עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

51 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מ'האט דאך פריער גערעדט, אז ”אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן נגזר עליו מלמעלה” אז אט די אלע זאכן וואס מ'האט טרעפן בכלל אונטן איז דאס א גזירה מלמעלה, ועל אחת כמה וכמה בנוגע צו א נשיא בישראל, אז קיינער האט אויף אים קיין שליטה ניט, סיידן דאס נעמט זיך א גזירה מלמעלה,

2ועל דרך זה אויך ביחוד בהנוגע צו דעם מאסר און די באפרייאונג פון יו ט' כסלו.

3וואס לכאורה על פי זה דארף מען פארשטיין, ווי קומט דאס אז למטה האט מען באשולדיקט דעם אלטן רבי'ן, אז ער וויל וועלן ווערן א כוסר, און די געלט וואס ער האט געקליבן פאר כולל חב"ד וואס זיינען געווען אין ארץ ישראל האט מען געשריבן אין דער מסירה למלכות, אז דאס קלייבט ער געלט כדי צו ווערן א מלך בישראל, און דערפאר שיקט ער דאס אריבער אין ארץ-ישראל.

4בשעת ס'איז דא אזא מסירה למטה איז דאך א סימן אז דאס איז פארבונדן מיט למעלה, און ווי גערעדט פריער ניט גלאד ס'איז מחבר געווען ענינים וואס האבן קיין שייכות ניט, נאר דאס האט א השתלשלות מצד דער ענין למעלה איז אראפגעקומען דא למטה אט די מסירה.

5וועט מען דאס פארשטיין בהקדם, על דרך ווי א נשיא בישראל ווערט דאך אנגערופן דער ראש ומוחן שבישראל ווי גערעדט פריער, אז אלע אידן צוזאמען זיינען איין גוף, און די נשיאי ישראל, די מנהיגי העדר, די ”מנהיגי ישראל”, איז דאס בדוגמא ווי די קאפ פון דעם גוף.

6וואס איינער פון די חילוקים פון דעם ראש מיט שאר 'אברי הגוף' איז, אז אין ראש איז קאנצעטרירט ומרוקז און אין א שטארקערן אופן אט די זאכן וואס געפינען זיך אין גוף אין א שוואכן אופן און צוזאמענגעמישט מיט נאך זאכן,

7וואס דערפאר איז דאך דער עיקר החיות און דער עיקר השכל און דער עיקר המחשבה און דער עיקר הראי אלע חושים נעלים געפינען זיך אין ראש, און פון קאפ זיינען זיי פועל און ווירקן אויף די אנדערע אברים פון גוף.

8וואס דאך דערפאר איז די זאכן וואס אין האנט אדער אין פוס זעט זיך דאס אן שוואך, אין האנט פון שרייבן מיט א האנט קען מען אויך וויסן אז דער מענטש איז א בר שכל, ווארום ער שרייבט מיט זיין האנט ענינים של שכל, ביז וואנענט אז אפילו בנוגע צו דער פוס,

9קען מען זען נאך דערויף ווי א מענטש גייט, אז ער גייט אט דארט וואו ער דארף גיין און אנטלויפט זיך, און דעם ארט וואו ער דארף אנטלויפן איז א סימן אז דאס איז א מענטש וואס ער פירט זיך אויף על פי שכל.

10דאס קומט אבער ניט צו דעם אופן ווי שכל זעט זיך אין קאפ, ניט נאר אין די אויגן, נאר אויף דער עיקר, ובעיקר אין דעם מוח שבראש, אין דעם ארף אין די ברענז וואס געפינט זיך און אין אנדערע אברים פון גוף איז דאס מערניט ווי א המשכה והשפעה והערה דערמיט, דערפון איז גאר אין א שוואכן אופן.

11וואס אט דערפון איז אויך פארשטאנדיק בא נשיאי ישראל, אז בא זיי פילט זיך אן אט די זאכן וואס ס'פאדערט זיך פון יעדער אידן, אבער סתם ביי א אידן קען דאס זיין כאן צו באמערקן,

12און דאס איז מערניט ווי אין זמני מיוחדים, אין באשטימטע צייטן, אין באשטימטע פ איז ביי א נשיא בישראל, וואלט ער אזוי ווי דער קאפ פון דעם גוף פון כל ישראל איז ביי אים זעט זיך דאס אין א בולט'ער פארם.

13איינע פון די נקודות וואס ווערט פארלאנגט פון יעדער אידן איז, אז ער זאל ניט נתפעל ווערן, ”כי אתם המעט מכל העמים” אז אידן זיינען א מיעוט א קליינער צאל לגבי אנדערע פעלקער, און פונדעסטוועגן זאלן זיך אידן פירן ווי מ'דארף זיך פירן על פי התורה והמצוה, כאטש אפילו די פעלקער ארום זיי פירן זיך ניט אויף זיי.

14וואס אט דא קומט מען דאך צוגיין צו א אידן מיט א טענה, און מ'זאגט אים, ווי אזוי וועסטו האלטן שבת-געשלאסן דעם געשעפט?

15וואס דעמאלט איז דער פוי טאג דעם טאג וואס מ'באקומט בסדר פאר דער גאנצער וואלט, און אט דעמאלט קען די כלי דסטאר ערשט האבן די גאנצע לייזונג און דוקא דעמאלט הייסט דיר דער שולחן ערוך אז דו זאלסט שליסן דער טיר פון דיין געשעפט.

16ועל דרך זה בהנוגע צו אכילת כשרות, ועל דרך זה בהנוגע צו שמירת התורה והמצוה, וואס דאס שטעלט אים אין א שלעכטע קאמפעטישאן לגבי די פעלקער וואס זיי זיינען ארום אים.

17און אט דא מאנט דאך ביי א אידן, אז ניט ער זאל זיין אונטערווארפן די פעלקער וואס ארום אים, נאר ער זאל געדענקען, אז אתה וחרתנו מכל העמים אז ער געבעלטיקט אויף די פעלקער.

18און אט דאס וואס די פעלקער מוזן אנקומען צו האלטן אפן די קלויט, ווארום אז ניט וועט זיי פעלן אין פרנסה ואדרבא, עכו מ ששבת חייב מיתה איז ביי א אידן איז פונקט פארקערט,

19אויב חס ושלום מ'היט ניט קיין שבת איז דאס דער דין ווי בלהבדיל ביי אן עכו מ ששבת, און אט דאס וואס ער היט היטן שבת און וואס ער היט ע און אפהיטן טהרת המשפחה וועט עשט אים געבן מערער קינדער און מערער פרנסה און געזינטערע קינדער, וכל הענינים, ביז אין גשמיות אויך.

20וואס דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז ניט ער איז אונטערווארפן דער ”חוקי הטבע” און חוקי המצוה וואו ער געפינט זיך, נאר ער ווערט א מושל ושולט אויף זו.

21וואס דאס איז דאך דער בארימטער ווארט פון דעם רבי'ן דעם נשיא, וואס ער האט געזאגט אז אין גלות געפינען זיך מערניט ווי אונדערע גופים, אבער די נשמה איז אויף זיי קיינער קיין בעה בית ניט, און די נשמה פירט זיך על פי התורה והמצוה, איז דאך ניט דער פירוש אז דאס רירט ניט אן דעם גוף, נאר די נשמה פירט מיטן גוף, אז דער גוף זאל זיך פירן על פי התורה והמצוה,

22און דאס באפרייט דעם גוף אויך פון גלות.

23וואס אט דאס איז וואס ס'פאדערט זיך בא יעדער אידן, אז ער זאל זיין ”כל ישראל בני מלכים הם” אז ער זאל וויסן זיין אז ער איז דער בנו ”של מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא”, וואס במילא איז דאך אפילו דער שר היושב ראשונה במלכות, דער גרעסטער שר פון די אייען שרים, איז אויף אים קיין בעה בית ניט דערפאר וואס ער איז דער בן מלך, און בנו של מלך איז דאך אינו צריך משיחא,

24דערפאר וואס בדרך ממילא איז ער ”ממלא מקומו של אביו” המלך, וואס מערניט וואס אין דעם דוגמא למטה קען ניט זיין קיין שני מלכים, משא"כ למעלה איז דער אויבערשטער א מלך און זאגט אז כל ישראל ווערן אויך ”כל ישראל מלכים הם”, ווי ער דאגט אין הקדמה פון תיקוני זהר.

25די הקדמה דערצו הויבט זיך אן, אז פריער געדענקט ער אז ער איז א בן מלך, במילא איז ער ניט אונטערווארפן די עין שרים, וואס זיי זיינען דאך די מלאכים מרום במרום וואס פון זיי ווערט דאך נמשך דער כל המלכיות והסדרים בעולם איז ער דארף צו זיי ניט אנקומען, דערפאר וואס ער גייט ישר יחזה פון עמו צו דעם מלך אליין.

26און אט דאס איז ניט סתם א הידור מצוה, אן דערויף הענגט-אפ דער גאנצער קיום התורה והמצוה, אן דער הנחה, אז א איד איז ניט אונטערווארפן ”חוקי הטבע”, נאר זיין חוק איז זיין קאסטיטושן איז אט דאס וואס ס'איז אנגעשריבן אין תורה, ביז אין דעם פסק דין פון שולחן ערוך.

27און בשעת בא יעדער אידן איז דאס האט ער דאס, בשעת ער איז מפבל עול 'מלכות שמים' שלימה אינדערפרי, דערנאך במשך פון טאג גייט ער אוועק אין 'לימוד התורה', און דערנאך איז ער זיך עוסק אין גמילות חסדים, הנהג ”בהם דרך ארץ” איז אט דעמאלט די 'קבלת עול' 'מלכות שמים' ביי אים באהאלט בא א נשיא בישראל,

28וואס ער איז דאך אזוי ווי די קאפ פון גוף איז דארטן געפינט זיך דער חיות און די נקודה אין א שטורעמדיקן אופן דעם גאנצן טאג.

29דאס איז ניט אזוי ווי אין דער פוס, וואס מערניט ווי ווען ער הויבט אן גיין זעט ניט צי גייט ער על פי שכל, און צי די האנט צי שרייבט ער על פי שכל צי נארישקייטן אין קאפ און דעם מוח שבראשו, כח המחשבה אינו משוטט לעולם, אז דארט איז תמיד דא דער ענין פון שכל, ועל דרך זה איז תמיד און ראש איז דא בתמידות דער ענין פון 'קבלת עול' מלכי שמים.

30און מצד דערויף וואס דער אלטער רבי איז געשטאנען אין דער דרגא וואס כל היום כולו האט ער אויף זיך ניט געפילט בעניני תורה ומצוות קיין שביטה ניט, און האט געוואוסט, אז ער טוט די שליחות של המלך מלכי המלכים הקבוש ברוך הוא,

31ו ”שלוחו של אדם כמותו” נאר אין דער שליחות איז אויך דא דער ענין פון נתפללו בשלום העיר און דער ענין פון ”דינא דמלכותא דינאו” אט די אלע ענינים ווי זיי שטייען אין שולחן-ערוך, און ער איז זיי מקיים ניט דערפאר וואס דאס איז דינא דמלכותא, נאר דערפאר וואס דער שולחן-ערוך פסק'נט אפ, אז דינא דמלכותא ווערט דאס א דין על פי תורה.

32וואס אט דערפאר איז דער אלטער רבי געווען טאק און מצד דערויף וואס למעלה האט מען געזען, אז עבודתו בתמידות איז דאס א בדוגמא פון א מלך וואס 'אין עליו אלא הוי' אלקיו' וואס דאס איז דאך אן ענין של נשיא,

33ווי די גמרא זאגט אין הוריות, אט דערפון האט דערנאך געקענט נשתלשל ווערן אין אן אופן פון 'נבא ולא ידע מה נבא' אז מ'האט אים געמאסערט, אז ער וויל וועלן א מלך בישראל דערפאר וואס ער איז געווען א מלך און געווען א ”נשיא שאין עליו אלא הוי' אלקיו” וואס דאס איז דער ענין המסירה ווי דאס איז למעלה.

34און ווי גערעדט פריער ”הימים האלה נזכרים ונעשים” אט דאס וואס ס'מאנט זיך בא די וואס מ'דערמאנט זיך וועגן דעם ענין פון יט' כסלו, אז זיי זאלן וויסן זיין, אז ס'דארף זיין והתפללו בשלום העיר און ס'דארף זיין די שמיעה פון דינא דמלכותא פארוואס אבער דארף דאס זיין?

35דערפאר וואס התפללו בשלום הע און דינא דמלכותא איז א דין אין חושן משפט, און דאס האט אויף זיך אט די דינים מיט די הגבלות ווי אנדערע ענינים וואס זיי זיינען מוגדר ומוגבל על פי השולחן-ערוך.

36און פארוואס טוט ער דאס? ניט דערפאר וואס ער האט א ראימעצן מורא 'אין עליו אלא הוי' אלקיו' ער האט מורא מערניט ווי פארן אויבערשטן, במילא איז ער מקיים ציוויו של הקב"ה, וואס אין דערויף איז אויך דער ציווי פון דינא ד כי בשלומה ”יהי' להם שלום”.

37במילא איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דארט וואו ס'קומט צו אן ענין פון שמירת שבת און טהרת המשפחה, און גנילות פסדים און אכילת פרשיות און מצוות תפילה בכל יום איז אים קיין עסקא מינה ניט וואס ס'שטייט, און ער גייט אין דעם אופן ווי דער אויבערשטער האט אים אנגעזאגט, דערפאר וואס ער איז א מלך שאין עליו אל הוי' אלקיוו.

38און אט דאס מאנט דאך בא יע ”אינו מבקש אלא לפי כוחן” דער אויבערשטער האט מלכתחילה אוועקגעשטעלט אידן אין וועלט, אז די נשמה גייט ניט אין גלות, אט וואו דער גוף זאל זיך ניט געפינען, און וואס נאך מערער, אז די נשמה פירט זיך ווי ס'דארף צו זיין פירט זי אזוי אויך אויס מיטן גוף, אז דער גוף זאל אויך ניט זיין אין גלות.

39וואס אט דאס איז ווי די מסירה איז, אז ער וויל ווערן א מלך בישראל דערפאר וואס די אמיתית הענ און דערמיט איז אויך פארשטאנדיק דער סיפור וואס חסידים דערציילן, פון רבי'ן פון שווערער איז דאס ניט געהערט, אבער חסידים דערציילן אזוי און ווייזט אויס אז דאס האט א יסוד,

40אז בשעת מ'איז געווען אט די מסירה אויפן אלטן רבי'ן, אז זיי ווילן וועלן א מלך בישראל איז און די בחינות איז געווען, אז מ'האט אראפגעבראכט א דאקטאר, א פראפעסאר, אז ער זאל אים בודק זיין תכונ אט דאס וואס אויף היינטיקן לשון וואלט דאס געהייסן סיי קענאליזע,

41און נאך דערויף ווי ער האט זיך געטראפן דער פראפעסאר מיטן אלטן רבי'ן און דער רבי'ן דערנאך איז ער געקומען און האט אפגעגעבן דעם דין וחשבון, דעם באריך, האט ער געזאגט, אז דאס איז א מענטש וואס ער האט אין זיך א תאוה א געוואלדיקע, צו וועלכע ער קען ניט דערגרייכן.

42און אט דאס האט מען דער האט מען פארשטאנען, אז דער אלטער רבי יאגט זיך ניט נאך געלט, און יאגט זיך ניט נאך כבוד, און יאגט זיך ניט נאך אט די אלע ענינים,

43און בשעת מ'האט געזען אין כתב מסירה אז ער וויל וועלן א מלך בישראל האט מען געבראכט די ראי' פון חוות דעת הרופא אז א סימן אז דאס האט א יסוד, דערפאר וואס דער רופא האט געזען אז ער האט א תאוה וואס קען ער ניט ממלא זיין.

44דערנאך האט מען אז רוב איז מומחה, און דאס איז דאך מסתמא דאס געווען, האט מען געענטפערט, אז דאס איז די ”עבודה מצד מי לי בשמים ואמחה לא חפצתי בארץ” ווי דער אלטער רבי פלעגט זאגן אין גרויקות ווי דער צמח צדק ברענגט דאס אראפ אין שורש מצות התפילה,

45אז זיי איך וויל גארניסט, ניט זיין קיין עדן עניין ניט קיין עדן התחתון, מערניט ווי דיך אליין, וואס מצד דערויף וואס דער אויבערשטער א איז דאך דאס א תאוה צו וועלכע מ'קען איר קיינמאל ניט דערגרייכן, ווארום דאס איז דאך אן ענין פון אין סוף ובלי גלול.

46און דער רופא איז 'נבא לא ידע מה נבא' האט ער געזאגט די מעשה ווי דאס איז, ער האט אבער ניט געוואוסט וועגן וואס ס'רעדט זיך.

47ועל דרך זה ווי דאס קומט דערנאך אראפ פון דער תאוה פון ועמך לחפצתי בארץ אפילו ניט גן עדן עליון אפילו ניט דער עולם הבא, מערניט ווי ד איז אינו לב אלא הוי' אלקיו קומט דערנאך אט דא אראפ דערנאך למטה, אז מי איז המלך בישראל.

48וואס אט דאס איז אויך די הוראה אין עבודה לכל אחד ואחת, אז בשעת מ'דארף עפעס טאן אדער ניט טאן איז די ערשטע זאך דארף מען א קוק טאן ווי דאס איז על-פי שולחן-ערוך, און אויב על-פי שולחן-ערוך דארף מען דאס טאן איז דעמאלט א דבר ברור,

49אז ”אינו מבקש אלא לפי כוחן” און מ'גיט אים די פולע מעגלע אז ער זאל קענען אויספירן דעם רצון ה און די שליחות פון דעם אויבערשטן במילואה, און זאל איר אויספירן 'בשמחה ובטוב' לבב, ווי תורת החלידות מאנט, אז ס'זאל זיין געזונטער גוף כפשוטו,

50און ס'זאל זיין אויך א געזונטער נשמה, און מתוך שמחה 'ובטוב לבב' זאל מען מקיים-זיין דער ”עבדו את הוי' בשמחה” בכל רמ ח אברים ובכל שתה גידים למטה מצרה דפכים.

51לחיים לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions