פסקה
פסקה rh-8wv241xc
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-qq54930b
- order
- CO
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז דאך פארבונדן מיט מחיית זרעו של עמלק, וואס דאס איז דאך אויך אויף דערויף אויך דער ענין און דער לשון אין תורה פון לדור דור, און דאס פארבינדט מען אויך מיט אט דאס וואס די זאך און די שליחות פון א אידן איז דאך, אז ער זאל ממשיך זיין אלקות, לדור דור, אז אף על פי וואס אויבערשטער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א ריבוי ענינים, במילא אין זמן א ריבוי דורות, איז דא אבער די נקודה היחידה וואס פארבינדט זיי אלעמען, און פון אחדים שלהם ווערט דאס אן ענין ביז אין אן אופן פון יחיד. וואס דאס איז דאך אויך דער פירוש פון א דבר נפלא, וואס אזוי איז דאך דער דין, אז ס'דארף זיין אין מוספים פון ראש-השנה עשר פסוקים, סיי בא מלכיות, סיי בא זכרונות און סיי בא שופרות. איז בנוגע צו זכרונות און שופרות געפינט מען די פסוקים, און מ'דארף זיך ניט דינגען און מ'האבן א לימוד מיוחד, דערפאר וואס ס'שטייט בגלוי דער לשון שופר אדער דער לשון זכרוב, אז ס'קומט צו מלכיות געפינט מען ניין פסוקים, און דעם צענטן פסוק זאגט מען, אז דאס איז דער פסוק פון שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד, אז דאס איז אויך אן ענין פון מלכיות.
- proofread
- 0