עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

2 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בהוספה אויף די ברכות וואס ס'האט זיך גערעדט פריער, וואס ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדער איד, ובפרט אט די וואס געפינען זיך איצטער אין דעם זעלבן בית הכנסת ובית המדרש ובית של מעשים טובים, זיינען אויך נכלל אין די ברכות, וביתר שאת וביתר עוז, מיט די ברכות הבאים להלן, וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן בני-מצוה און בנות מצוה, וואס זיי זיינען איצטער גייען אריין, אדער שוין אריין, אין דעם חיוב און אין דעם זכות פון מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות אלס מצוה ועושה, אדער די זעלבע זאך בנוגע צו בת-מצוה, אז ס'זאל זיין בהצלחה רבה ומופלגה. און ווי דערמאנט פריער, לויט די פרשה אין חומש פון יום רביעי פון היינטיקן טאג, אז זיי זאלן מקיים-זיין בחלקם בעולם וואס ס'רעדט זיך דארטן וועגן ויחישוה, און אויך פועל זיין אויף חלקם בעולם, ווי דערמאנט אויך אין די פסוקים פון דער זעלבער פרשה, און טאן די אלע ענינים אין אן אופן פון הליכה

2מחיל אל חיל, ובקרוב ממש זאל מקויים ווערן בא זיי דער צור כלל ישראל גולכו אל אלקים בציון, אין ארץ הקודש, ובציון ובבירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובעזרה שבבית המקדש, ובכל הענינים האמורים, בשמחה ובטוב לבב, ולא עיקפם אפילו כהרף עין, אז מ'מאכט יעדערער פון אייך, בתור כלל ישראל, א שליח אויף צו געבן א צדקה, נוסף אויף דערויף וואס כמנהג ישראל איז זיכער יעדערער פון אייך, און אויך די קרובים, וועלן אויך געבן אויף צדקה בקשר ליום הבר מצוה אדער ליום הבת מצוה, ווי צדקה מזרזת ומקדמת ומקדימו את הגאולה זאל זיין גאולה אמיתית ושלימה, תיכף ומיד ממש, און ווי דערמאנט אין דער סדרה, ווי דערמאנט פריער, וכבשוה אייננעמען און אויפבויען דעם מקדש לו יתברך בתוכם בתוך כל אחד ואחת, ועל ידי זה, ותיכף ומיד ממש, דער מקדש אדנ'כוננו ידיך וגדולת צדקה שמזרזת ומקדמת כל ענינים האלו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions