פסקה
פסקה rh-8gh0kdtj
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-7r2nkzn0
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז חס ושלום זאל זיין אן ענין וואס זאל קען ברענגען צו בלבול הדעת און בלבול המוחין, כמדובר כמה פעמים. לאידך גיסא אבער דארף אבער אויך זיין א דבר המשמח אלקים ואנשים, אויך אנשים פון לשון אנוש הלב, וואס דעמאלט דארף מען דאך אויך אנקומען צו דעם ענין פון המשכה המשמח, וואס דאס איז סיי מאלקים און סיי אנשים, כמדובר כמה פעמים, טאקע מיט די הגבלות, און ס'דארף אבער אויך זיין פון אט דער משקה. און וואס אט דעמאלט, אז מ'וויל באמת, איז לגמרי ניט נוגע די כמות פון דער משקה, וואס אים ווילט דאך דער נפש הבהמית נאך מערער ווי ער האט שוין באקומען, איז דער ביי אים אינגאנצן ניט תופס מקום, על דרך ווי גערעדט בנוגע צו א כלי, און דער זאך וואס געפינט זיך אין דער כלי, איז ניט נוגע דער שיעור וגודל הכלי איז נוגע איז נוגע ד דבר וואס ליגט אין דער כלי. על דרך זה אויך, וויבאלד אז די התוועדות האט דאך אין זיך די כוונה, ווי די גמרא זאגט, אז מכאן ואילך זאל זיין כל המוסיף נוסיפין לו, און ניט סתם א הוספה, נאר א הוספה אין חיים, אף על פי וואס אויך ביז דעמאלט איז געווען זיין חיים תורה ומצוותי ווי כמדובר אויך, דערמאנט אויך נעכטן, דארף ער מצרף זיין, מזכק זיין,
- proofread
- 0