פסקה
פסקה rh-8vv89dzs
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-d2peadbd
- order
- r8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וכאמור בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס מיט א שליחות אויף צדקה, וואס דעמאלט באקומט מען, ווי דער אויבערשטער האט מבטיח געווען, אז ער גיט פון זיין פארמעגן, פון דעם אויבערשטנ'ס פארמעגן, גיט ער אין אן אופן פון צדקה, וואס צדקה איז דאך א זאך וואס מ'פארלאנגט קיין זאך ניט ביים מקבל הצדקה, מ'גיט אים, וויבאלד אז דאס איז אן עשיר גיט ער, לויט זיין עשירות אין דעם גרעסטן פארנעם צו דעם מקבל, ניט ערווארטנדיק אפילו, עאכו כמה וכמה ניט פארלאנגענדיק, מכריח זיין אז ער מוז אים דערפאר עפעס אומקערן, ובפרט נאך אז דא דארף מען גאר ניט פארלאנגען, ווארום יעדערער איז, מקטנם ועד גדולם, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, איז דער פסק-דין הידוע, אז ער וויל מפנימיות נפשו מקבל מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, וואס בנוגע צו יעדער אידן איז דאס, אז יעדער איד זאל ממלא זיין זיין שליחות אין וועלט, דורך מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים אין יעדער חלק אין וועלט, אנהויבנדיק פון דער חלק און דער שכונה און דער גאס, און אט די הויז אין וועלכע ער אדער זי געפינט זיך, מאכט ער דארטן א מקדש ביז וואנענט אז דער אויבערשטער איז אים מבטיח, ושכנתי בתוכם, אז דער אויבערשטער נידערט אראפ צוזאמען מיט די שמי השמים, און גייט אראפ אין זיינע אדער אירע ד'אמות, אין דער הויז און אין דער שכונה, און דורך דערויף צו אלע אידן ארום אים, און אויך צו ניט-אידן דורך שבע מצוות בני נח, און גייט אראפ בסבר פנים יפות, ביז אין אן אופן אז מ'זאגט אני נחלתך, און מיט אלע ענינים, ווי דערמאנט פריער.
- proofread
- 0