עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

35 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דער אלטער רבי, ווען ער דערמאנט וועגן זיין גאולה, דערמאנט ער אויך, אז דאס איז געווען אין יום ההילולא, דאס הייסט אין דעם טאג פון הסתלקות פון זיין רבי'ן, פון דעם מעזריטשער מגיד.

2וואס דאס איז דאך זיכער מיט א כוונה, אז ער דערמאנט דאס בקשר מיט דער גאולה, איז דאך א סימן אז דאס האט א שייכות איינע מיט די צווייטע.

3איז דאס איז דאך מבואר, אז בכלל ווי מ'האבן געהערט א סך מאל פון רבי'ן פון שווער, איז ניט שייך אז עולם אדער אינע, יהודים, זאלן קענען מעלים און מסתיר זיין אויף אן ענין פון תורה ומצוות, אויף א 'נפש האלקיות' פון א אידן.

4ס'איז מערניט אויב ס'איז דא דער מארצייך ”ומחריבייך ממוח יוצאו” דורך דעם קען ארויס אן אחיזה, אויך ללאומת זה, פאר איינע יהודים, אז דורך זיי זאלן זיי באקומען די זאך פון שליטה.

5אט דאס גופא וואס ס'איז דא אט די מציאות, איז בכמה ענינים נעמט זיך דאס דערפון וואס בשעת ס'דארף נתגלה

6ווערן אן 'אור חדש' און אן אור יקר ביותר איז אט דעמאלט דא די התנגדות פון לעומת זה כמה פעמים ככה ווי ווען ס'רעדט זיך וועגן אן אור על דרך הרגיל.

7וואס דערפאר איז פאר דעם גילוי פון נגלה דתורה, איז אויך געווען כמה העלמות והסתרים, מיט עבודה קשה, און ווי ער רעכנט אויס אין חומש די אלע פרטים שבזה, און רזיל וחסידות זיינען מבאר בארוכה ופנימיות הענינים, בשעת ס'האט געדארפט זיין אויף 'פנימיות התורה' איז אויך געווען א 'העלם והסתר',

8דאס האט זיך אבער אנגעטאן אין אן ענין וואס דארט איז דא ”בבואה דבבואה” אויך.

9כללות הדבר איז, ווי דער רבי פלעגט ניט וועלן קיינמאל מעריב זיין אין דעם, אבער כללות הדברים איז, אז עבירות איז געווען א קטרוג למעלה, אז מ'נעמט רזין תורה און רזים דרזין, און מ'וויל דאס מפרסם זיין ברבים, און אין וואס פאר אן אופן?

10אז ס'זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה אז מ'איז מחבר די ביידע קצוות, דעם מימה קרום וואס דאס איז די התחלה פון דעם מים חיים, מיט דעם חוצה ווי ווייט ס'זאל ניט זיין און ווי חוץ ס'זאל ניט זיין, זאל אהינצו אנקומען ניט סתם מים, ניט סתם מים חיים, נאר מים מעיין,

11וואס דאס איז דאך א 'דבר חדש' ביותר, דערפאר איז דער כיתוג אויף דערויף געווען א גדול ביותר, און מ'האט געדארפט האבן אויף דערויף א 'אתערותא דלעילא' בתכלית.

12אזוי ווי ס'שטייט אז אין יום ההילולא, אין יום ההסתלקות, און על דרך זה איז דאך ”בכל שנה ושנה” איז דאך דער פירוש האריז"ל, הימים האלה

13נזכרים ונעשים אז אויב די טעג ווערן נזכרים ווי ס'דארף צו זיין איז דעמאלט איז נעשים טוען זיך אפ אלע עשיות וואס זיינען פארבונדן מיט די טעג אזוי איז אויך דער יום ההסתלקות, מיט די עליות שביום ההסתלקות, איז בשעת מ'דערמאנט דאס ”בכל שנה ושנה”,

14און מ'דערמאנט דאס וואס תורה רופט דאס אן בשם סחירה נזכרים אט דעמאלט טוען זיך אפ אט די אלע המשכות.

15אויף יום ההסתלקות שרייבט דער מיטעלער רבי אין דרוש פון ל' בעומר, אז אט דעמאלט שרייבט ער צוויי זאכן.

16ערשטן, אז דעמאלט איז הגיע לתכלית מקור שורש נשמתו.

17א צווייטע זאך, אז אט די אלע ענינים פון תורה, וואס ער האט זיך עוסק געווען כל ימי חייו, איז ביום ההסתלקות זיינען זיי עולה, אט דארטן ווי די נשמה איז עולה.

18דערפון איז דאך מובן, אז די נשמות וואס זיי האבן מקבל געווען פון דער תורה, פון דער נשמה, וואס דאס איז איר יום ההסתלקות, צי יום ההילולא, האבן דעמאלט אויך אן עלי און אן עלי אין שורש ומקור, פון תכלית מקור ושורש נשמטים.

19וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, אז אין יום ההילולא פון דעם מעזעריטשער מגיד, וואס אף על פי וואס דער אלטער רבי איז דאך געווען א נשמה חדשה, ווי דער רבי דער שווער איז דאס מבאר בארוכה בכמה פון זיינע שיחות,

20אבער פונדעסטוועגן איז דאך א נשמה חדשה האט ער דאך אויך אנגעקומען צו אמורי דרך, און ער רופט זיך אים אן קבלתי מרבותי וואס ער האט אים מגלה געווען וואס ער איז, און האט אים געגעבן אט די ענינים וואס ער האט אים געגעבן, איז בשעת דער מגיד האט עולה געווען לתכלית ומקור שורש נשמתו,

21און האט דעמאלט אויך מיטגענומען דער כלי התורה ורזין דאורייתא שעסק בהם, כל משך ימי חייו, איז אט די נשמות וואס זיי האבן זיך מתאחד געווען מיט די רזין דורייתא, מיט דיין תורה,

22און ווי ער זאגט אין תניא, אז ס'איז א ”יחוד נפלא ויצום, שאין יחוד כמוהו” ”נמצא כלל בגשמיות”, אז דער שכל ומושכל ווערט ממש איין זאך, איז דאך דאס אויך עולה געווען לתכלית ומקור שורש נשמתו.

23דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק וואס ס'איז בהנוגע צו בעל שם טוב דעמאלט איז אויך קיין פלא ניט, אז ווען האט מען געקענט מבטל זיין די אלע קטרוגים שלמעלה, און פועל'ן למעלה, אז מ'זאל רזין דא אורייתא און רזין דרזין,

24זאל מען דאס אנטאן אין אותיות וואס דער נפש הבהמי זאל דאס אויך פארשטיין, און אויף אזויפיל אז א פשוט שבפשוטים שבישראל זאל קענען האבן א חלק ניט נאר סתם אין סוד התורה,

25נאר אויך אין רזין דרזים, וואס דערפאר שטייט דאך אויפן תניא ווי דער רבי שרייבט אין בריוו, אז א גדול שבגדולים להגיע עד תכליתו, און אפילו א פשוט שבפשוט,

26אין לקטן שבקטנים, קען אויך עפעס נעמען פון תניא איז אט דעמאלט האט מען אראפגענומען אט די גוואלדיקע קשיות וואס ס'איז געווען ווי קען מען דא אויפטאן אזא ענין און דאס זאל אראפגיין חוצה ווי ר' יצחק באדישאווער האט געזאגט, אז פלא אויפן תניא מ'האט גענומען אזא מין גרויסן אויבערשטן און אריינגעשטעלט אין אזא מין קליינעם ספר"ל,

27און אט דאס האט מען אפגעגעבן לכל ישראל, אז דאס זאל דערגרייכן ביז א פשוט שוין, ובפשוטים, און ווי ער זאגט אין לקוטי תורה, אז הגיעה איז דער טייטש אנגערירט, אז דאס זאל אים אנרירן און בדרך ממילא ”כל המחובר לטהור” ווערט ער אויך טהור.

28באקומען אט דעם רשיון, און אראפנעמען די אלע העלמות, ואת תורם אויף דעם, אט דאס האט זיך אויפגעטאן בשעת ס'איז געווען די הילולא פון דעם מגיד, וואס דורך אים איז דאך אויך געווארן איין זאך, דער בעל שם טוב מיטן מגיד מיטן אלטן רבי'ן,

29וואס דאס איז דאך אויך מובן דערמיט וואס ס'שטייט דאך דא דעם רבינ'ס השיחה, אז אין ספירות איז דאס על-דרך וואס ספירת הכתר איז דער בעל שם טוב עתיק און דער מגיד אריך און דער אלטער רבי איז דאס חכמה וואס חכמה האט דאך אין דיך דורך אריך האט זי זיך אויך עתיק, ביז וואנענט דאס ווערט איין זאך-א פנימיות אבא ווערט דאס פנימיות עתיק, איז אט דעמאלט האט מען פועל געווען, אז ער איז ארויס

30למעלה, אז ס'זאל קענען זיין די הפצת המעיינות פוצה, דערפאר וואס מ'האט גענומען פון תכלית ומקור שורש נשמתו, במילא ”אין מקרום כל” הגבוה הגבוה יותר איז ער קען דערגרייכן אין תחתון תחתון יותר 'למטה מטה', וואס דאס איז דער ענין פון תורת החסידות, דורך אהבת ישראל,

31אז דורך דעם זאל מען צוברענגען אלע ענינים פון תורה, מיט סודות שבתורה, מיט רזין דרזין שבתורה, אפילו צו א פשוט שבפשוטו מישראל,

32און וואס מ'האט אויפגעטאן אז פריער פריער איז דאך אויך געווען דער סודה פון זאגן זייער אע' פי דער '"לא ידע מאי קאה' בערום זאגן תהלים", און ס'איז געווען כנוגעים ועלות, מיט די אלע ענינים וואס שטייט, ביז וואנענט אז אין שלעה ברענגט ער דאך, אז דער וואס איז ניט שייך צו אנדערע ענינים, איז זאל ער זאגן דעם נעמען פון די מסכתות, און די נעמען פון די חומשים, און די נעמען פון די תנאכ'ן, טוט ער אויף דערמיט בדרך סגולה א דבר גדול ביותר.

33חביד האט אבער אויפגעטאן, אז מ'איז זיך ניט מסתפק דערמיט וואס מ'זאגט גלאט עצות על דרך פון השבעת שמות, נאר מ'וויל אז ס'זאל זיין א ”יחוד נפלא ועצום שאין כמוהו” ”נמצא כלל בגשמיות”, אז אפילו א פשוט שבפשוטו מיט זיין שכל קען עפעס נעמען, אפילו פון רזין דרזין דאורייתא,

34און דורך דערויף איז ער זיך מתאחד מיט עצמות ומהות, וואס דעמאלט מאכט ער אין חוצה א דירה לו יתברך.

35לחיים. לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions