transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1קומען. ס'איז דאך די התחלה פון כ'ה אלול, וואס בכ'ה אלול איז דאך נברא העולם, און דאס וואס דער לשון הרגיל איז, אז דאס איז געווען בראש השנה, שטייט זיך אויף דערויף דער ביאור, אזוי ווי די גאנצע בריאת העולם איז דאס בשביל דעם אדם וואס ער האט דערנאך אויפגעטאן און פועל געווען אין דער גאנצער בריאה, אין אלע נמצאים, רבו נשתחוה ונכרע לפני הוי'אלקינו, אבער די בריאות העולם, אנהויבנדיק פון דעם ערשטן רגע פון דעם ערשטן טאג, וואס דעמאלט איז געווארן דער התראוות הזמן, וכידוע דער דיוק וואס מ'האט געבראכט דעם נאמען פון דעם מגיד, אז זמן איז אויך א נברא פונקט אזוי ווי מקום, איז דאס געווען דער רגע הראשון פון כ'ה'אלו
¶2און דאס דערמאנט אויך דערנאך, און בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס לויט דעם דרוש אין לקוטי תורה, וואס ס'איז מפרש אויפן מאמר, אז כל הנביאים נתנבלו בחו און משה רבינו נתנבל בזה, נוסף אויף דערויף וואס ס'איז געווען נבואות אויך אין דער דרגא פון כה אויך אין אן אופן אין א העכערע דרגא, ווי דער רמב איז מחלק כמה חילוקים צווישן נבואת משה רבינו, אז ס'איז געווען מערניט ווי ביי אים אליין, משא'כן שאר כל הנביאים, איז דאס אויך אויסגעדרוקט אין דעם חילוק וואס ס'איז דא צווישן זה און כה, בשעת מ'זאגט זה איז דאס א הוראה אז דאס איז אן ענין בדיוק, ביז וואנענט אז מ'זאגט מראה באצבעו ואומר זה אט דאס איז דאס פונקט די זעלבע סאך, משא'כן אז מ'זאגט כה, האט דאס א דמיון לזה, ביז וואנענט אז דאס איז א דמיון על פי תורת אמת, אבער אף על פי כן איז דאס מערניט ווי כוי. ועל דרך דעם חילוק, אז מ'זאגט בנוגע צו בריאת האדם, וואס ער איז דאך כולל כל הבריאה, איז דאס דא בצלמנו קדמותינו. אין צלמנו איז דאס דער ענין ווי ס'איז דא ביי אן אדם, אז ער איז בצלמנו פון די ענינים ווי זיי זיינען למעלה,
¶3איז דא ענינים וואס ער איז מערניט ווי כדמותינו פון די ענינים של מעלה. וויבאלד אבער אז יעדער איד איז דארף זיך דאך לערנען פון דער הנהגה פון אדם הראשון, כמדובר כמה פעמים, און דערפאר איז דאך אויך דער ראש השנה פון יעדער אידן, איז דאך דאס אין דעם טאג ווען נברא אדם הראשון, און בפרט נאך ווי די גמרא אין פרייתא מדגיש, משנה וברייתו מדגיש על עמה נברא האדם יחידי כדי אז יעדער איד זאל קוקן אויף זיך פונקט ווי ער איז א יחידי, און אויף אים האלט זיך די גאנצע וועלט. וואס דאס איז דאך אויך במיוחד נוגע צו די טעג פון חודש אלול בכלל, וואס דאס איז דאך אין חודש החשבון פון שנה שעברה, וואס דארף זיין א חשבון צדק, און דער עיקר החודש העכמה נה צו שנה הבאה, דארף דעמאלט זיין אין די ביידע ענינים, צי האט ער ממלא געווען אין די ענינים וואס ער קען אויספירן, מערניט כדמותינו, און אין די ענינים צי האט ער דאס געטאן בדיוק כדמותינו, ועל דרך זה אויך אין די ענינים וואס ער קען אויפטאן, ביז אין אן אופן בצלמנו, ס'זאל שטיין ביי אים בגלוי,
¶4צלמנו, האט ער אויך אויפגעטאן בתרכיות השלימות. וואס בכללות איז דאס אין די אלע ענינים ווי תורה, וואס תורה איז דאך חד הוא מיטן אויבערשטן, ובפרט ווי מבואר אין ספר תניא קדישא, ווי אזוי דאס ווערט דעמאלט אין אן ענין פון חכמה, אז ער איז תופס און תופס ומסיג ומקריף וכו על דרך זה תורה הנוגע צו דעם אויבערשטן און צו די נוגע צו אידן, ווערט דאס א יחוד נפלא שאין כמוהו. און אין תורה גופא איז דאך אויך דא ווי ס'איז דא די ענינים ווי זיי שטייען בגלוי, אויך אין די ביידע דרגות, אין אן אופן וואס דאס איז דאך דער ענין פון נבואה, אויף וועלכער דער פסוק זאגט דאך, אז אן ענין פון נבואה איז גילה הוי'את דברו אל עבדיו המביאים איז דער גילה איז דא אין ביידע אופנים, אדער בצלמנו
¶5אדער מערניט ווי כדמותינו. וכמבואר בכמה מקומות וואס איז דער חילוק בזה, בהנוגע לעניננו, אז בשעת ס'קומט כ'ה'אלו-כ איז אט דעמאלט שטייט בתוקף די מציאות פון דער גאנצער וועלט, וואס זי איז דאך בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ וכל צבאיהם, איז דאס אלץ געווען ביום הראשון, כ'ה'אלו דארף א איד וויסן, אז בשבילו נברא העולם און ער טראגט אויף זיך די אחריות פאר דעם מעמד ומצב פון כל העולם כולו, דערנאך, אז ס'קומט דער ענין פון ראש-השנה, וואס דעמאלט איז דאך דער ענין וואס ס'ווערט נתגלה די נשמה פון דער וועלט, וואס דאס זיינען די אידן, ועל דרך ווי תורה איז די נשמה פון דער גאנצער וועלט, איז אט דעמאלט האט מען דאך דעם ענין ווי דאס איז ניט נאר כדמותינו נאר אויך בצלמנו. וואס דאס איז אויך, כמדובר, פון יעדער ענין דארף מען דאך ארויסנעמען א הוראה בהנוגע למעשה בפועל, דארף א איד וויסן, אז בכל יום ויום, ובכל רגע ורגע פון כל השנה כולה, ווערט ער דאך ווי תורת הבעש שם טוב, און מציאות חדשה מים ואפס ממש, ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, האט ער דעמאלט את העולם נתן בלבאו
¶6אם, אז ס'ווערט דעמאלט אויף אים החייב אדם לומר בשבילו נברא העולם דארף ער טאן אין מצוות, אין תורה ומצוותיהם, אויך אין די ביידע אופנים, סיי אין די אופנים, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו עבודה בבית המקדש, איז איצטער איז דאס מערניט ווי קדמותינו ונשלמה פרים שפתינו, משא'כ בזמן שבית המקדש קיים און געווען גילוי אלקות איז דאס געווען אין אן אופן
¶7ממש. ועל דרך זה אויך בנוגע צו כל המצוות וואס זיי נעמען זיך דערפון תורה, איז על דרך זה אויך אין יעדער מצוה דא אין אן אופן פון כצלמנו, אדער אין אן אופן מערניט ווי כדמותינו, ניט דערפאר חס ושלום וואס ס'פעלט אין דער עבודה פון אידן, נאר אין זמן הגלות האט מען געגעבן, אז ס'איז דא ענינים וואס א איד בתכלית השלימה איז דאס אין דעם אופן אז ער מאכט כדמותנו, און דערנאך ענינים וואס ס'איז דא בתכלית השלימות אז ער מאכט בצלמנו, ועל דרך זה אויך אין א העכערן אופן, בזמן שבית המקדש קיים, במהרה בימינו ממש, אין גאולה האמיתית והשלימה, וועט מען דאך האבן דער מקדש אדנ'כוננו ידיך און דארף מען זיך אויך גרייטן, דורך דערויף וואס מ'האט איצטער אויך די ביידע עבודות, בצלמנו, כדמותינו ווערט דאס א הכנה קרובה, אז בשעת ס'ווערט דער בית-המקדש, און אלע עבודות ווערן אין א שלא-בערך א העכערן אופן האט מען כללות עבודה אין ביידע אופנים-אדער בצלמנו אדער כדמותינו. און ויהי רצון, אז פון דעם רעדן אין די אלע ענינים זאל זיין על דרך ווי מ'האט געלערנט אין פרקי אבות פון דעם שבת דיעזליני בימי איז דער אנהויבן פון דער פרקי אבות פון דעם שבת העבר,
¶8פון נעכטן איז דאך דאס געווען דער פרק חמישי וואס הויבט זיך אן בעשרה מאמרות נברא העולם, און גלייך דערמאנט אויך דעם ענין פון מאמר אחד, וכדובר כמה פעמים. וואס דאס דערמאנט נאכאמאל, מ'שטייט דאך אין יום ראשון לאחרי הלימוד פון די פרקי אבות פון דעם שבת שעבר, האט מען ביידע זאכן, סיי דעם ענין פון התחלה פון דעם לימוד, וואס דאס איז בעשרה מאמרות נברא העולם, סיי דער סיום הלימוד, וואס דאס רעדט זיך דארטן וועגן חמשה קנינים, ישראל קנין אחד און תורה קנין אחד, און דערנאך ערשט שמים וארץ קנין אחד און אבות קנין אחד, און ס'ווערט אויך הוא העיקר הוי'אמלך לעולם ועד תיכף ומיד ממש.