English
ספרייה
kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
באשטייט פון פיר יסודות, באשטייט פון פיר פארשידענע נטיעות וחכונות הנפש וכו וואס דאס איז באגרינדעט, ווי געזאגט, אויף די דריי עמודים וואס זיי ווייזן אן ווי אזוי מ'זאל זיך פירן מיט די ענינים פון די ד'יסודות, וואס יעדערער האט דאך די פיר יסודות, ווי אזוי זאל זיך יעדערער פון די יסודות זאל דאס זיין יסודתו בהרערי קודש באגרינדעט אויף די ג'עמודים, וואס דער אויבערשטער האט זיי געגעבן און אנגעוויזן, און מיט אן אור גדול, מיט א לשון סאך וברורא ווי אזוי מ'זאל זיך פירן מיט יעדערן פון די ד'יסודות, וואס דאס איז דאך כולל דעם גאנצן אידישן פאלק, וואס האט זיך אויך געטיילט אויף פיר גליט. און וואס ס'איז געווען א ציווי מיוחד, א ספעציעלע אנזאג פון דעם קאמאנדירין טשיף, אז כל יוצאי צבא בישראל, דעם אויבערשטנ'ס ארמיי, זאלן זיי צוזאמענשטעלן אין שבטים, און דערנאך זאלן זיך די שבטים פאנאנדערטיילן אויף ד'גלים, יעדערער פון זיי אין איין רוח פון דער וועלט, אין איין זייט פון דער וועלט, וואס אט דעמאלט ווערט דער ארון הקודש און דער משכן ארומגערינגלט מיט אלע ד'גלים וואס זיי באשטייען פון אידן, וואס דאס איז אזוי אויך אין טאג-טעגלעך אין לעבן פון יעדער איד, ובפרט פון צבאות השם בגלוי, אז זיי דארפן האבן בא זיך אין הארצן און בא זיך אין הויז דארף דאס זיין דער ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם בתוכם אין מיטן שטייט דער ארון קודש מיט די לוחות און מיט די תורה און מיט די ספר תורה ווי זיי זיינען געווען אין קודש הקדשים, אין משכן און אין מקדש, אזוי מאכט דארף אויך א איד מאכן פון זיין לעבן און פון זיין הויז, אז דאס זאל זיין א הייליקע הויז, וואו מ'לערנט די הייליקע תורה, וואו מ'איז מקיים די הייליקע מצוות, און מ'טוט דאס בשמחה ובטוב לבב, איז מען זיכער, אז דאס וועט זיין אן אייביקע זאך און אן
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים