transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1און אין דערויף אויך, איז פאר דעם ”דרך ארוכה וקצרה” זאגט ער דעם סיום דעם ענין פון שבת, וואס דאס איז דאך דער סיום פון תניא וואס איז מסיים קודם ההתחלה בי'ט'כסלו נאכאמאל פון אנהויבס,
¶2וואס דאס איז על דרך ווי מ'האט גערעגט אויך אין סיום השעת והתחלתו, איז דאך דארט די כוונה, אז ס'זאל זיין דער קורא מחזיק ברחתו שעל הקב"ה ממשיך זיין כל הענינים דא למטה, און אויף דערויף זאגט מען ווי אזוי קען ער קומען צום שלום?
¶3דורך דערויף וואס ”כורן את שמה בערבין” און אזוי זאגט ער אויך אין 'פנימיות התורה', אז ווי אזוי קען ער קומען צו ”דרך ארוכה וקצרה” וואס די ענינים פון 'פנימיות התורה' איז דורך די הקדמה פון שבת.
¶4וואס וואס איז דער ענין פון שבת?
¶5איז דאך אז ער טוט זיך אפ פון 'עובדין דחול', וואס דאס איז בכללות דער חילוק פון לימוד נגלה דתורה מיט לימוד 'פנימיות התורה', אז 'פנימיות התורה' דארף האבן הכנות לזה, משא' כן נגלה דתורה איז אט דאס איז משהתינוק 'יודע לדבר' איז אביו ”מלמדי תורה תורה צוה לנו משה”, אן קיינע הכנות.
¶6משא' כנסתר דתורה, 'פנימיות התורה', איז דאך אפילו בא חסידים וואס מ'הויבט אן לערנען, אפילו נאך פאר בר-מצוה איז דאך דאס אבער אויך ניט ווען התינוק ”יודע לדבר”.
¶7וואס דערפאר איז אויך דא דער סדר, אז פאר ארוכה וקצרה שטעלט מען דעם ענין פון שבת, אז ער טוט זיך אפ פון 'עובדן דחול' כל אחד לפי מעמדו ומצבו, און דערנאך הויבט ער אן לערנען די ”דרך ארוכה וקצרה”.
¶8און דארטן איז דער ”ה' עוז לעמו יתר” איז דאך דאס דער ענין פון תורה, אין עוז אלא תורה וואס דאס איז דער ענין פון ברכתו של הקב", ”הוא אסתכל באורייתא וברא עלמא” דורך דערויף ווערן נמשך כל עניני העולם,
¶9און דערפון קומט ער דערנאך צו ”מימתי קורין את שמה בערבי” און צו די עבודת התפילה.
¶10אזוי ווי אין יעדער ענין וואס מ'טוט ווען ער ווערט שוין הגיעה לחינוך ולדעת, איז דארף מען האבן אויף דערויף א התחלה מלכתחילה, על דרך ווי מ'זעט דאך אז דער ענין פון מתן-תורה בכללה, וואס דאס איז דאך פארבונד פון גשמיות מיט רוחניות.
¶11האט מען פריער געגעבן דער ענין פון מצות מילה, וכמבואר בארוכה אין ”תורה אור”, אז דאס איז געווען דער דורכברעכן, אז גשמיות מיט רוחניות זאל ווערן איין זאך דער ”ברית עולם” און אין וואס פאר אן אופן?
¶12”ברית בבשרכם” מבשר הגשמי וואס דאס האט געגעבן די מעגלעכקייט, דערנאך זאל מען אננעמען די גאנצע תורה בכללותה.
¶13וואס אזוי איז אויך אף על פי וואס לימוד 'פנימיות התורה' דארף האבן עפעס הכנה פריער פריער לערנט מען דאך עטלעכע יאר נגלה דתורה, דערנאך הויבט מען אויך אן לערנען 'פנימיות התורה', אבער דער דורכברעגן אין דעם איז נאך פון פריער, וואס דערפאר איז דאך ידוע דער סיפור פון רבי'ן פון שווער, אז בשעת מ'האט אים געלערנט תלוי בית האט מען דאס געלערנט פון שער-בלעטל פון תניא,
¶14וכידוע אויף דערויף דער סיפור, וואס אלוי-בי'ס איז דאך נאך פאר לימוד תורה, דאס איז דאך דער לימוד אותי שבתורה, ווי ער זאגט אין הלכות תלמוד-תורה, אז דאס קומט נאך פאר ”אביו מלמדי תורה”, איז אין דערויף האט מען געווען על דרך ווי מילה איז לשמונה ימים אויף דורכברעכן די וואנט האט מען געלערנט דעם אלוי-בי'ס פון 'פנימיות התורה', פון תורה שבכתב, פון 'פנימיות התורה',
¶15און דערנאך האט מען זיך אריינגעשטעלט אין עולם מיטן סדר מן הקל אל הכבד, פון נגלה דתורה ביז 'פנימיות התורה', פון דעם מיוחר אל המוקדם.
¶16און אט דאס איז אויך די הוראה לכל אחד ואחד, אז אף על פי וואס לימוד החסידות דארף דאך האבן הכנה בנפש, און הכנה במעשה וכמה ענינים בתורה הקדמה לזה, איז דאס איז ווען ס'רעדט זיך וועגן א לימוד מסודר על מנת ”להבין ולהשיג, לעלמוד וללמוד לשמור ולעשות וקיים” פון 'פנימיות התורה'.
¶17די התחלה דארף אבער זיין דער אל"ף דערפון, איז גלייך ווי דער קינד איז נאך א פיצל קינד דארף ער שוין מרגיש זיין, אז ער געפינט זיך אין א הויז וואס דאס איז א חסיד'ישע הויז,
¶18און דאס דארף אים דערנעמען א בבצרכם א ”ברית עולם” אז כל ימיו זאל דאס ביי אים בלייבן גאנץ אט די חסיד'ישע ליכטיקייט און ווארעמקייט און הארציקייט וואס ער האט בא זיך אריינגענומען נאך פון ”בן שמונת ימים” גלייך ווי ס'גייט אריין די נפש דקדושה.
¶19און אין דערויף איז אויך דער תפקיד פון עקרת הבית נאך מער פון בעל הבית, אז די הנהגות הבית זאל זיין ווי א חסיד'ישע הויז דארף זיך פירן אין די אלע דריי ענינים,
¶20סיי אין לומד תורה סיי אין גמילות חסדים סיי אין מתפלל אים הציבור, אז דער ענין פון 'לימוד התורה' איז דא די ראהבת התורה, און מיט א חיות און מיט א לעבעדיקייט, ניט נאר ווען ער זאגט א פלפול אפילו ווען מ'לערנט א פסוק חומש מיט רש", אדער אפילו א פסוק חומש אן רש",
¶21ווייס ער אבער, אז דאס איז 'חכמתו ורצונו' של הקב"ה, דאס איז די תורה מיט וועלכע דער אויבערשטער גיט זיך אפ אידן, במילא איז דאך ”מה להלן באימה ובאיראה וברתת ובזיעא” אט אזוי אויך ווען זי לערנט אלף-בי' מיט די קינדער, איז דאס אויך מיטן זעלבער התלהבות ובזעלבן קאך ווי זי הערט אז מ'זאגט א שיעור,
¶22א גרויסער חכם, אין דער ישיבה און אזוי איז אויך אין עשיית גמילות חסדים, דארף דער קינדער קענען, אז דאס איז א שטוב פון וועלכן ס'גיסט זיך צדקה, ווי גערעדט אין מאמר, ניט אין אן אופן פון מדידה והגבלה, פון מאסר חומש, נאר וואס דען?
¶23אן א מדידה והגבלה, וואס דאס איז דער אמיתית ענין הצדקה.
¶24און אט אזוי איז אויך דער ענין פון המתפלל אים הציבור וכידוע דער סיפור און דער רבי האט דערציילט, אז זיין פאטער האט אים דערציילט מעלות וועגן זיין שווער, דאס הייסט דעם צמח צדק זון,
¶25און האט אים דערציילט די הנהגות אז ער איז געווען אן עדים ביי ר' יעקב ישראל שכסף, האט ער אים געפרעגט ווי אזוי פירט ער זיך אין ענין התפילה, דעם צמח צדק זון, דעם עדים זיינעם, און האט ער אים געענטפערט, אז ער איז זיך משתדל אויף דאווענען אים הציבור.
¶26אין פולין איז מען דאך ניט געוואוין צו אריכות התפילה, איז ער געווען דערפון זייער צופרידן.
¶27דערנאך איז געווען אסיפה, האט ער אמאל אים געדארפט אים האבן, איז ביי אים בא ר' יעקב ישראל און איז שוין געווען נאכן דאוונען, און האט ער געשיקט דער ער ווייס דאך אז דער עדים דאוונט אים הציבה, האט ער געשיקט די משרת בעטן אים אריינגיין צו אים, קומט צוגיין דער משרת צוריק און זאג
¶28האט ביי אים געווען א פלעץ, ווי אזוי איז דא תפילה אים הציבור, האט ער געבראכט נאך א משך זמן רב און געשיקט די משרת נאכאמאל דערויף.
¶29וואס ער האט געקומען צוגיין צוריק און זאגט אז ער דאוונסט נאך.
¶30און וואס דערנאך, ביז וואנענט האט ער געבראכט יפס נאר א משך זמן רב, ביז וואנענט ער האט שוין אפגעדאוועט, און ער האט געקומען צוגיין פרעגט ביי אים דער שווער, ר זאגט ער יא, דער טאטע האט אים געזאגט דער צמח צדק,
¶31האט ער איבערגעגעבן א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, התפילה אים הציבור הייסט לצבור את כל הניצוצות צוזאמענקלייבן די אלע ניצוצות וואס האבן א שייכות צו אים, און דעמאלט זאל ער זיך שטעלן דאוונען מיט די אלע ניצוצות און זיי מעלה זיין און מקשר זיין נפטוני אלקים נפטלתי מיט דעם צו וועמען ער איז מתפלל.
¶32במילא ביז וואנענט ער האט צוזאמענגעקליבן זיין ציבור, איז קיין פלא ניט אז ס'האט געווערט א משך זמן ער האט געדארפט צוזאמענקלייבן אלע ניצוצות, און אז ער האט זיי צוזאמענגעקליבן האט ער געענדיקט דעם דאוונען.
¶33וואט אזוי איז אויך בשעת אז באלעבאס איז זיך ניט אלעמאל צופרידן וואס דער מאן איז בארץ בתפילה בפרט נאך אז מ'קומט צוגיין און מ'דערציילט, אז דער מנין האט אפגעדאוונט מיט א שעה צוריק און מיט צוויי שעה צוריק און מיט דריי שעה צוריק, און דערמאנען נאך אלץ ניטא, איז אויף דערויף איז דא די הוראה פון דעם אלטן רבי'ן, אז דער אמת'ער דאוונען איז, אז ניט נאר ס'דאוונט זיין נשמה,
¶34נאר ס'דאוונט אויך דער גוף, און ניט נאר ס'דאוונט זיין גוף מיט וועלכע די נשמה איז ליכטיקער און קלארער די אלע זיינע ענינים וואס זיינען ביי אים אין הויז, און אלע זיינע ענינים וואס זיינען ביי אים מסחר.
¶35און בשעת ער שטעלט זיך דאווענען דאווענט ער מיט זיין גוף און מיט זיין 'נפש הבהמית' און מיט זיין מסחר, ובכל עניני ביתו, און אט די אלע איז ער מתפלל און איז זיי מעלה און איז זיי פארבינדט זיי איז זיי מקשר מיטן אויבערשטן.
¶36איז דאך קיין וואונדער ניט, אז אויב ער איז א גרויסער גויה דארף ער דאוונען מיט א שעה ליינגער, ווארום ער האט נאך אזויפיל דאלערס וואס ער דארף מעלה זיין, אויב ער רחמנא ליצלן הקאפצן האט א סך חובות דארף ער דאך אויך מעלה זיין אזויפיל חובות איז דאס אמאל נאך שווערער ווי מ'דארף מעלה זיין אייגענע געלט בשעת ער דארף מעלה זיין יענעמס געלט.
¶37ובכללות הענין, אז אט דאס איז וואס דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל” למציבור וואס דאס איז די שטעל וואס ס'דארף זיין אין א חסיד'ישער הויז איז אט דעמאלט שטעלט דאס אויף דעם ענין,
¶38אז ס'זאל זיין דער ”דרך ארוכה וקצרה” ניט נאר ביים בעל הבית, נאר אויך ביים רעקרת הבית און דערנאך ביי די בני-בית, ביז א ”תינוק בן יומו”,
¶39אז ס'זאל אויסוואקסן און געדענקען און ס'זאל ווערן איינגעקריצט במוח זכרונו ובלבבו עד יומי האחרון עליה אדמות, אז איקרי קאי אז ער איז פארבונדן דורך 'פנימיות התורה' מיט דעם פנימיות הקב"ה, און דערמיט גייט דאך דורך זיינע אלע שבעים שנה און שמונים ”שנה, ואם בגבורי שמונים שנה” ”והיו ימיו מאה והשרים שנה”,
¶40אין אן אופן פון 'מרחב העצמי', ווארום דארט איז דאך לא תמן לא מפלוקת ולא קושי און ער קומט-צו צו דעם ”ה' בדד ינחנו ואין” אמו כל נוכר אז ס'איז ניטא קיינע ענינים המבלבלים, ער און דער אויבערשטער במילא האט ער דעמאלט א בני חיי ומזוני רויחא, אויך כפשוטו בגשמיות.
¶41און אט דאס איז אויך וואס בשעת ס'איז דא די הקדמה די עניני שבת וואס ער טוט זיך אפ פון עובדון דקול פון ממית שינף בחלב עמו וואס דאס איז דער ענין פון דער אלער בי"ס פון שעת-בלעטל פון תניא,
¶42וואס דאס איז דאך דער ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” ביז אין 'עולם הזה' הגשמי אט דעמאלט גייט ער אויפן 'דרך ארוכה וקצרה' בעזר השם יתברך און ער קומט ביז לתכליתו, וואס דאס איז דורך דעם יפוצו מעיינותיך חוצה צו דעם קאתי מר מלכא משיחא, במהרה בימינו ממש.
¶43לחיים.