Paragraph
Paragraph rh-8s7skzbj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-shv30rmz
- order
- Q
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שלהם, אדער ווען דאס איז בשבת ויום-טוב, ערב שבת ויום-טוב, און גלייך אויף מוצאי שבת ויום-טוב, כמדובר כמה פעמים, וכל המוסיף מוסיפין לו. און יהי רצון והוא העיקר, ובפרט נאך אז מ'איז דאך מסיים דורך תוספות שליחות אין ענין הצדקה איז דאך נאכמער מזרז די גאולה האמיתית והשלימה יעדערן פון אייך, און איר מוסיף זיין אויך מיט ילי נוסף וואס מ'האט דאס געטאן אין יום הבר-מצוה אדער הבת-מצוה, וכל השייכים עליהם און די אלע זאכן דוקא אין שמחה וטוב לבב. און מ'זאל נתגלה ווערן אייך נאכמער בגלוי, ווי מ'האט געלערנט אין די פרשת השבוע, אז מתוך חיבתם של הקב'ה איז מונה אותם בכל שעה, על דרך זה אויך דער מנין וואס איז אין דעם פרשת השבוע אין פרשה פינחס, און דארטן גופא אין דער חלק פון דער פרשה פארבונדן מיט יום השלישי שהוכפל בו כי טוב אויך דעם ענין ווי ער איז פארבונדן מיט שבט לוי, וואס דאס איז דאך אויך די החלטה פון יעדער בר-מצוה, בפרט בימינו אלו, אז לא שבט לוי לבד נאר ביי אים ווערט דער נדבה לבו און אויב ער איז בלאו הכי פון שבט
- proofread
- 0