transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1און ברם עקבו.", מ'געפינט זיך דאך אין ג'תמוז, וואס כמדובר כמה פעמים, און שוין אויך אפגעדרוקט, איז דאך דערנאך ארויסגעוויזן, אף על פי וואס בשעת מעשה האט מען געוואוסט וואס איז דער פירוש הדברים, און דערנאך איז דאך געווען דער המשך הענין, אז דאס איז געווען התחלת הגאולה, און א פתיחה אויף דער גאולה, אז ס'איז נתהפך געווארן פון היפך החי'ממש, וואס דאס איז דאך געווען דער ערשטער קא סלקא-דעתך, און דערנאך איז געווארן שינויים בזה, און דערנאך איז געווארן דער ענין, אז אנשטאט צו זיין אין בית הכלא, אין בית האסורים, איז ער געווען לעיר מכלטה, אויף עטלעכע טעג, און ער ארויס פון בית האסורים איז געווען בית שלשה בתמוז, כמסופר און שמבואר און דערציילט מיט אלע פרטים שבדבר, און הימים האלה מזכרים ונעשים לכל שנה ושנה, אז אף על פי וואס דער הויבט פארברענגען דער הויבט די התוועדות מאכט מען דאך י'בית-י'ג'תמוז, און בערב זה הואו איז די התחלה בזה, און וויבאלד אז דאס איז די התחלה, וואס דאס איז דאך אויך אן ענין של פתיחה, אז ס'הויבט זיך אן א נייער סדר אין הפצת המעיינות חוצה, ווי דערנאך האט זיך ארויסגעוויזן, אז דעמאלט איז געווען אויך אין חצי כדור התחתון, איז ווי אזוי איז געווען די מעגלעכקייט אויף אנצוקומען אהערצו אין חצי כדור התחתון, האט מען דאך געדארפט דורכגיין אויך לבושים פון דרך הטבע, וואס על פי דרך הטבע האט דאס געדארפט זיך אנהויבן אין אזא אופן, און דערנאך איז געווען גלייך דערנאך די השתדלות מכל ארבע קנפות הארץ, וואס ס'האט דערנאך געבראכט נשיא דורנו, אין חצי כדור התחתון, וואס דא איז געווען די שלימות פון יפוץ המעיינות חוצה, דארף מען דאך האבן ניט נאר אין ערגעץ רוי
¶2אדער אפילו אין כל הכדור כולו, נאר אדרבא בעיקר איז גאר ווערט דאס למטה מטה ביותר, וואס דאס איז דער חצי כדור התחתון, וואס דארט איז כידוע דער פתגם פון נשיא דורנו וואס ער האט דאס געבראכט, אז מתן תורה איז דארט ניט געווען, דאס איז געווען אין חצי כדור העליון, וכמבואר און אויך מדובר בארוכה. וואס דערפאר איז מען דאס אלעמאל מקשר אויך, ווי דיבור כדעם זה, אויף חותם-זיין מיטן ענין של צדקה, וואס צדקה איז דאך אויך כוללות כל הענינים, איז דאך דער ענין בא דעם אויבערשטן איז אלץ וואס דער אויבערשטער טוט איז דאך דאס מערניט ווי מצד צדקה, ווארום מי יקדים עמים והשלם וכו ביז וואנענט אויך אז דערנאך קומט דאס אראפ אין צדקה כפשוטה, אז דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און אלע אידן, בפרט נאך דערצו כלל ישראל, און מ'מאכט נאך דערצו די פאסענדע כלים, איתר מידו המלאה הפתוחה והקדושה והרחבה, וואס דער דין בא צדקה איז דאך אז ס'דארף זיין בהישג יד הנותן, איז דאך פארשטאנדיק, אז די צדקה וואס דער אויבערשטער גיט איז דאס איז בהישג יד פון דעם אויבערשטן ביז אין עצמות ומרות, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ווי דאס קומט אראפ בפועל, אף על פי וואס די התחלה ווייזט זיך אויס, אז ניט אין אזא אופן, איז דאך בטוח דער אויבערשטער, אז ער וועט מקיים-זיין מה שהוא מצוה לאחרים לעשות איז ער דער ערשטער וואס מאגט דאס אזוי, וסוף-כל-סוף, בא יעדער אידן וועט זיין די הרחבה בענינים גשמיים בפשטות, אין בני חיי ומזוני רויח ביז ממונו של אדם אויך בפשטות, כאמור בהישג יד פון דעם נותן הצדקה, על אחת כמה וכמה אין די ענינים רוחניים, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט ארבעים שנה, וואס דעמאלט ארבעים שנה איז דאס פארבונדן פון נתן לכם הוי'לב לדעת ועיניין לרות וואס מים לשמוע,
¶3און דערנאך ווערט דאס אזוי נמשך און מ'גייט דערנאך אריין אין ניסים גלויים, ביז ניסים אפילו גרעסער פון די ניסים פון מצרים, פון יציאת-מצרים, אויך נפלאות, וואס דערפאר איז דאך אויך מרומז גלייך אין די שנה וואס מ'גרייט זיך שוין צו איר, אז דאס איז פארבונדן מיט אן מום, און דאס איז פארבונדן מיט ניסים נסעו לו, איז הויבט שוין אן די הכנה צו דער שנה, אויך אין שנת פון תשמיט תידך, כמדובר בארוכה, און גלייך נאך דערויף אין שנת תשמיט תשמיט תשמיט תשמיט תשמיט ניסן, ביז ניסן אפילו בערך פון די ניסים אין נפלאות, ווי ס'איז געווען אין יציאת-מצרים, כמדובר כמה פעמים, ובפרט נאך אז יעדערער איז זיך משתדל בעבודתו לעצמו, אז ס'זאל ווערן ביי אים א הנהגה ניסיות לגבי הנהגתו ווי ס'איז געווען לפני זה, וואס ס'איז געווען אויך א הנהגה ניסית וההגה פון יעדער אידן, על אחת כמה וכמה אין די וואס ער איז דער לעצטער פון גלות, און דער ראשון אויך פון גאולה האמיתית והשלימה, וויבאלד אבער אז ס'איז שוין דורכגעגאנגען די הנהגה מאה פעמים ביז מאה פעמים ואחת אפילו, דעמאלט איז ווערט דאס שוין ניט אט דער ענין א נס וואס דאס מיינט מען בפשטות, וויבאלד אז ס'רעדט זיך וועגן די ניסים, און הויבט דאס גלייך אזוי אן בהנוגע צו לימוד התורה, סיי נגלה און סיי חסידות, על אחת כמה וכמה אין יפוצא הפצת התורה, און דערנאך אויך לימוד מביא לידי מעשה אין הידור בקיום המצוות, אויך אין אן אופן פון נרים נשיא על ההרים און דערנאך, ווי דער אויבערשטער אויך גיט מדילי די אלע יעודים גשמיים וואס זיי זיינען דאך פארבונדן און מאכן נאך לייכטער דער לימוד התורה און קיום המצוות אין אן אופן פון ניסים, למעלה מניסים, כמדובר כמה פעמים ותיכף ומיד ממש, און די החלטה טובה, וואס מ'קען דאך ניט אפשאצן דעם כח פון א אידן
¶4בפרט נאך, אז דא דארף מען ניט אפשאסן. דער רמב״ם פסח'נט דאס אין הלכה ברורה, אז דורך מעשה אחת, אפילו דיבור אחד, אפילו מחשבה אחת, איז ער מכריע דעם קו שקול פון עצמו און דעם קו שקול פון כל העולם כולו, און מביא ישועה והצלה, בפרט נאך, ווי מ'האט דאך געהערט דברים ברורים פון נשיא דורנו, אז מ'וועט פארענדיקן דעם פוצן די קנעפלע איז אט דעמאלט איז א זיכערע זאך אז ס'קומט תוכף-למיד משיח צדקנו, צוזאמען מיט די גאולה האמיתית והשלימה בגלוי ממש, ביז אין אן אופן פון מראה באצבע ואומר זה, ביז אין א כופל'דיקן זה, ביז אז ס'ווערט אויך אין כל הענינים ביים ארויסגיין פון גלות, זה הוי'קוינו לו אין אגילה ונשמחו בשעתו און דערנאך דעם צווייטן, צווייטן זה, וואס ס'הויבט אויך אין המשך אין דעם זעלבן פסוק, און דאס פארענדיקט די מסכתא תענית, און ווי דער רמב'ם פסק'נט אפ, אז די תענית איז דאך וואס דאס איז דאך אויך כולל כל ענין הגלויות, איז נוסף וואס ס'ווערט פריער דער ביטול הצומות, ווערט גלייך דערנאך אז יהפכו למועדים לימים טובים למודים ולימים טובים, והאמת והאהבה האהבו, תושב ומיד ממש ווערט בטל די סיבת הגלות, דורך אהבת ישראל, ביז אחדות ישראל, בפרט אז דאס ווערט פארבונדן מיט אמת, ביז אמת לאמיתו, און מ'איז פארשפאר דעם רעדן אין דעם, ווארום מראה באצבעו ואומר זה און דאס איז דאך אויף יעדער אידן געזאגט געווארן דארף ער גאר ניט באווייזן א צווייטן אידן, ער באווייזט די ענינים גשמיים וואס ארום זיך, אז זיי זאלן אויך דערהערן אז זה הוי'כוינו לו, נגילה ונשמחה בשעתו, און דעם צווייטן מאל זה, כפליים לתושי,' מתוקף ומיד ממש.