English
ספרייה
kind
paragraph
order
6P
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין די החלטה פון די מעשים טובים און די עשי'פון די מעשים טובים, איז דער מקום אליין העלפט ארויס, אז דאס זאל זיין נאכמער צוגעטראפן מיט נאכמער חיות און מיט נאכמער הצלחה אין אויספירן די אלע החלטות במעשה בפועל. וואס דאס איז בנוגע צו דעם מקום, על דרך זה אויך בנוגע צו דעם זמן געפינט מען זיך דאך, ווי דערמאנט פריער, אין דעם חודש פון מתן תורה, און וואס ערשט מיט עטלעכע טעג צוריק האט מען אויך חוגג געווען געמאכט דעם יום-טוב פון זמן מתן תורתנו, און נאך נעענטער נאך נאך א קלענערער צאל טעג צוריק, איז אויך געווען די תשלומין פון זמן מתן תורתנו, איז סיי דער זמן און סיי דער מקום איז מסייע, ער העלפט ארויס אין די אלע ענינים, אז זיי זאלן זיין נאך מיט מער הצלחה ווי דאס וואלט געווען אין אן אנדער זמן אדער אין אן אנדער מקום, על אחת ווי דאס איז נאך מיט מער הצלחה, ובפרט נאך אז סיי זמן און סיי מקום, איז אין דער זעלבער נקודה זיינען זיי אויסגעטיילט, ווי דערמאנט פריער, און אזוי אויך, בשעת דאס טרעפן זיך צוזאמען אידן, וואס יעדערער פון זיי האט א חילוק אלוקה ממעל ממש, און זיי זיינען אויך אויסגעטיילט פון צווישן אנדערע אידן, וואס אף על פי וואס דאס איז דאך א גוי אחד, און אלע אידן זיינען וכאישיך אחד, בלב אחד, על דרך ווי ס'איז געווען בגלוי אין זמן פון מתן תורה, אזוי איז דאס אלעמאל דא בכח, און דאס אלעמאל גרייט, אז דאס זאל ארויס אויך בפועל, וואס יעדער איד מיט אלע אידן איז דאס כאיש אחד בלב אחד, על אחת כמה וכמה אז זיי האבן נאך אן ענין אין וועלכן זיי זיינען אלע פאראיינציקט, וואס דאס רעדט זיך וועגן נשי ובנות ישראל, און אויך אט די וואס זיי זיינען
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים