עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

79 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס ואמור לעיל דערפון וואס ס'האט זיך גערעדט פריער איז אויך פארשטאנדיק, אז על דרך ווי בתורה בכלל, איז דאך דאס ניט דערפאר וואס אידן האבן געדארפט דוקא דעמאלט אנקומען צו תורה, איז דעמאלט איז באשאפן געווארן תורה מחדש,

2נאר תורה איז קדמה לעולם, ”אלפיים שנה קדמה תורה” לעולם, נאר מתן תורה איז געווען אין א זמן מיוחד, אין כ' ”עשרים וששה דורות משנברא” העולם, ווי ער זאגט אין מדרש,

3און מ'האט געדארפט האבן דערצו די הכנה פון בהוציאך את מצרים מ'זאל דורכגעלייטערט ווערן דורכגייענדיק דעם ”כור הברזל” במצרים,

4וואס אט דעמאלט האט מען גענומען אן ענין וואס ער איז אן אלץ ארומנעמענדער, ניט פארבונדן מיט אן ענין של גלות, וואס דאס וועט לייכטער מאכן אדער מבאר זיין דעם גלות אז מ'זאל אים פאנען איבערקומען,

5אדער ערקלערן דעם ענין החירות, אדער פארהיילן די צרות וואס דער גלות האט געלאזן איז אמת טאקע תורה האט די אלע זאכן געטאן,

6באקומענדיק די תורה האבן אידן פארשטאנען פארוואס זיי האבן זיך געדארפט מאטערן מאסיים והשר שנה בגלות מצרים, און בא מתן תורה איז נתרפא געווארן כל בעלי-מומין וואס ס'איז געווען בא זיי, מיט די אלע ענינים וואס מתן תורה האט אויפגעטאן.

7אט דאס אלץ איז אבער פרטים אין תורה.

8דער עיקר פון תורה איז, אז דאס גיט לעבן א אידן וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן תורת חיים וואס דאס האט דאך דעם איינפאכן טייטש אז דאס איז א תורה אן אנווייזונג ווי אזוי צו לעבן,

9דאס האט אבער דעם פנימיות'דיקן אפטייטש אז דאס איז די תורה וואס מאכט אויף לעבן, אז כדי דער לעבן זאל זיין א ריכטיקער לעבן, ראוי לשמו,

10ניט ווי חיים פון א בהמה אדער פון א צומח אדער פון א דומין, וואס אויך א צומח איז אויך אוכל ושותה, און האט די זמנים ווען ער איז ישן, כמבואר אין חכמת הטיגים,

11אז ס'איז דא א צומח כדי ער זאל וואקסן דארף ער באקומען מים, וואס דאס איז אן ענין של ”שתי' ובלשון הכתוב למטר השמים תשתה מים” וואס דאס גייט דאך אויף די צמיחה כגן הירק ניט ווי אין ארץ מצרים.

12ועל דרך זה דארף ער באקומען פארשידענע ענינים וואס זיי זיינען ניט משכים, וואס דאס באקומט על ידי שרשיו שלו מן הארץ, ועל דרך זה איז דא זמנים, במעת לעת, וואס די צמיחה שטעלט זיך אפ וואס דאס איז בדוגמא פון שינויים.

13ובכללות במשך השנה, בזמן החורף, איז דאך דעמאלט די מנוחה ושינה פון דער צמיחה דאס הויבט זיך ערשט אן פון ראש-השנה לאילנות, ווי די גמרא זאגט אין ראש-השנה, און פאר דעם איז דו א הפסק ושינה.

14וואס בשעת א מענטש שטעלט זיך אפ באכילה און שתי"ו שינה, און די זאכן וואס פארשאפן אים ער זאל האבן א מעגלעכקייט וואס צו עסן און וואס צו טרינקען און שלאפן רואיק איז ניטא קיין חילוק צווישן אים, צווישן זיין לעבן, און א חיים פון צומח.

15אפילו אז ביי אים קומט צו דער ענין אז ער קען אריבערגיין ממקום למקום, אז ער קען זיך צופאסן צו פארשידענע ערליי תנאים, וואס דאס איז דאך דער חילוק פון א חי ביז צומח בכללות,

16אז צומח איז פארבונדן מיט א מקום מסויים, ער קען וואקסן און וואקסט אין א מקום מסויים, אבער ער קען ניט אויסקומען אין אנדערע תנאים, דערצו דארף מען זוכן עצות ותרופות ותחבולות, משא"כ א בעל חי איז ענינו איז אז ער איז ”הולך ממקום למקום”, און קען זיך צופאסן צו פארשידענע ערטער,

17אויב אבער די צופאסונג באשטייט אין דעם, אז אין וואס פאר ארט ער וועט ניט קומען וועט ער זיך קענען פארשאפן מאכלו ומשקה ומסחרו ולבושה, אז ער וועט זיך קענען פארשאפן אט די אלע צרכים איז ניטא קיין חילוק צווישן די חיי המדבר, צווישן זיין לעבן מיטן לעבן פון א בעל חי.

18כדי ס'זאל ווערן א חיים, און דאס זאל זיין חיי אדם, וואס אדם זאגט ער דאך אין שלא איז דאס ”מלשון אדמה לעניו” אז ער האט אין זיך ”בצלמנו כדמותינו” פון דעם אויבערשטן איז אט דאס ווער שאבט אט דעם לעבן שאבט דאס בשעת ער לעבט על ידי התורה און דעמאלט בלייבט דאך אויך די שאלה,

19ווי אזוי קען ער זיך פארבינדן ”בצלמנו כדמותינו”?

20איז אויף דערויף זאגט מען, אז דורך אורייתא ווערט ישראל 'וקובה כולא' חד, אז דעמאלט פארבינדט ער זיך, ”בצלמנו כדמותינו”, מיט זיין מקום ושורש, אז תורה מאכט ביי אים זיין חיים.

21נאר וואס דען, בשעת מ'איז ארויס פון מצרים, און מ'האט געדארפט האבן א רפואה, פאר די בעלי-אומין האט דאס תורה אויך געגעבן.

22און בשעת מ'האט געדארפט האבן א ביאור פארוואס האט מען זיך אפגעמאטערט צוויי הונדערט און צען יאר אין 'גלות מצרים' האט תורה דאס אויך פארענטפערט, אראפגענומען די שווערקייט.

23אבער תורה איז א סך העכער דערפון און שלא בערך דאס איז אן ענין כללי וואס מאכט חיים און וואס דאס באווייזט אוועק בחיים.

24על דרך זה אויך ווי אין 'פנימיות התורה', אדער ווי דער זוהר רופט דאס אן ”נשמתא דאורייתא” און זאגט אז נגנא דתורה ווערט אנגערופן בלשון המשנה גופא תורה און 'פנימיות התורה' ווערט אנגערופן ”נשמתא דאורייתא” איז אויך ניט ווי מ'וויל מפרש זיין,

25אז אזוי ווי אידן האבן דאך דעמאלט געפונען אן די גזירות פון שנת ת' חס תף חסט לא עתה ולא עלינו, און זיי זיינען געווען אין שפל המצב, און די פרנסה איז געווען אין אן אופן הרות וחורבן, און ס'איז געווען די אלע ענינים כידוע ווי דער מעמד ומצב ווי ס'איז געווען נאך די רדיפות און גזירות פון תף חסט,

26און דערנאך אויך בשנים שלאחרי זה, איז בשעת אידן האבן זיך געפונען אין אזא שפל המצב האט מען צוגעטראכט אן עצה, אז מ'זאל זיי געבן אן עצה מתקרב זיין זיין להקב"ה,

27עיידי שמחה וטוב לבב, און יעדערער קען דערצו דערגרייכן, אפילו וואס ער איז ניט קיין למדן עיידי עבודת התפילה, ו”בכל דרכיך דעהו” דער שמחה וטוב לבב אין 'קיום המצוה'.

28וואס אמת טאקע דאס איז אזוי, אט דאס וואס ס'האט אויפגעלעבט אידן לאחרי הגזירות ההם איז דאס געווען די שיטת החסידות, וואס האט געגעבן יעדער אידן א מעגלעכקייט,

29אז מתוך שמחה וטוב לבם זאל ער געפינען זיין שטארקייט און דער יסוד בחיים ניט נתפעל ווערן פאר די אלע שוועריקייטן וואס זיינען געווען בעבר און וואס ער האט געהאט דעמאלט, וואס ער האט דאך געדארפט בא זיך זיין אראפגעפאלן בתכתית,

30ובפרט נאך אט די וואס האבן ניט געהאט קיין שייכות צו 'הבנה והשגה' 'בלימוד התורה', האט דאס תורת החסידה זיי געגעבן דעם אנהאלט און די שמחה, ביז וואנענט אז זיי זיינען געווען חיים בכל יום, ניט נאר ”בשבתות וימים טובים”, אפילו אין די שווערע טעג ווען ס'איז געווען טרוד ועשו גמושקע אין טירבות הפרנסה,

31אבער דאס איז אבער מערניט ווי א פרט, אז 'פנימיות התורה', תורת החסידות, האט דאס אויך פאר איר, אבער דער עיקר ענין בזה איז, אז דאס איז ”נשמתא דאורייתא”, דאס באווייזט אין יעדער ענין אין תורה די נשמה דערפון,

32וואס במילא באקומט א איד, ניט נאר חיי אדם ”אדמה לעליון” נאר ער באקומט נאך די נשמה דערפון, אז ניט נאר בשעת ער לייגט תפילין ווערט ער דורך דערויף 'לשעבד המוח' והלב,

33ווי ער זאגט אין שולחן ערוך, אז דאס איז די כוונה פון מצוה תפילין וואס מ'מוז דאס מכוין זיין בכל יום בכל פעם שמניח תפילין נאר ער באקומט נאך אויך די נשמה דערפון,

34אז ער ווערט פארבונדן מיט מוחין דלעילא מיט דעם אויך דלמעלה ווי דער ביאור אין תורת החסידות, נאר דאס גיט אויך דעם חיים אז ער זאל ניט נתפעל ווערן פאר די שוועריקייטן וואס ער טרעפט אן מצד די פרנסת הפרנסה בהנוגע ”להנחת תפילין וכיוצא” בזה.

35וואס הנחת תפילין טאר דאך ניט זיין קיין הצח הדעת, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב ער איז א מותרק בפרנסה איז דאס שווער אים אויסצוקומען אן היפך הדת, און די פרנסה איז טאקע שווער, ווי ס'איז געווען יענע זמנים מצד דעם נסיון פון עוני,

36און נאך שווערער איז די תינדוס הפרנסה מצד דעם נסיון פון נושר, וואס דער אויבערשטער האט איצטער אוועקגעשטעלט אידן בכמה מדינות, אין אן אופן של הרחבה, אז מ'האט פרנסה בהרחבה, אבער די תידוס אין דעם איז מקויים געווארן, ווי דער מאמר המשנה, אז מרבה נכסים איז ניט ס'ווערט ווייניקער דאגות, נאר ”מרבה דאגה” ביי אים ווערט מערער תידוס פרנסה.

37במילא איז דאך אויך מצד דעם נסיון פון נושר קען ער בא זיך שווער פועל'ן אז ס'זאל זיין די הנחת תפילין, ועל דרך זה ”הוקטה כל התורה כולה לתפילין”, אין שאר 'קיום מצוות' התורה,

38וואס דאס דארף דאך זיין אשר קדשנו במצוותיו וצונו איז אים שווער אפצוטראגן זיך פון די עניני העולם, און פארבינדן זיך על ידי אן ענין פון תפילין אדער ציצית ושבת מיט דער רוחניות פון וועלט,

39מיט דער רוחניות וואס דאס איז דער מקור אויף דער אויבערשטער, בשעת מ'גיט אים די נשמה וואס איז דא אין יעדער ענין שבתורה און אין יעדער מצוה, אז דאס איז אן ענין רוחני,

40וואס דער ענין רוחני האט ניט אויף זיך די הגבלות פון עניני העולם, אהינצו קען א גוי ניט צוקומען, נאכמערער אפילו דער ”אל זר אשר בקרבך” דער גוי וואס איז דא ביי א אידן, וואס דאס איז דער יצר הרשע ביי קען אויך ניט צוקומען צו זיין עצם הנשמה,

41צו די נקודת היהדות אט דאס גיט אים א שטארקייט, אז ניט קוקנדיק אויף די ”מרבה דאגה” מצד דעם ריבוי נכסים וכיוצא בזה, זאל ער זיך קענען אפרייסן פון די אלע ענינים, און פארבינדן זיך על ידי המצוה, וואס מצוה איז דאך ”מלשון צוותא וחיבור”, פארבינדן זיך מיט דעם וואס האט צוגעזאגט די מצוה,

42וואס ער איז דאך די נשמה פון דער גאנצער בריאה, ”מה הנשמה ממלא את הגוף כך הקב"ה הן ממלא את העולם”.

43אבער ס'איז ניט דער ענין אז ס'איז געווען אז מ'האט געפונען א רפואה צו א מצב פרטי דאס איז בדוגמא ווי גערעדט פריער בנוגע צו מתן תורה בכלל, און נאך א דוגמא מער שייכות לזה איז אט דאס וואס מ'לערנט ”הלכות החג בחג” אדער ”שלשים יום לפני” החג,

44איז דאך ניט דער ענין אז תורה איז מערניט ווי הלכות שבת, און ערב שבת חזר"ט ער איבער אט די הלכות וואס ער דארף וויסן צו דעם שבת וואס וועט קומען תורה איז, ווי גערעדט פריער, אז דאס איז אן ענין וואס גיט לעבן א אידן, במילא איז פארשטאנדיק, אז ס'קומט דער שבת'דיקער טאג גיט דאס אים א שבת'דיקן לעבן,

45איז אט דעמאלט איז דא די הלכות פון שבת וואס אים איז נוגע בפרט, נוסף אויף כללות החיות וואס ער האט בימים בכלל, האט ער ביום השבת נאך א ענין מיוחד, וואס דאס איז דער ענין השבת, ועל דרך זה איז הלכות החג פון פסח אדער שבועות אדער סוכות וכו.'

46וואס על דרך זה איז אויך בנוגע צו 'פנימיות התורה', איז ווען מ'וואלט דאס ניט געגעבן וואלט דאס געגעבן די נשמה גלה געווען און ער פלעגט פאר יעדערן די נשמה פון תורה ומצוות, וואס תורה ומצוות זיינען דאך ”חיינו ואורך ימינו” אז זיי זיינען די נשמה און די חיים פון א אידן, און דאס איז די נשמה פון די חיים פון א אידן.

47און אז ס'קומט א זמן מיוחד און א מעמד ומצב מיוחד וואס מ'געפינט זיך ווי דעמאלט רחמנא ליצלן אין שפל המצב אט דעמאלט איז במיוחד נוגע אז מ'זאל דאס מפיץ זיין ”ביתר שאת וביתר עוז”,

48כדי אויף ניט נתפעל ווערן פון די שוועריקייטן וואס מ'האט געזען ארום זיך, און כדי אפילו אזא וואס האט מפני סיבות שאינן תלויות בו, ומצד איזה סיבות שכהי' ניט געקענט האלטן בא 'לימוד התורה' והבנתה, זאל ער אויך קענען צוקומען צו א חיים של שמחה וטוב לבב דורך תורה 'ופנימיות התורה' שבה.

49וואס אט דאס איז דער ביאור פארוואס איז דוקא בזמן ההוא נתגלה געווארן 'פנימיות התורה', אבער וואס איז נתגלה געווארן און איז נתגלה געווארן אן אופן חדש אין 'לימוד התורה' און אין אן אופן חדש אין 'קיום המצוות',

50ניט חדש חס ושלום וואס מ'האט דאס דעמאלט אויפגעמאכט, נאר דעמאלט איז דאס נתגלה געווארן, אבער געגעבן האט מען דאס בא א מאמר הר סיני, כמבואר ומדובר ”כמה פעמים, בכתב ובעל פה וכו” אבער דעמאלט איז דאס געווען בדוגמא פון ”שלשים יום לפני” ”החג, לומדים הלכות החג” והלכות החג בחד,

51אז דעמאלט האט דאס געהאט א שייכות מיוחדת, און דאס האט געהאלפן אויף ארויסנעמען פון די תנאים מיוחדים פון די שוועריקייטן וואס איז געווען אין דעם גלות בזמן ההוא.

52וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז כמדובר למעלה, אז גלות איז שייך אויף צוויי אופנים, אדער דורך דעם נסיון פון עוני אדער דעם נסיון פון נושב און ווי שלמה זאגט ”ראש ואושר אל תתן לי הטרופני לחם חוקי” אז ער בעט אז דער אויבערשטער זאל אים געבן אלץ וואס ער דארף,

53אבער ניט א נסיון פון ראש און אפילו ניט קיין נסיון פון אושר אויך ניט.

54וויבאלד אבער אז דער אויבערשטער פרואווט אויס אידן מיט אושר, מיט עשירות, און ס'איז דאך דא במילא דערמיט פארבונדן דער ”מרבה דאגה”, נאך מערער ווי פון די דאגה פון ענני, דער רבי דער אגנתיא האט אמאל דערציילט א סיפור, אז ער איז אמאל געקומען צופארן איינער צו א ברודער אין ארצות הברית, אין אמעריקע, כנח מעשה נאך פאר די נלחמה,

55און ער איז געווען ווי אין די אלטע שטעטל ווי מ'רופט דאס איצטער אפ זיינען זיי געווען ביידע גרויצע קפצנים, און דערנאך איז דער איין ברודער אוועקגעפארן אין ארצות הברית און איז געווארן ווי מ'רופט דאס דא אן אן ארו רייט ניט,

56האט ער זיך מיישב געווען אז דאס איז נאך ווייניק, ער דארף ארויסרופן דעם ברודער און באווייזן אים את גודל עשרו צו וואס ער האט זיך אויפגעארבעט, און ווי אזוי כלשון הידוע ווי אזוי ער מאכט א לעבן אין ארצות הברית.

57ווי ס'איז געווען דארטן האבן זיי דאך ביידע געלעבט אין איין צימער, און דערנאך בשעת מ'האט חתונה געהאט האט געהאט יעדערער א צימער פאר זיך, אז ער איז געקומען אין ארצות הברית האט ער געקויפט און געבויט וכו און געהאט א דירה פון צענדליקע חדרים.

58דערנאך האט ער ארויסגעשיקט געלט דער ברודער איז ניט געווען שייכות צו האבן געלט אויף ארן אויף א שיפס-כא� עאכו"כ וואלט ווי שיקט וואלט ער אויך ניט געפארן, האט אבער דער אויבערשטער מצליח געווען דעם אלרייטניק, אז דער ברודער האט געהאט עטלעכע טעכטער אויף חתונה-מאכן און האט ניט געהאט קיין אדון צוגעבן,

59במילא, אז ער האט באקומען א הזמנה פון דעם ברודער, האט ער גערעכנט, אז אפשר איז דאס אן ענין אויף דאס צו אים געבן א מעגלעכייט פון חתונה-מאכן די טעכטער, און ס'איז כדי סוף כל סוף רעדט מען מיטן ברודער וואס ס'טוט זיך אפשר וועט ער אים ארויסהעלפן אויף חתונה מאכן די טעכטערן,

60ס'פאסט דאך אבער ניט גלייך אראפגייענדיק פון שיעור זאל ער גלייך קומען מיט דער בקשה, איז במילא וועט אים מיישב וועם זיין אויף די ערשטע צייט, ניט קוקנדיק אויף די זאכן, וועט ער אים לאזן אז דער ברודער זאל מיט אים אנפירן ווי ער וויל, במילא האט ער אים אנגעהויבן באווייזן גודל השוי, ארומגעפירט איבער אלע כדרים וכו' וכו און האט געזען עפעס אז דער ברודער פון דער פלייש טעטל איז ניט אין אזוינע גרויסע התפעלות.

61ער האט זיך מיישב געווען, ער וועט אים ארויפפירן אויף דעם דאך וואס ער געלעבט דארט אין א וואלקן קראצע, ווי מ'רויף דאס איז דאך ווייס וויפל פלארס, און פון דארטן וועט ער אים באווייז פארגלייכנדיק דאס מיט דער שטעטל פון וואנענט ער איז געקומען צופארן.

62דערווארט וועט דורכגאנגען א פאר שעה וואס ער האט אים באוויזן די חדרים, האט אים דערנאך ארויפגעפירט אויבן אויפן רוף ווי מ'רופט דאס אן, אויפן דאך, און האט אים באוויזן פון אנגעהויבן מבאר זיין, אז ער וועט קוקן לצפון וועט ער זען אט דעם ענין אין ניו-יארק, און לדרום דעם ענין אין ניו באווייזן אים אלץ וואס ס'טוט זיך,

63די גרויסקייט פון ניו-יארק. דערוויילע האט ער מרגיש געווען, אז ער לויפט ארום און דער ברודער לויפט אים ניט נאך.

64האט ער אוקגעטאן וואס ס'טוט זיך, זעט ער אז דער ברודער שטייט אין א ווינקל און דאווענט מנחות.

65האט ער געלאזט אים אפשטיין אין שמונה עשר, דערנאך פרעגט ער אים ביי ברודער, באווייזן די גרויסקייט פון ניו-יארק, און זעט דא� ווי האסטו ס'איז א קאפ מיט אמאל ביסטו מפסיק און לאזט מיר ארומלויפן מיטן ביאור און דו האסט זיך אוועקגעשטעלט דאווענען?

66און קען דאווענען איך מיט א האלבע שעה שפעטער.

67זאגט אים דער ברודער, זיי זאגן דעם רונם אמת, איך פארשטיי דיר ניט!

68איך לעב אין אין חדר, אין דער קליין שטעטל, האב ניט ארום זיך אזויפיל גויים, און האב אזויפיל טיטזות דו לעבסט אין א דירה מיט פונפצן צימערן, וואו ס'איז מיר אנגעהויבן באווייזן אז אופן אזויפיל ווי קענסטו דאס פארטראגן און דורכטראגן און גלייבן לעבעדיק פון די טירדות וואס דו האסט קיין נייעק.

69במילא הייך געזען, אז דיר דאס נעמט דאס ניט, במילא איך מיישב ווען לכל דערוויילע לך אדעמנו מנחה דער ענין פון ”מרבה נכסים מרבה דאגה” איז ניט דער פשט אז דאס איז אן ענין וואס מ'בלייבט בא די מרבה נכסים אליין, נאר נוסף אויף די דאגות וואס ער האט געהאט קודם ווי ער האט געהאט די ריבוי נכסים איז ביי אים איז צוגעקומען ”מרבה דאגה”.

70און אט דא דארף דער איד באווייזן זיין כח, אז לא שינויים כל עניניהם, און ער ווערט ניט נתפעל פאר דער ”מרבה דאגה”, אף על פי וואס די משנה זאגט דאך אז דאס איז דער 'דרך הטבע', באווייזט ער אז ער איז משנה את הטבע,

71און אויף אים פועל"ט דאס ניט קיין ענין של דאגה וטרדה, און אז ס'קומט די צייטן ווען ער דארף דאווענען דאווענט ער, און ווען ער דארף געבן צדקה גיט ער צדקה, ו”על דרך זה בכל דרכיך דעהו” בכל יומא ויומא עביד עבידתי.'

72און כדי מאכן לייכטער און אריינצוגעבן א נשמה מיט א חיות מיט א שמחה, אז אין דעם ”מרבה דאגה” זאל ער ניט מושקע ווערן אין דעם, נאר אדרבא ער זאל דאס איבערקומען און זאל ארויסגיין לחרות, ביז וואנענט אז כאילו ווי ער געפינט זיך אין א מדבר,

73אז מערניט ווי ער און דער אויבערשטער, און דער אויבערשטער גיט אים די תורה, וואס ”בכל יום ויום איז יהיו בעיניך חדשים” און ער געפינט זיך אין א מדבר סיני וואס דארטן איז דוקא ניתנה תורה במדבר דוקא, איז אט דאס גיט מען יעדער אידן די מעגלעכקייט אז ער זאל דאס קענען דורכפירן מיט זיך,

74ואדרבא, אז ער קען דאס דורכפירן בשמחה וטוב לבב, אז ער טוט אין דעם אריין זיין גאנצע נשמה, וואס דעמאלט ווערן בטל די מדידות והגבלות פון דעם גוף,

75און אט דעמאלט האט ער איז ילך לבטח דרכו ניט קוקנדיק וואס ביי אן אנדערן רופט דאס ארויס דער ענין ”מרבה דאגה” איז ביי אים איז דער היפך הדאגה, נאר שמחה וטוב לבב,

76און אנא עבדי קוב הו ”דתגידנא קמי ומקמי דקער אורייתא”, און ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות, ביז וואנענט אז ער פארשפרייט ”נר מצוה ותורה אור בכל מקום” וואו ער געפינט זיך, און טוט דאס מתוך שמחה וטוב לבב,

77וואס דעמאלט איז דאך דאס בהצלחה יתורה, ביז וואנענט אז ער פועל"ט אז ממנו יראו וכן יעשו ער איז מקיים דעם ”ואהבת לרעך כמוך” און עס ווערט פארשפרייט די ליכטיקיין,

78בכל מקום ומקום, ביז וואנענט אז ס'ווערט ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם” און דאס ברענגט אראפ דער ”והלכו גויים לאורך” און אידן זאגן אז זיי וועגן גיין וכו ונלכה לאור הוי בקרוב ממש, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

79לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions