השם לגבי” אידן וואס האבן גארנישט ניט געוואוסט וועגן אידישקייט, איז צוגעקומען א 'דבר חדש' מיט א פאר חדשים צוריק,

112אז מ'האט אפגעשטעלט א שטימונג צו אפשטימונג, און מ'האט מחליט געווען און מודיע געווען לעיני ”גלוי לכל העמים” ניט נאר פאר אידן, אז מ'זאל וויסן זיין אז מכאן ולהבא האבן אט די און די מחליט געווען, אז דער וואס האט א מוטער ניט קיין אידישע,

113דארף ער ניט האבן קיין גנינים, קיין גירות, קיין פעולות, אויב נאר דער פאטער זיינער איז געווען א איד.

114און מ'וויל דאס אריינשטעלן אין אן ענין פון אהבת ישראל, מ'קען ניט אנרירן קיין אידן, מ'קען ניט מען מאכן חילוקן צווישן איין אידן מיטן צווייטן, דאס איז ניט א חילוק צווישן איין אידן מיטן צווייטן דאס איז א חילוק, להבדיל ”בין ישראל לעמים”,

115און א חילוק ווי משה רבינו האט געזאגט, אז פונקט אזוי ווי מ'קען ניט משנה זיין בוקר און לילה, וגבולות שביניהם אזוי קען מען ניט משנה זיין צווישן א אידן מיט א ניט אידן, סיידן ווי דער אויבערשטער האט געגעבן די מעגלעכקייט אז מ'זאל אים מגייר זיין, וואס אט דעמאלט גיט ער דער אויבערשטער א נייע נשמה!

116און דא איז צוגעקומען, וכאמור, אין פוצה פה ומצפצף, וואס מ'האט דאך געדארפט גלייך מאכן א טומל, אז אין לכל הפחות האט מען אפגענארט דעם גוי, און מ'האט געזאגט אז ער האט געלערנט אויף קורסן ניט אין לימוד תורה, ער האט געלערנט אויף קורסן וועגן דזשודעא-איזל,

117און האט געלערנט צוויי-דריי-פיר וואכן נאכאנאנד, איז אויסגעקומען בא זיין טיטשער, אז דאס איז גענוג אז ער באקומט א נייע נשמה און ווערט א איד, אויב ער גלויבט בכלל אין מציאות הנשמה.

118אבער אין כאן המקום, ס'איז א זייטיקער ענין, ס'איז דאך אנטשעפען אין דעם ענין צוליב דערויף, בשעת ס'איז ארויס אט די החלטה, האט מען דאך געדארפט גלייך מאכן א טומל, אז איצטער גיט מען ארו אדער אין אן אנדער ארט וואו ס'קומען די עולים חדשים א פאפיר,

119און האט געשריבן אז ער איז א יהודי, צוזאמען מיט די ידיעות ווי ס'פירט זיך אין א פסקער, טודער זוהות, אז מ'שרייט ווער דער פאטער, ווער איז דער מוטער, אז די מוטער איז א גוי, דער פאטער איז א איד, במילא איז ער א איד!

120און אויף דערויף שטעלט מען איין דעם בטחון פון דריי מיליאן אידן אין ”ארץ הקודש”!

121ווארום אז מ'רירט אן די מחיצה און די הבדלה בין ישראל לעמים בהנוגע אין רוחניות רירט מען אן די מחיצה און דער מגן און די הפסקה און די הבדלה מיט די גבולים גשמיים צווישן ”ארץ הקודש” און ענינים וואס זיי זיינען היפך פון 'ארץ הקודש'.

122און ניט נאר מ'האט ניט דערמאנט וועגן דעם גאנצן ענין, נאר איצטער וועט זיך אויפהויבן א נייער שטורעם.

123היתכן, זיצט א איד אין חוץ לארץ וואס האט קיינמאל ניט באזוכט ארץ ישראל, און ער זאגט א דעה ווי אזוי מ'זאל זיך פירן אין ארץ ישראל קיינער זאגט ניט קיין דעה!

124די דעה האט געזאגט דער אויבערשטער על ידי משה רבינו, וואס ”משה רבינו קיבל תורה מסיני ומסרה” ביז צו אנשי כנסת הגדולה לדורות שלאחרי זה,

125וואס דארט זיהם אפגע'פסק'נט, אז דער וואס איז געבארן געווארן ביי א ניט אידישע פרוי איז ער א גוי, ער איז ניט מחוייב זיך מגייר זיין, ואדרבא מ'דארף אים אפרעדן דערפון, אויב מ'זעט אז ער מיינט דאס מיט אן אמת וכו דארף ער דורכטאן אט די און די פעולות,

126און אז ניט איז מען מכניס אן אראבען מיט א קריאת-שטיען מיט א מאסלן מיט א פעליו אין ”גוי קדוש”, וואס דארטן טוען זיי דערנאך אט דאס וואס מ'האט ביז איצטער צוגעלאזט אזא לן טאן,

127הי' לא תהי' ”לא תקום פעמיים צרה” בפרט נאך אז ס'איז ניט פעמיים ס'איז דא עשירי צענדליקער אזוינע!

128די החלטה אפיציעל איז געווען מיט א פאר חדשים צוריק, אז גענוג אויב דער פאטער איז א איד, אע"פ וואס די מוטער איז ניט קיין אידישע.

129די מעשה בפועל אז מ'האט זיך אזוי געפירט איז געווען שוין כמה זמן לפני זה.

130ביז וואנענט ס'האבן געזען, אט די וואס האבן דאס געטאן בלאו הכי, אז זיי וועלן איב האבן באקומען דעם רב, ווארום ס'וועט זיין די אסיפה פון אזוינע מענטשן וואס זיי האלטן אזוי האט מען דאס אויך געמאכט דערפון אן ענין של פומבי שאין כמוהו.

131וואס אויב בכל הזמנים איז דאס געווען נוגע ניטא קיין גרעסערער און וויכטיקער ענין פון קידוש השם אדער היפוכו, שטימען אנטקעגן הלכה על אחת כמה וכמה ווען ס'איז עוז שרה היא לשונאי ישראל און ווי מ'זעט דורך מלכות מתגרות זשובא זו,

132וואס 'אל תפתח פה וכו'' וכו און ס'איז פאלן דאס אלס שונאי ישראל ”ותשלו במצולות ים” צוזאמען מיט כל חטותם איז דאס א הכרח לגמרי, און דערמיט איז פארבונדן בטחון לארץ הקודש ולעם הדרים עלי אפילו די ניט-אידן וואס לעבן דארטן, במילא אויך דער בטחון פון יעדער אידן, וואו נאר ער געפינט זיך,

133און די איינרעדעניש אז מ'פארנעמט זיך פון אנדערע זאכן, און מ'פארנעמט זיך מיט וויכטיקע זאכן וכו'ס איז ניטא קיין וויכטיקערע זאך פון פיקוח נפש,

134און ניטא קיין טיפערע זאכן און וויכטיקערע זאך ווי אן ענין פון קידוש השם, און איך וויל ניט זאגן דער היפך מזה.

135און די איינרעדעניש אז מ'וועט ניט אויספירן אז מ'וואלט געוואלט מיט אן אמת, וואלט מען דאס שוין לאנג עכ"פ מה שהי' הי', ובפרט נאך אז תשובה איז דאך בשעתא חדא וברגעא חדא דא איז אבער נוגע דער מעשה בפועל,

136אז דא זאך זאל זיך אפטאן בפשטות, און ניט אריר רחמנא ליצלן די הבדלה ש”בין ישראל לעמים”, ניט טענה'ן אז דאס איז דיסקרימינאש ן, און דאס איז ניט דעמאקראטיש,

137און דערפאר בשעת מ'דארף שטימען ווער איז א איד כהלכה אדער ניט כהלכה האט מען געלאזט שטימען מיט דעם זעלבן תוקף, א גוי נצרי און א גוי מושלמי, אין דעם זעלבן בית און אין דער זעלבער צייט מיט א רב וואס געפינט זיך אויך אין דער אפשטימונג,

138און דער איז לא יגרע און דער איז ”לא יוסיף” די זעלבע איין און איינציקע שטימונג.

139האט זיך ניט געשעמט, האט זיך געדארפט לכאורה די ערשטע זאך וואס מ'האט געדארפט טאן בעטן זיי בדרכי נועם ובדרכי שלום, אזוי ווי מ'גייט איצטער שטימען וועגן א ענין דתי, וואס על כל פנים לדעת כמה איז דאס פארבונדן מיט דעת ישראל איז זעלבסט-פארשטענדלעך אז זיי דארפן זיך אין דערויף ניט משתתף זיין.

140נאכמערער מ'האט דאס גאר ניט געדארפט מורא זיין אויף דערויף!

141הערנדיק וועגן וואס ס'רעדט זיך איז ניט שייך אז זיי זאלן שטימען אין א זאך צו וועלכע ס'האט צו זיי קיין שייכות ניט, אע"פ וואס זיי לעבן אין דעם זעלבן שטח אדמה.

142זיי האבן דאך גענומען איינטייל אין דעם, ניט נאר מ'האט ניט מורא אויף געווען על זה בשעת מעשה ניט נאר מ'האט ניט גערעדט וועגן דערויף לאחרי זה במשך פון דרייצן יאר נאכאנאנד!

143און איצטער זוכט מען תירוצים וענינים מיט וואס צו ווערן פארנומען, אבי ניט אנרירן ווי זיי רופן דאס אן מיט אן איידלן אופן, האט פאטעטע אזוי איז דא אן ענין וואס מ'זאגט דער אויסדרוק אין לשון העמים מן ארצות הברית,

144און מצד איידלקייט און דרכי נועם האט מען געמאכט פון דעם חוק וגזירה איומה פון ”מיהו יהודי” אז דאס איז א ענין ווי א היסק א טפל, און מ'שעמט זיך ניט דאס איבער צו חזר'ן עד כדי כך איז דער מעמד ומצב.

145און ויהי רצון, אז מ'זאל יוצא זיין מיט רעדן עד כאן, און מ'זאל ניט דארפן רעדן נאכאמאל, ווארום ”את רוח הטומאה אויר מן הארץ” ו”יערה עליהם רוח טהרה ממרום”,

146און מ'וועט דאס מתקן זיין, ניט נאר מתקן זיין, נאר מבטל זיין א גזירה איומה, וואס לא היתה כמותה בישראל זינט די גזירה פון ”כתבו לכם על קרן השואר שאין להם חלק באלקי ישראל” איז ניט געווען אזא מין גזירה עד היום הזה!

147וואס דא איז ניט נאר כתבו און ניט נאר על קרן השואר מ'האט דאס אריינגעשטעלט און אפגעדרוקט און מפרסם געווען און געמאכט דערפון א ענין של קדושה.

148מ'טאר ניט אנרירן דעמאקראטיע, מ'טאר ניט אנרירן די חשיבות פון א אידן, ווער דער איד זאל ניט זיין, הכל מודים אז מ'טאר ניט אנרירן קיין אידן.

149בשעת מ'איז מכשיל א איד און מ'לאזט אים צו אז ער זאל מבטל זיין קדושת עם ישראל, און מ'לאזט אים צו ער זאל לוחם זיין כנגד תורתנו וכנגד אלקנו, וואס דאס איז 'אינו מתנו אומה אלא בתורתה' ווי ר' סעדיה גאון האט געזאגט מיט טויזנט יאר צוריק,

150און ס'איז געווארן געדרוקט.

151און זיי אליין ברענגען דאס על כל ”רגע ובכל מעמד” ומצב המתאים, און דערביי שטייט מען ”מן הצד” און מ'דינגט זיך וועגן ענינים וואס ניט נאר זיינען מדא כך, אין פארגלייכן מיט דעם ענין פון קידוש ה' אין לשון סגי נהר שאין כמוה, נאר אין פארגלייכן אפילו מיט שאר ענינים.

152וכאמור, וואס האט דאס ארויסגעפלאצט דוקא איצטער צו רעדן מ'זאל וויסן זיין אז מלכיות מתגרות זו בזו, און ס'גייט אין אן אופן פון הולך ”ופוחות, הולך” ויורד,

153און מ'וויל אריינשלעפן אויך אט די און די און דערויף הלוי זאל מען ניט מצליח זיין.

154וויבאלד אבער אז מ'איז אפגעגאנגען פון תורת אלקים חיים אין 'ארץ הקודש', פון תורה הקדושה ווייס מען ניט וואו מ'וועט זיך אראפקייטלען, ל' אל תפתח פלא שטן.

155איז איצטער דער זמן גמרא במיוחד, צום אלעם ערשטן אט די וואס מצד סיבות שונות ומשונות האבן געמאכט זייער תפקיד אויף מסתים זיין ללמד קאטעגוירי אויף אידן.

156ס'איז דא אידן וואס רחמנא ליצלן זיי האבן אוועקגעשטעלט זייער שליחות לחיים אויף רעדן שווערע ווערטער אויף אידן, און ניט נאר רעדן שווערע ווערטער אויף אידן בנוגע למצבים ברוחניות נאר גלייך וועלן זיי די פוסקי דינים אז דערפאר וועלן אידן און די און די אידן נענש ווערן רחמנא ליצלן מיט דעם ענין, מיטן צווייטן ענין מיט דריטן ענין,

157און דאס חזר'ן זיי מי זמן לזמן, ובאופן דמוסיף והולך, און גייען ארום און שרייען אז דאס איז תפקידם בחיים, און דורך ענינים פון מלחמה האבן מיט אחדות ישראל וועלן זיי עפעס אויפבויען.

158איז מאיזו סיבה שתהי' זאלן זיי איבערווארטן רחמנא ליצלן דער עץ צרה, און זיך איינהאלטן עכ"פ ביז וואנענט ס'וועט זיך איינשטעלן דער מעמד ומצב און ס'וועט ווערן רווחה ליעקב.

159און אט די וואס שפארן זיך דוקא, צי מצד דעמאקראטיע, צי וואס דאס איז דער אמת'ער טעם, מצד נצחנות וועלכע מפלגה וועט מצליח זיין,

160און וועלכע מפלגה שטייט בראש, איז קיין נפקא מינה ניט מיט וואס מ'שפילט זיך זאלן זיי איבערווארטן לכל הפחות אט די פאר וואכן ועל וייז זאל מען יוצא זיין מיט א פאר טעג אז מ'וועט ארויס פון דעם מעמד ומצב בעולם אין וועלכע דער אויבערשטער האט אונז דארטן אריינגעשטעלט.

161וכידוע דער פסדם ניט מ'וועט צו אונזער רצון זיינען מיר געגאנגען אין גלות, ניט מיט אונזער רצום וועל מיר ארויס פון גלות, מ'האט אבער די הבטחה אז ”אל יעזבנו ואל” ידשנו מ'דארף זיך אבער האלטן מיט כאשר הי' אים אבותינו.

162עכ"פ איינהאלטן זיך אט די פאר וואכן ביז וואנענט ס'וועט זען ווערן א בירור בעולם, און אין די מלכות מסגרות זו בזו, כולל אויך דעם פרט וואס מ'וויל אריינשלעפן אידן באמצע,

163וואס אין כאן המקום להאריך בזה, וכמוזכר לעיל, אז מכאן ולהבא זאל מען רעדן מערניט ווי וועגן עניני שלום, און ענינים של דרכי נועם, און ענינים פון 'לימוד התורה' וקיום מצוותי', וקיום מצוותי' בהידור, ביז אויך צו מקיים זיין די מצוה אויף ארויסגיין פון גלות,

164טאקע ברצון השם, אבער קוינו כל היום וואס דאס איז א ציווי בתפילת כל יום ויום, אז כל היום ווארט מען, במילא איז פארשטאנדיק בפשטות, אז מ'טוט כל התלוי בזה, ס'זאל אראפקומען בפועל דער ”צמח דוד עבדך מהרה תצמיח”,

165אין א מהרה דידן, ובפרט נאך אז כלו כל הקיצין און ס'וועט זיין בעגלא דידן, ”תחזינה עינינו בשובך לציון” דוקא בעחמים, און דוקא בטוב הנראה והנגלה,

166און דוקא 'בשמחה ובטוב' לבב, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו און די גויי הארץ בלייבנדיק אלס גויים, וועלן זיי ארויסוואלפן, יעדער אידן און אלע אידן, בפרט נאך א קיבוץ פון אידן, אז מ'זאל זיין א מנחה בכלי טהור,

167און גיין אלע צוזאמען, כאמור, לארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” דער אויבערשטער איז דארט באלעבאס, במכל-שכן וקל-וחומר, ווי ער איז באלעבאס ”לית אתר פנים מיני,'”

168על אחת כמה וכמה דור גופא אין ירושלים, ”קרית מלך רב”, וואס דארטן רחמנא ליצלן איז געווען די אפשטימונג, אנטקעגן הלכה, און איצטער, לויט דער אפשטימונג, אויף ארויסגעבן א פאפיר אז ער איז א יהודי, צוזאמען מיט דער ידיעה אז ער איז געבארן געווארן פון א ניט אידישע פרוי, און האט ניט געטאן קיין פעולה אויף ווערן אנדערש,

169דוקא אין ירושלים אין ”קרית מלך רב”, זאל דאס טאקע ווערן ”קרית מלך רב” פון דוד מלכא משיחא, און דארטן גופא לכו ונעלו בהר הבית, אין ”הר הקודש בירושלים”, און אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך”, ומתוך שמחה וטוב לבב.

170לחיים. פון רבי'ן נשמעותו.

171דארף מען

172מאכן א ברכה אחרונה? זיכער מאכן א ברכה אחרונה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions