English
ספרייה
kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בהוספה אויף די ברכות וואס ס'האט זיך גערעדט פריער, וואס ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדער איד, ובפרט אט די וואס געפינען זיך איצטער אין דעם זעלבן בית הכנסת ובית המדרש ובית של מעשים טובים, זיינען אויך נכלל אין די ברכות, וביתר שאת וביתר עוז, מיט די ברכות הבאים להלן, וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן בני-מצוה און בנות מצוה, וואס זיי זיינען איצטער גייען אריין, אדער שוין אריין, אין דעם חיוב און אין דעם זכות פון מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות אלס מצוה ועושה, אדער די זעלבע זאך בנוגע צו בת-מצוה, אז ס'זאל זיין בהצלחה רבה ומופלגה. און ווי דערמאנט פריער, לויט די פרשה אין חומש פון יום רביעי פון היינטיקן טאג, אז זיי זאלן מקיים-זיין בחלקם בעולם וואס ס'רעדט זיך דארטן וועגן ויחישוה, און אויך פועל זיין אויף חלקם בעולם, ווי דערמאנט אויך אין די פסוקים פון דער זעלבער פרשה, און טאן די אלע ענינים אין אן אופן פון הליכה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים