עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

78 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מצאי ”שבת חנוכה, מ�אי שבת” פשטות וישב תשמ", ס'איז דאך א התוועדות פארבונדן מיט כמה וכמה ענינים וואס טרעפן זיך אלע צוזאמען בזמן הזה,

2איז דאך לכאורה דא כמה סברות פון וואס פאר אן ענין אנצוהויבן, און אין וואס ממשיך זיין לאחרי זה, איז פון ריבוי הענינים, כמדובר לעיל,

3וואס דאס איז דאך שבת מבוארפן החודש, און חנוכה, ומוצאות שבת בכלל, און דערצו דער שבת וואס קומט נאכן שבת פון יו טס כסלו, און אויך דער יום ראשון דער חנוכה, וואס ער איז דאך כולל ”כל ימי חנוכה”, כאיז פארשטאנדיק אויך פון פשטות,

4הענינים וואס דער נס איז געווען, וואס ביום ראשון האט מען געפונען אט דעם פאך פון וואנענט מ'האט דערנאך איד לקו בו שמונה ימים איז דאס שוין געווען געפונען ביום ראשון.

5און ווי דער מיטעלער רבי איז דאס מדגיש נאך בפרטיות מיט נאך כמה ענינים, כולל אויך וואס מ'זאגט דאך וואס דאס איז דאך די התחלה ווי מ'האט אנגעהויבן לייענען אין לאחרי חצות היום פון שבת,

6וואס דעמאלט איז שוין פארבונדן מיט מוצאי שבת, דער ”ויהי מ'קץ שנתיים ימים” וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט די גאולה העתידה לבוא ווען ס'וועט זיין דער קץ פון גלות און ס'וועט קומען דער 'קץ הימין',

7איז דערפאר פון דעם ריבוא הענינים וועט מען אויסקלייבן ן ענין וואס ער איז פורץ כל הסדרים וההגבלות, דער ענין השמחה, וואס דאס איז דאך פארבונדן אויך מיט דער הפטורה פון דעם שבת, וואס הויבט זיך אן מיט ”רני ושמחי בת ציון” און מ'זאגט אז דאס איז די הפטורה פון שבת פרשה חנוכה?

8אן קיין אונטערשיב וואס פאר א פרשת השבוע דאס איז, איז וויבאלד אז דאס איז שבת חנוכה, איז די הפטרה שלו, וואס הפטרה איז דאך דער סיום הקריאה פון תורה שבכתב איז הויבט זיך אן מיט רני ושמחי ביז וואנענט אז אפילו ווי בקביעות שנה זו, אז ס'איז דא בחנוכה שתי שבתות,

9איז אויך די ערשטע הפטרה פון שבת ראשונה, וואס כאמור דאס איז ”יום ראשון של” חנוכה הויבט זיך אויך אן פון רני ושמחי וואס דאס איז דאך בפשטות דער ענין סיי רני און סיי שמחי איז דאך דער ענין השמחה,

10וואס על דער לעופי המליצה אדער לחיזוק הדבר איז ער כופל דעם ענין, און אין דערויף איז דאך דא די שייכות מיוחדת לחנוכה, וואס מ'פארשטייט איר דוקא פון דעם קשיא שבדבר, ווי דער אלטער רבי פרעגט דאס בספרו ”תורה אור”

11וואס דאס איז דאך אויך על שם הכתוב, דער שם הספר, לשון פון דעם פסוק ”נר מצוה ותורה אור” וואס האט דאך אויך א שייכות מיוחדת צו חנוכה, כמובן פון דרושי חנוכה, און אויך פון פשטות הענינים,

12און אויך ווי די גמרא זאגט אין שבת ברענגט אראפ דעם פסוק פון ”נר מצוה ותורה אור” און אין מפרשי השס בקשר צו נרות שבת און צו נרות חנוכה.

13וואס די שאלה פון דעם אלטן רבי'ן איז, אז לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, די שייכות ההפטרה מיט חנוכה איז על שם וואס דערנאך איז זיי אין דער המשך הכתובים זאגט ער ”ראיתי מנורת זהב כולה” און דערנאך שבעה ושבעה מוצקת וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט די מנורת בית המקדש,

14וואס דערפון האט זיך אנגעהויבן דער נס חנוכה, פארבונדן אויך מיט כללות ישראל וואס זיי איז געגעבן געווארן וגאולה על ראשה און ווי מ'טייטשט דאך אפ די ביידע לשונות, ”גאולה לשון גלות”,

15און גאולה אויך, אז מ'שטעלט אריין אן א' לשון גאולה, ווי דער אלטער רבי איז אויך מבאר בארוכה אין די דרושים אויף די כתובים, האט דאך לכאורה געדארפט אנהויבן די הפטורה פון די פסוקים כתובים, וואס זיי זיינען טאקע אין דעם קאפיטל, אבער וואס זיינען שייך, און בהקדם שייך בתוכנם, צו דעם ענין ראיתי 'מנורת זהב' כולם.

16די כמה פסוקים בתחילת ההפתורה, אנהויבנדיק פון דעם פסוק רני ושמחה כמה פסוקים לאחרי זה האבן לכאורה קיין שייכות ניט, קיין שייכות מיוחדת לענין החנוכה.

17און מ'איז דאס מסביר, אז דער ענין החנוכה האט א קשר מיוחד ובהדגשה פון ”רני ושמחי בת ציון”,

18וואס יש עוד להנתיק בזה, אז ער ברענגט דאס ארויס דוקא לאחרי השאלה, ווי מ'געפינט דאך כמה דרושים אין חסידות, אז מ'הויבט גלייך אן זאגן די הסברת הענינים אן הקדמת השאלה.

19אט דא פרעגט ער פריער א קשיא ושאלה, און דערנאך פארענטפערט ער דעם ענין, וואס בכללות איז דאך דאס אויך דער אויפטו פון חנוכה, אז פון דעם חושך וואס תהמו ”כל השמנים שבהיכל” איז דעמאלט האט מען געפונען דעם פך אחד חתן בחתמו של כהן גדול, אן וועלכן ס'איז ניט געווען קיין אפשריות, פון אן ענין של נגיע אפילו.

20און דאס האט דערנאך געווען, למעלה מ”דרך הטבע, אליקו” בו שמונה עמים אף על פי וואס ”לא היו בו, להדליק אלא יום אחד”.

21וואס דער ביאור פון דעם אלטן רבי'ן איז אויך על דרך זה, אז דא שטייט דארט די לשון ”רני ושמחי בת ציון” אז ווען אידן געפינען זיך אין א מעמד ומצב,

22אז ניט זיי ווערן אנגערופן ציון וואס ציון איז דאך דער אפטייטש אז ציון וסימן אז זיי זיינען א ציון וסימן פון דעם אויבערשטן און פון געטלעכקייט בעולם הזה

23דורך דערויף וואס זיי פירן זיך אין די ג' כוין שעליהם ”העולם עומד”, און ווי מ'ברענגט דאך בכמה מקומות דער מאמר הירושלמי, אז מ'געפינט ניט אז אידן ווערן אנגערופן ציון סיידן אין פסוק, וואס דארטן זיינען דא די אלע ג' כוין,

24”לומר לציון עמי אתה” ווען ס'איז פאר דערויף ווי דערמאנט דארטן די עבודת הקרבנות דער קבל האמצעי, און וואס אין דברי בפיך ו בצל ידו כתשיך 'ולינטוע שמים וליתוד ארץ' וואס ושים דברו בפיך איז דאך דאס דער קו התורה,

25וצל ידו כתשיך די מצוות וואס זיי זיינען דאך א לבוש און א מכסה און א מגין בפני ענינים בלתי-רצויים, ”ולינטוע שמים וליתוד ארץ” וואס דאס איז דאך דורך דערויף, בזכות הקרבנות,

26דער קו העבודה, ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר בכמה מקומות, אויך אין דעם דרוש הגאולה פון ”ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה” איז דא אזא מעמד ומצב ווי ס'איז געווען דעמאלט ווען ס'האט געדארפט זיין דער נס,

27אז ”תימו כל השמענים שבהיכל” מ'האט ניט געקענט מאכן ליכטיק אז מ'זאל זען דעם ציון וסימן, ווי אזוי דא למטה איז מען דאס בדוגמא שלמעלה.

28וואס אין דערויף איז דאך דא דער 'תכלית השלימות', בדוגמא ווי ר' שמעון בן יוחאי האט געזאגט ”אנא סימנה בעלמא” עד כדי כך א סימן, אז מ'האט אים אנגערופן מאן ”פני האדון הוי'” איז דא ר' שמעון בן יוחאי כמבואר בארוכה אין די דרושים פון ליג בעומר,

29דערנאך איז דא סימנים בדרגת שלמטה מזה, ס'ווערט נאך אבער אלץ אנגערופן בשם סימן בציון דערפאר וואס ס'איז נאך אלץ דא די ג' כוין, וואס דורך דערויף איז לימטי ”שמים וליסוד ארץ” און וואס אין ”דברו בפיך ובצל ידו” כי תשיחא על כל פנים אין דעם מעשה אף על פי וואס פעלט אין עבודה נעלית.

30דערנאך איז דא אזא מעמד ומצב וואס מ'ווערט דעמאלט אנגערופן מערניט ווי ”בת ציון”.

31וואס 'בת ציון' האט דאך טאקע אויך דעם אפטייטש, על דרך ווי גערעדט פריער בדוגמא ווי מ'זאגט בן חורין איז דאך דאס דער פשט אז ער איז א מענטש וואס געפינט זיך אין א מצב פון חירות,

32על דרך זה זאגט מען דאך אויך בת חורין על דרך זה קען מען דאך אויך טייטשן אויס דעם אפטייטש פון ”בת ציון” אבער אף על פי כן איז דאך דאס שלא בדומה,

33אפילו אז מ'טייטשט דאס אפ 'בת ציון' בדוגמא פון בת חורין איז דאס אינו בדומה ווי זי ווערט אנגערופן ציון אן דעם ווארט בת,

34וואס דעמאלט שטייט מען דאך ניט בספק און ס'איז ניטא קיין מעגלעכקייט אויף אן אנדער אפטייטש א בת און מקבל, א בת ווי דאס באווייזט אויף אן ענין של חולשה בעבודה ובתוקף ובכח ובגבורה.

35וויבאלד אז דא איז דער פסוק מדייק דוקא זאגן בתציון וואס דאס איז דאך אין געציילטע פסוקים איז אט דא זאגט דער פסוק דעם חידוש, בדוגמא ווי ס'איז געווען דער חידוש אין ימי חנוכה, ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר בארוכה אין די דרושים על הכתוב,

36און דערנאך אויך די נשיאים ממלאי מקומו, דער מיטעלער רבי און די נשיאים שלאחר בספרו ובמאמרים שלהם, אז אפילו אין א מעמד ומצב וואס אידן שטייען, וואס זיי ווערן אנגערופן בשם בתתין דערפאר וואס דאס איז ניט א ציור וסימן בגלוי.

37קען מען דאך דעמאלט חס ושלום מיינען, אז ס'איז ניט ”קרוב אליך הדבר מאוד” ואדרבא דאס איז ווייט און דאס איז שווער וכו זאגט מען,

38אז ”קרוב אליך הדבר מאוד” ניט נאר לעשותו נאר אויך בפיך ובלבבך וואס דאס באווייזט דאך אויף אן ענין פון עבודה נעלית, פארבונדן אויך מיט דיבור און מיט מחשבה, ביז אין לבבך מיט צוויי בייטן'ס בשני יצריך,

39מיט כוונה ביז כוונה בשלימות, איז אפילו אז מ'געפינט זיך אין אזא מין אופן, אין אזא מין מעמד ומצב, 'בת ציון' זאגט מען, אז אף על פי כן קען זיין ניט נאר די עבודה, נאר אויך די עבודה ביז אין אן אופן פון רני ושמחי.

40וואס בפשטות איז דאך דאס אן עבודה נעלית ביותר, אז ער שטייט אין א שמחה, וואס שמחה איז דאך פורץ גדר, למעלה מכל מדידה והגבלה.

41וואס דא ווערט דאך די שאלה היתכן, מ'רופט אים אן און מ'זאגט אים אין ”תורת אמת”, אז ער שטייט אין א מעמד ומצב ניט פון צי נאר בת צי און דערנאך זאגט מען, אז ניט נאר ער האלט ב”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” נאר ער האט אויך דערביי דער ענין פון רני ושמחי

42ובפרט נאך ווי דער אלטער רבי איז מבאר דאס, על יסוד הלשון הידוע וואס ווערט געבראכט בשם הזהר, אז ”רננה ברמשם און שמחה בצפורה” אז אף על פי וואס דאס איז דאך שמות נרדפים אויף ענין השמחה,

43וויבאלד אז דאס איז באזונדערע ווערטער, איז דאך דאס גופא מכריח, אז דאס האט אין זיך א באזונדערקייט נוסף אויף דעם ענין השוה שביניהם איז די באזונדערטקייט איז באשטייט, אז דאס איז אן עבודה וא שמחה וואס איז פארבונדן מיט רמשא און מיט ערב ולילה, און דאס איז אן עבודה וואס איז פארבונדן מיט ספרא ויום.

44וואס דער חילוק איז דאך, אז בשעת ספרא איז ביי אים דער וועג, קלאר פאר אים ס'איז ליכטיק אפילו אין וועלט, על אחת כמה וכמה אז ביי אים איז ליכטיק ”את המעשה אשר” יעשו ואלה ”אשר לא תעשינה” בשעת ס'איז רמשה, און ער ווייס און פילט אויך אז ס'איז רמשה איז דאס היפך הדברים,

45אז אף על פי וואס דער מצב הדברים בלילה שטייען זיי דאך אויף די זעלבע ערטער, צי דאס איז מקום הקדושה אדער מקום ההיפך, איז דורך דערויף וואס די זון איז פארגאנגען אדער ניט פארגאנגען, ווערט דער מקום הדברים אויך ווי דער רמב"ם טייטשט אפ מקום פון לשון מעלה ווערט דאס ניט נשתנה.

46בהנוגע אבער צו הנהגת האדם, וויבאלד אז דאס איז רמשא איז אט דעמאלט בלאנדזשעט ער, במילא קען ער רחמנא ליצלן פארבלאנדזשען.

47וואס דאס איז אויך די ביידע ענינים פון רני ושמחה, אז ס'דארף דאך זיין ”עבדו את ה' בשמחה ובואו לפניו ברננא” וואס ביידע, כאמור, איז דאס שמות נרדפים פון שמחה איז אין דערויף ווי ער איז מבאר דער חילוק,

48אז בואו לפניו אז מ'דארף ארויסנעמען פון חושך, און מ'דארף דאס ברענגען צו דער ליכטיקייט פון אלקות צו געטלעכקייט, בואו לפניו די עבודה פון רענשא,

49איז אט דעמאלט, ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ דארף דאס זיין ברננה אט דאס איז די שמחה ווי מ'נעמט ארויס אן ענין פון ווי ער שטייט בהעלם והסתר, און האט אויף זיך מסכים והעלמות והסתרים, ומזבח לפניו מ'ברענגט דאס צו דעם אויבערשטן, צו ג-טלעכקייט.

50און אט דאס איז די עבודה פון ליננה ווי דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן איז למטה למעלה ער געפינט זיך אין א מעמד ומצב פון מטה ער ווייס אב ער אז ער קומט אהינצו 'מאיגרא רמה' און ער קומט אהינצו מיט א שליחות,

51איז אפילו אז לפי שעה האט ער פארגעסן אויף דערויף, און ביי אים איז געווארן רמשא איז האט ער דעם גאנצן כח און דעם גאנצן שטורעם אז ס'זאל זיין דער ביאו לפניו און די עבודה בזה איז, זאל אויך זיין ווי עבודה פון יעדער מצוה,

52איז דאך ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ, אז יעדער מצוה דארף געטאן ווערן מיט א שמחה ”של מצוה, אף על פי” וואס דאס איז אן עבודה גדולה היא ביז וואנענט א שמחה פון מפזסת ומחרכו ווי ער ברענגט דארט אראפ אויך דעם פסוק, וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק וואס פאר א דרגא פון שמחה ס'פאדערט זיך בא יעדער מצוה,

53אפילו מצוות וואס זיי זיינען 'מלמטה למעלה', און ווערן ניט אנגערופן די שמחה שלהם, ”אין שמחה גופא” בדרגת השמחה, נאר בדרגת הרוננה אף על פי כן איז דאס אויך א שמחה מיט די ענינים וואס זיי ברענגען ארויף דעם בואו לפניו פון 'למטה מטה'.

54על דרך זה אויך דער שמחה בצפרא, אז אפילו ווען ס'איז ליכטיק, מוז מען דאך אבער האבן דער ”מעלין בקודש” ווי ליכטיק ס'זאל ניט זיין האט א איד א שליחות מאכן נאך ליכטיקער, און ווי קדוש ס'זאל ניט זיין דארף ער נאך מעלה זיין בקודש ווי דאס איז אויך מודגש במיוחד אין קיום פון מצוות חנוכה,

55כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מ'האט אנגעצונדן במוצאי שבת זה צוויי ליכלעך, צוויי נרות חנוכה, האט מען דאך מקיים געווען ”מצות הדלקת נר חנוכה” אויך מיט דעם אופן און מיט דער הדגשה, אז ער געהערט צו די וואס זיי זיינען מהדרין מן המהדרין.

56די ערשטע נאכט איז דאס ניט ניכר.

57מוצאי שבת איז דאס ניכר אז ער איז מקיים 'נר חנוכה' אין אן אופן פון מהדרין מן המהדרין ער ווייס אבער גלייך, אז גלייך אויף מארגן דארף ער צינדן און מהדר זיין מן המהדרין נאך מערער ווי ס'איז געווען איצטער, און מוסיף זיין נאך בנר ואור מיט אלע ענינים וואס זיינען דערמיט פארבונדן.

58על דרך זה אויך, אז מ'זאגט אז ס'איז בצפרא, ביז מיט אלע מעלות וואס ס'איז דא, ”ויקרא אלקים לאור יום” אז ס'איז ליכטיק מיט'ן אמת'ן עור, נר מצוה בתורה אור.

59זאגט מען, אז אין דערויף דארף זיין אן עבודה פון א אידן, און אזא עבודה מיט א חידוש וואס ער טוט-אויף, ביז וואנענט אז דאס ברענגט אים צו שמחה, ווארום ער האט פורץ גדר געווען אין זיין הנהגה,

60בדוגמא ווי גערעדט פריער ער האט אנגעצונדן צוויי און דערנאך צי איז ער מוסיף אין דעם אבדא מהדרין מן המהדרין על דרך זה אויך בכל המצוות כולם דארף מען דאך אויך, כאמור, דער ענין פון ”להעלות בקודש” ביז אין דעם ”להעלות בקודש” קען דאך אויך זיין מיט א מדידה והגבלה,

61חובתו ועמלנה וקיימנה וואס די גמרא זאגט אין סוטה איז דאס ניט אן עבודה כדבעי, נאר ס'דארף זיין אין אן אופן וואס ער ברעכט זיינע הגבלות, אפילו מדידות והגבלות פון קדושה,

62ביז וואנענט אז דאס רופט ביי אים ארויס א שמחה, ביז וואנענט אז ס'ווערט א שמחה גדולה.

63וואס דאס איז דאך אויך א ביאור.

64לכאורה שמחה האט א שייכות צו פורים, ניט צו חנוכות.

65חנוכה איז ענינה אורה, און פורים איז עניני שמחה.

66און בא חנוכה איז דאך אויך אורה אין אן אופן פון מהדרין מן המהדרין ביז וואנענט אז דאס איז געווארן דער לשון פון רמי א מנהג פשוט בא יעדער אידן.

67משא' כפורים איז אויך דער ענין השמחה, און אויך אין אן אופן פון ”מהדרין מן המהדין” ”חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע”.

68אף על פי כן זאגט מען, רני ושמחי און דאס ווערט א הפטרה פון חנוכה, און דאס רופט ארויס א קשיא מיט א שאלה, לכאורה וואס איז דא די שייכות?

69און פון אט דער קשיא מיט דער שאלה ווערט אויפגעבויט א נייער ענין אין תורה, מיט א ביאור, מיט נאך א ביאור, מיט נאך א דרוש, מיט א המשך בדבר, מיט אריכות הביאור, וואס זיי זיינען מקרב דעם 'קאתי מר דא מלכא משיחא' דורך די התעמקות בזה און הפצת המעינות בכלל,

70ובפרט בנוגע צו חנוכה, איז דאך דאס דער ענין די תורה פון הלכות חנוכה אין 'פנימיות התורה'.

71וואס דאס איז אויך בפשטות, כמדובר כמה פעמים, אויף אראפברענגען יעדער ענין צו א מעשה בפועל, אז אף על פי וואס חנוכה איז דאך על פי ההלכה, כאט ס'איז דא ראשונים וואס זאגן אז דעמאלט איז אויך דא שמחה,

72איז דאך די הלכה אבער אז חנוכה איז ענינה אורה, און פורים איז ענינה שמחה, אף על פי כן איז מען דאך מוסיף, אז כתב שמחה דארף מען אפילו האבן על פי ההלכה, דאס איז אבער על כל פנים על דרך הצחות ווי דאס שטייט אין מדידה והגבלה, נאר מדידה והגבלה פון תורה.

73בשעת מ'דערמאנט זיך אויף די הפטורה, וואס תורה הייסט זאגן הפטורת ”רני ושמחי, בת ציון” דוקא בימי חנוכה.

74איז דאך דאס גופא א הוראה, אז בשעת א איד זאגט די הפטורה, אדער הערט די הפטורה, און איז מחליט אז ער גייט ארויס און פורץ גדר, ביז וואנענט ער איז אויך פורץ אט דעם גדר,

75אז חנוכה איז מערניט ווי אורה און שמחה איז מערניט ווי קצר שמחה, און די איבעריקע איז דארף מען דערצו זוכן הסברים וביאורים, שמחה של מצוה וכו איז בשעת ער פראוועט דעם רני ושמחה ווי ס'דארף-צו-זיין, און פארבינדט דאס מיט שמחה של מצוה ווערט דאס א הלכה אין תורה,

76אז מ'דארף גאר ניט האבן אויף דערויף קיין הסברות וביאורים, וויבאלד ער פארבינדט דאס מיט א מצוה וואס דאס איז ימי חנוכה, און וואס מ'זאגט איבער א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן,

77ביז נשיא דורנו פון דעם רבי'ן דעם שווער, און מ'דערמאנט מלכא משיחא אין דער צייט פון סעודתא דמלכא משיחא, וואס דאס איז דאך מוצאי שבת איז דאך אט דעמאלט ווערט דאס א שמחה של מצוה, ביז וואנענט אז דאס ווערט אויך א הקדמה קרובה צו 'קאתי מר דא מלכא משיחא',

78וואס דעמאלט וועט דאך זיין ”ושמחת עולם על ראשם”, ובמהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions