transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1וואס דאס איז דאך אויך דער איינפאכער אפטייטש און אינהאלט פון גאולה, בפרט נאך אז כל עניני גאולה איז דאך 'חד הוא' על דרך ווי די גמרא זאגט בנוגע צו כמה ענינים וואס האבן דעם זעלבן נאמען, ”אשר יקראו לו בלשון הקודש”,
¶2וואס דעמאלט איז דאך ווי תורת הבעל שם טוב א נאמען וואס על פי ניט הסכמים, וואס מ'האט זיך צוזאמענגערעדט מ'זאל דאס אזוי א נאמען געבן צווישן בני-אדם נאר דאס איז א נאמען וואס איז געבראכט אין תורה, וואס דאס איז ”חכמתו ורצונו של הקב"ה” זאגט דער בעל שם טוב,
¶3אז די אותיות פון דעם נאמען און דער אינהאלט פון דעם נאמען זיינען מחי' ומהבה ומקיים די זאך וואס ווערט אנגערופן מיט דעם נאמען.
¶4וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז עטלעכע זאכן האבן דעם זעלבן נאמען בלשון הקודש, איז אף על פי וואס ס'ווייזט זיך אויס, אז זיי זיינען גאר פארשידן מוזן זיי האבן א צד השוה, וואס דערפאר האט מען זיי געגעבן דעם זעלבן נאמען,
¶5און דאס איז ניט אן ענין נוסף בהם, נאר וויבאלד אז דאס איז אן ענין וואס איז מעוה די זאך, און מקיים די זאך און מחי' די זאך איז דאס אן ענין עיקרי.
¶6וואס דער ענין פון גאולה איז דאך דער אפטייטש אין לשון הקודש, אז ס'ווערט אויסגעלייזט, וואס דאס גופא באווייזט, אז ס'איז דא א זאך וואס געפינט זיך שלא במקומה,
¶7און מ'דארף איר אויסלייזן, און די פעולה לייזט איר אויס און קערט איר אום למקומה, וואס דעמאלט איז זי ווי זי דארף-צו-זיין, היפך הגלות, און אין דערויף גופא איז דאך יעדער ענין אין לשון הקודש בדיוק,
¶8על אחת כמה וכמה די שמות בלשון הקודש, איז דער היפך פון גאולה האט דאך אויך א נאמען אין לשון הקודש וואס דאס איז גולה,
¶9און וואס גולה אונטערשטרייכט, אז א זאך איז פארוואגלט געווארן אוועקגענומען געווארן פון דעם ארט פון וועלכן זי געהערט און געפינט זיך במקום שלא וואס איז ניט איר ארט, און דער נאמען אליין אונטערשטרייכט אין וואס באשטייט גאולה?
¶10דורך דערויף, אז מ'נעמט דעם מעמד ומצב פון גולה און מ'שטעלט אריין אן אלף אינעווייניק, אט דעמאלט ווערט דער ענין פון גולה ווערט דאס אן ענין של גאולה.
¶11טייטשט אפ די גמרא וואס איז דער ענין פון אלף?
¶12אז אלף באווייזט אויף 'אלופו של עולם' דער עצם ענין פון אחד און די ערשטע זאך, וואס דאס איז דאך דער ענין פון אלף אין אלף בי ת, איז דאך דאס דער ערשטער אות,
¶13אזוי איז אויך ווער איז דער מצוי ראשון לכל הנמצאים, און ווער איז די התחלה און די אנהויבס פון אלע ענינים פונקט ווי דער אלף איז די התחלה פון דעם גאנצן אלף-בי'ס פון וועלכן ס'שטעלן זיך צוזאמען די אלע שמות און יעדער שם?
¶14איז בשעת מ'נעמט דעם אויבערשטן און מ'שטעלט אים אריין אין גלות, ”אין גולה אפילו” נאך פאר דער צייט ווען ער שטייט בתחילת התובה,
¶15נאך אין זמן פון גולה אבער ס'ווערט אן אות באמצע התובה, און דאס ווערט אן אות בגלוי, מ'זעט דעם אות א' אין גאולה ווי די אנדערע אותיות פון דעם ווארט,
¶16און ס'איז ניט סתם נאך אן אות, נאר אן אות וואס איז מהפך דעם גאנצן אינה לט פון די אותיות וואס זיינען געווען איידער מ'האט אים אריינגעשטעלט.
¶17אזוי איז אויך, אז מ'נעמט אין זמן פון גלות, און מ'שטעלט אריין אינעווייניק, אבער אין אן אופן פון גלוי דעם 'אלופו של עולם' דעם ענין פון געטלעכקייט,
¶18איז נאך איידער ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס ווערט דאך אונטערשטראכן אז דעמאלט וועט זיין שלימות הגאולה און גאולה האמיתית,
¶19איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז פאר דערויף איז דא א גאולה פורתא און א ”אתחלתא דגאולה” מיט פארשידענע ערליי לשונות, איז שוין אט דעמאלט איז נאך אין מעמד ומצב פון גולה שטעלט ער אריין על ידי מעשינו ועבודתינו דורך זיין טאג-טעגלעכן לעבן,
¶20שטעלט ער אריין ג-טלעכקייט אין מיטן פון אלע זיינע פעולות, סיי בפיך און סיי בלפבך און סיי לעצותו אט דעמאלט לייזט ער אויס זיך, און לייזט אויס אט די אלע ענינים אין וועלכע ער איז עושה אדער מדבר אדער מחשב לייזט אויך אויס אט די אויף וועלכע ער איז משפיע,
¶21אז ממנו יראו וכן יעשו אז זיי זאלן זיך אויך אזוי פירן, אז בא זיי זאל אויך קומען די גאולה פרטית.
¶22און בשעת ס'לייגן זיך צוזאמען כמה וכמה גאולה פרטית ווערט דאך דעמאלט דער דין והלכה פסוקה, אז ”הולכין אחר הרוב” בפרט נאך לויטן פסק-דין פון רמב"ם,
¶23אז לעולם, וואס פאר א מעמד ומצב און 'זמן ומקום' ער זאל ניט זיין איז א חיוב אויף א אידן ער זאל זען ”עצמו שקול וכל העולם כולו שקול”,
¶24במילא קען ער מכריע זיין דורך איין און איינציקע מעשה אדער דיבור אדער מחשבה שלו, ניט ווי דער יצר וויל איינרעדן אז וואס איז אזוי וויכטיק, צי וועט ער זאגן א גוטן ווארט, וואס מ'מעג אים זאגן אדער מ'דארף אים זאגן א פין שולחן ערוך, ווי דערמאנט פריער ”פותחין בברכה”, אדער זאגן א ווארט של רשות,
¶25אדער אפילו זאגן א ווארט א בלתי רצוי, ווי דער רמב"ם איז מאריך בפירושו על המשניות וועגן דעם ענין הדיבור, ווי אזוי מ'דארף אין דערויף זיין,
¶26נזהר רעדט ער אין דער יצא, דער ”מלך זקן וכסיל”, אז וואס איז אזוי וויכטיק, אז איין און איינצעלער מענטש, און איז דאך ”ידע אינש בנפשו” זיין מעמד ומצב, צי וועט ער זיך אויסהיטן מיט א ווארט, אדער אויסהיטן זיך אפילו מיט א מעשה, על אחת כמה וכמה וואס איז 'תופס מקום' זיין א מחשבה.
¶27פסק'נט דער רמב אים אפ אלס א פסק-דין, אז דאס קען מכריע זיין ”עצמו וכל העולם כולו” און ברענגען הצלה וישועה, און אין וואס באשטייט דאס?
¶28די נקודה שבדבר באשטייט אין דערויף אויף אריינשטעלן 'אלופו של עולם' בכל פעולות שלו.
¶29און אט דעמאלט מאכט ער איבער פון גולה גאולה אפילו נאך איידער ס'קומט די שלימות הגאולה, אפילו איידער ס'קומט די גאולה האמיתית, ווארום דאס איז דערוויילע א גאולה פרטית, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט געטאן דורך א סך מענטשן צוזאמען,
¶30א סך אידן צוזאמען, וואס אז ”כל בי עשרה שכינתי שריא” על אחת כמה וכמה כמה עשיריות מישראל און ניט מ'איז זיך עוסק ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין עיקרת הקודש שלו, אף ”על פי שאינם עוסקים בתורה” אין אן אופן וואס איז מותר על פי שולחן-ערוך,
¶31ווארום מ'איז זיך עוסק בעניני פרנסה וכיוצא בזה, וואס דאס איז דאך אויך א ציווי פון שולחן-ערוך, אז ס'זאל זיין ”משאו ומתנו באמונה”,
¶32דארף ער רעדן אין דיבורים וואס זיינען גאר פארבונדן מיט תגרי לוד מיט עולם המסחר איז אפילו ווען ”אינם עוסקים בתורה” אבער ס'איז צען אידן צוזאמען האבן זיי שוין שכינתא שערי על אחת כמה וכמה ווען עוסקים בתורה ובמצוות, וכמה עשיריות מישראל, און אין א מקום קדוש, כמוזכר לעיל.
¶33וואס בכללות איז דאך פארשטאנדיק, און ווי אראפגעבראכט אויך אין תניא, פון בעל הגאולה, דער ספרו הראשון וואס ער האט אפגעדרוקט בחייו, און א ספרו ארוך אזוי האט ער אפגעדרוקט נאך פאר דערויף דעם ברכת הננין וכיוצא בזה,
¶34לדעת יש שומרים, און דא נאך אזעלכע וואס האלטן אז דאס איז גאר דער ערשטער ספר וואס ער האט אפגעדרוקט.
¶35אבער אויך זיי זיינען מודה, אז פריער איז געווען דער לוח ברכת הנהנים וכיוצא בזה, דאס איז דאך אבער געווען אלס א לוח, משא' כן אלס א ספר, און א ספר אז דאס זאל ווערן שייך צו יעדער אידן און צו אלע אידן, ווי ער שרייבט דאך דער בעל המחבר אין דער הקדמה צו זיין ספר, אז ס'האט א שייך צו יעדערן,
¶36און גלייך אויפן שער פון ספר, אז צו נוסף וואס האט א שייכות צו יעדערן, איז די שייכות אין אן אופן פון ”קרוב אליך הדבר” און נאך מערער אין אן אופן פון מאוד איז שרייבט ער אויך דארט אין ספר, אז וואס איז דער ביאור וואס ס'איז דא אין מציאות פון היפך הטוב בעולם,
¶37וואס ”בכל לבבך בשני יצריך” האט דער אויבערשטער אזוי באשאפן א אידן און א מענטשן פון יצר לב האדם זאל אויך זיין א מציאות פון היפך הטוב איז דאס כדי ארויסצוברענגען די מעלה פון דעם בן מלך, אז ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס ס'איז דא א דבר מבלבל, און א שטארקער דבר מבלבל,
¶38און ער קומט צוגיין מיט איינע שכלית, איז ניט נאר ער ווערט ניט נתפעל, און ס'מאכט אויף אים כלל קיין רושם ניט, אפילו ניט קיין חלישות, און ער איז ממשיך אין מעשינו ועבודתינו אויף מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, נאר ער ווייס אויך,
¶39אז דעם אויבערשטנ'ס רצון איז, אז ס'זאל זיין ”בכל לבבך בשני יצריך” און דערמיט זאל זיין דער ואהבת ביז אין אן אופן פון ”בכל מאדך” אז ניט נאר ער זאל ניט נתרשם ווערן פון דעם צווייטן יצר,
¶40נאר ער זאל אים אויך מהפך זיין, אז דעם שטורעם מיט דעם קאך מיט די כוחות וואס דער צווייטער יצר האט, זאל ער דאס אויך נוצן אויף צוברענגען נאך מערער מוסיף זיין אין ”ואהבת את הוי' אלקיך” וואס אהבה איז דאך כולל אין א שורש צו אלע רמך מצוות עשה,
¶41אויך די מצוות-עשה פון יראת השם, וואס זי איז כולל אלע שסן מצוות לא-תעשה, איז דאך אב ”הכולל כל מצוות” השם דער לשרת את קונו, איז אין דערויף זאל ער אויסנוצן אויך דעם כחות הגוף 'ונפשו הבהמית' וחלקו שבעולם,
¶42אז זיי זאלן זיך אויך משתתף זיין און נאכמערער צוגעבן בעבודתו לה', און 'כללות ענין' העבודה, ווי דערמאנט פריער, אריינשטעלן אין יעדער זאך פון וועלט דעם 'אלופו של עולם'.
¶43איז דאך פארשטאנדיק, אז דער יצר וואס ס'איז היפך פון יצר הטוב, דארף דאך טאן זיין שליחות אויך באמונה, צו וועלכע ער איז נברא געווארן אויף זיך משתדל זיין אויף ניט צולאזן אידן דינען דעם אויבערשטן איז דאך פארשטאנדיק,
¶44אז דאס ברענגט צו אן ענין פון מלחמה, אז ער דארף זיין עליכם מיטן יצר וואס ער איז אנטקעגן פון יצרו הטוב, און דערנאך איז בעזר השם טאקע הקב עה עוזרו
¶45וויבאלד אז ער וויל דאס מיט אן אמת און טוט כל התלוי בו האט ער דעם סיוע פון דעם אויבערשטן ער זאל מנצח זיין אין דער מלחמה.
¶46וואס דאס איז בכללות הענין פון ולא מלאים יאמץ וואס דאס גייט דאך אויף ”יעקב ועושיו האמורים בפרשה”, און ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, און ער ברענגט דאס אויך אראפ אין תניא,
¶47אז דאס גייט אויפן יצר טוב און יצר הרע, ”וזה וזה שופטם” ווי די גמרא זאגט אין סיום פון מסכתא ברכות, אז ס'איז דא א מלחמה תמידית לכאורה צווישן די ביידע יצרים בא יעדער אידן, ועל דרך זה בא יעדער מענטשן בהנוגע צו שבע מצוות דילא הוא,
¶48”ולום מלאום יאמות כי שזה כם איז זה נופל” אז זיין יצר טוב שטעלט זיך אין אן אופן פון כם איז דעמאלט ווערט דער ענין פון נופל בא דעם יצר הרע.
¶49און וואס אין דערויף קען דאך זיין אין פארשידענע שלבים ואופנים דער אופן ווי געזאגט פריער אז ס'איז דא א מלחמה און ער איז מתנצח אין מלחמה,
¶50וואס דאס איז דער ענין פון עבודה אתכפיא בלשון פון תניא, דערנאך איז אבער דא דער שלימות בדבר, ווי דערמאנט פריער ”בכל לבבך בשני יצריך” אז ער איז מהפך דעם יצרו הרע,
¶51אז ניט נאר דער יצר איז ניט לוחם בו נאר ער ווערט גאר פארקערט ”גם אויביו ישלים” עמו און ער ווערט ”זה הנחש”, ווי ער זאגט אין מדרש,
¶52און ער ווערט א מסייע ער זאל נאכמער טאן און נאכמער מצליח זיין, ווארום ער גיט אים צו נאכמערער קאך אין עבודת השם, וואס דער ענין פון קאכן זיך איז דאך דא אין גשמיות מערער נאך ווי אין רוחניות, בפנאט נאך ווען ס'רעדט זיך וועגן א בירור אין ענינים גשמיים, ווי מ'זעט דאס בפועל,
¶53קומט ער אויך צו דער דרגא פון א גאולה אמיתית, אז ס'ווערט אויס מלחמה, ווארום ער האט מהפך געווען דעם יצרו הבלתי טוב ער זאל אויך ווערן אן עובד ה ביז אין אן אופן פון ואהבת ”בכל מאודך” וואס שטייט גלייך נאך ”בכל לבבך, בכל מדה ומדה שהוא מודד לך”.
¶54וואס דערנאך איז ער ממשיך אין דעם אופן העבודה, ער געפינט דאך נאך אבער א נשמה בגוף, און אין זמן הגלות, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז נאך גלות דארף ער האבן א גאולה, דאס איז אבער דעמאלט א בדיעה מקרב לי אין אן אופן פון בשלום, ניט ער דארף פירן א מלחמה מיטן יצר,
¶55ניט נאר ז ערמ כט מיט ים אתהפכי דער ”הרגי בתענית”, ווי ער ז ט ין ירו למי בנוגע צו דוד'ן נ ר ס יז נ כמערער ער ט ים מהפך עווען ז ער יז געוו רן מסייע ט עמולט ווערט ”ברבים היו עמדי”, ז ניט נ ר ער יו ר טוב נ ר ויך ער יו רע יז עמדי,
¶56פונקט ווי ס'איז געווען בנוגע ”מלחמת דוד ואף” שלום, וואס אט דאס איז דאך פשוטו של מקרא, איז דער ”פדה בשלום נפשי” וואס דוד האט געזאגט, איז דאך דאס פארבונדן מיט דער מלחמה וואס איז געווען צווישן אים מיט אף שלום בנו,
¶57און זאגט ער אויף דערויף אין ירושלמי ”ברבים היו עמדי” אז אנשי אף שלום האבן מתפלל געווען אז דוד זאל מנצח זיין במלחמתו אים אפשלום.
¶58וואס דאס איז אויך דאך דער פסוק ווי דער אלטער רבי דער בעל הגאולה איז מדגיש במכתבו וואס ער האט געשריבן גלייך נאך דער גאולה ש”לו בי'ט'כסלו בפעם הראשונה”,
¶59אז כשקראתי אין תהלים דער פסוק פון ”פדה בשלום” נאך איידער ער האט אים מסיים געווען אט דעמאלט האט מען אים אנגעזאגט דעם ענין הגאולה, איז דאס געווארן א גאולה בגלוי.
¶60אין וואס פאר אן אופן איז דאס?
¶61אין אן אופן פון ”פדה בשלום”.
¶62ווי ס'איז געווען דעמאלט, ווי ער שרייבט אין דער זעלבער אגרת, אז די גאולה זיינע איז געווען אין אזא אופן, אז שרי המדינה און אפסי ארץ האבן זיי אליין געשטאנען אין התפעלות פון די ניסים, אז ניט מ'האט מיט זיי מלחמה געהאלטן, און מ'האט זיי געדארפט אראפזעצן פון די בענקלעך וכיוצא בזה,
¶63און מאכן שרים אחרים נאר ”הפה שאסר הוא הפה שהתיר” די זעלבע וואס האבן פריער ארויסגעגעבן די גזירה, כולל די גזירת המאסר והיסור אויף הפצת המעיינות די זעלבע האבן אים געגעבן חובש ניתנה לו ביז אין אן אופן פון גאולה אויך א חובש בהנוגע צו הפצת המעיינות,
¶64צו לימוד תורתו, וואס ער האט דאס נאך געטאן זייענדיק אין פטרבורג, אין דער שטאט גופא, בסמיכות ובהתחלה פון ימי הגאולה שלו.
¶65וואס דאס איז דאך א גלוי'דיקער אופן פון עפדה בשלום, וואס ווערט נאכמערער אונטערשטראכן דאך בסמיכות צו יט' כסלו בתוך שבע ימים שלו איז דער התחלה פון ימי החנוכה.
¶66ובפרט פון התחלה פון ”יום ראשון של” חנוכה, וואס דער ”יום ראשון של” חנוכה איז דאך כולל אין זיך כל ימי החנוכה, ווי דער מיטעלער רבי איז מאריך בספרו פון שערי אורה אין דרושי חנוכה, ווי פארשטאנדיק אויך בפשטות,
¶67חנוכה וואס איז דאך פארבונדן מיטן נס וואס לא היה בו, להדליקין דעם פך אלא לילה אחד, וידליקו שמונה ימים ווען האט מען געפונען דעם פך?
¶68האט מען אים געפונען בלילה הראשונה, ביום ראשון, איז שוין ביום ראשון געווען כלול ”כל שמונת הימים” ”כל שמונת ימי חנוכה”.
¶69אין וואס פאר אן אופן איז אבער געווען די גאולה פון ימי חנוכה, אף על פי וואס, כאמור, זיי קומען בהמשך צו גאולה פון יט' כסלו כמה שנים לאחרי זה איז דעמאלט איז געווען די גאולה, אז פריער איז געווען א מלחמות גדולות,
¶70און ווי מ'זאגט אין ”על הניסים” די כמה פרטים שבזה, און די ניסים וואס מ'האט געדארפט אנקומען כדי צו מנצח זיין במלחמה, ביז וואנענט אז ס'איז דאך דא לכמה נוסחאות זאגט מען אין ”ועל הניסים” אויך דעם לשון ועל המלחמות אבער לכל הנוסחאות איז דער תוכן פון 'ועל הניסים' איז, אז ס'איז געווען א מלחמה, און א מלחמה גדולה,
¶71מיט א מלוכה וואס בשעתה איז זי געווען מושל בכיפה, און מ'האט מנצח געווען אין דער מלחמה, און מ'האט ט קע געווען מעטים און אנטקעגן איז געווען מרובים רבים, און ס'איז געווען ט קע חלשים, און אנטקעגן זיי נען געווען גבוירים, און אין דערויף איז באשטאנען דער נס,
¶72וואס ניט איז דער נס געווען אין אן אופן, אז מ'האט ניט געדארפט אנקומען צו מלחמה, בדוגמא ווי ס'איז געווען בא מלחמת חזקיהו וסנחריב, וואס רצו הקב"ה ”לעשות חזקיהו משיח”, וואס דעמאלט איז געווען ”ויצא מלאך הוי” און ער האט דורכגעפירט דעם גאנצן ענין, און חזקיהו איז געווען ”שוכב על מטתו”,
¶73דא איז אבער געווען דער נס, דער פדה איז געווען מקרב לי און ס'איז געווען דורך מלחמות 'לשון רבים' און מלחמות עצומות.
¶74און אט דא איז דער אויפטו, אז אף על פי וואס דאס איז לכאורה בהמשך אחד ווערט די הוראה און דער נתינת כח, אז מכאן ולהבא דארף זיין די השתדלות אין אן אופן פון ”פדה בשלום”,
¶75און ווי ס'איז געווען בא די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, ווי דערמאנט פריער, אז ניט מ'האט געדארפט פוגע זיין אין די שרים וואס גזרו הגזירה אדער אין די על אחת כמה וכמה אין דעם מלך, נאר אדרבא זיי אליין האבן מבטל געווען די גזירה, און מבטל געווען די גזירה אין אן אופן פון שלום,
¶76אין א שלום בגלוי, אז חובשה ניתנה לו און שלום ניתנה לו און ווי ער שרייבט אין דעם מכתב ויצאתי בשלום אז ער איז ארויס מן המאסר אין אן אופן פון שלום, און האט דערנאך געקענט ממשיך זיין ”ביתר שאת וביתר עוז” די זעלבע עבודה פאר וועלכע מ'האט אים פריער אריינגעזעצט אין מאסר,
¶77און נאך ממשיך זיין ”ביתר שאת וביתר עוז”, ווי דערמאנט שוין גערעדט אמאל בארוכה, אז מ'זאגט אז עפי דין איז א שטר דארף ניט האבן קיין אישור בבית דין, אבער דעמאלט איז דא די מציאות אז מ'זאל אויף אים מארער זיין,
¶78בשעת אבער ס'איז א שטר וואס מ'האט שוין אויף אים מארער געווען, און מ'האט אים דערנאך מבטל געווען דעם מירור, און מ'האט אים מאשר געווען בבית דין אט דעמאלט ווערט דאס א שטר קיים אויף וועלכן ס'איז ניט שייך מ'זאל אויף אים מערר זיין.
¶79על דרך זה איז אויך דער חילוק לפני המאסר ביז דער חילוק לאחרי המאסר והגאולה, אז דעמאלט איז דאס געווארן א שטר שיצא עליו עירור און דערנאך האט מען מבטל געווען דעם עירור און די זעלבע וואס האבן פריער אנגענומען דעם מירור.
¶80וכמדובר כמה פעמים, פארוואס איז דאס געווען אזוי למטה?
¶81דערפאר וואס למעלה איז געווען א שקלא-וטריא צי קען מען מפיץ-זיין די מעיינות חוצה וויבאלד אז ס'קען צוקומען אויך צו אזוינע וואס זיי זיינען נאך אפשר ניט ראוי צו לערנען מעיינות התורה,
¶82דארפן ווארטן אפשר ביז למעלי קראתו בשעת ופוסקים, און איש שקלא-וטריא האט גורם געווען אויך ”נשתלשלו מהן” די ענינים בלתי-רצויים ווי זיי זיינען געווען למטה, בשעת ס'איז אבער ארויסגעגאנגען דער פסק-דין למעלה, אז ”מצוה לגלות זאת החכמה”,
¶83בלשון ווי דער אלטער רבי ברענגט אין אגרת הקודש שלו נאך אנהויבנדיק פון דעם אריז ל, און דערנאך איז געווארן ניט סתם ”לגלות זאת החכמה” נאר ”יפוצו מעינותיך חוצה” ווי די רייד פון דעם רבי'ן נשמתו אורן,
¶84אז אמיתית הענין פון אז ”יפוצו מעינותיך חוצה” האט זיך אנגעהויבן נאך י ט כסלו, ווארום דעמאלט האט מען געזען דורך דעם ביטול האירור דא למטה איז א זיכערע זאך, במכל-שכן וקל-וחומר, אז ”אין אדם נוקף אט צבעו למטה”, סיידן מ'איז אזוי מכריז עליו מלמעלה,
¶85על אחת כמה וכמה ”אין דברים טובים”, על אחת כמה וכמה אין עניני תורה ומצוותי אז דעמאלט האט זיך געערפנט די צנרות, ביז אין אן אופן אז ס'זאל זיין הפצת המעיינות ביז אין חוצה,
¶86און ס'איז ניטא קיין חשש טאמער וועט דאס אריינקומען צו איינעם וואס ער איז ניט ראוי, ווארום מצד יסורי הגלות, און מיט די אלע נסיונות וואס אידן זיינען דורכגעגאנגען שוין ביז יענעם זמן,
¶87איז יעדערער פון זיי איז געווארן ראוי אז נוסף צו לימוד ש' ופוסקים זאל ער אויך זיין פארבונדן מיט די מעיינות, און אין אן אופן פון הפצת המעיינות, און אין אן אופן פון 'יתפרנסון מיני' אז דורך דערויף וואס ער לערנט זיי אין אן אופן פון 'הבנה והשגה',
¶88ווערט דאס ”תורתך בתוך מעי” ”דם ובשר כבשרי” א טייל פון זיין מציאות, און ער לערנט 'פנימיות התורה', מעיינות התורה,
¶89”נשמתא דאורייתא” ווי ער זאגט אין זהר פרשה בהעלותך, צוזאמען מיט נגלה דתורה, מיט שעת ופוסקים, און דאס ווערט ביי אים א תורה אחת בגלוי, און בשעת ס'ווערט דער תרבה החכמה והדיעה, כלשון הרמב"ם בסיום ספרו,
¶90און דאס ווערט בגלוי ברענגט דאס דעם תרבה החכמה והדעה פון 'יקאתי מר דא מלכא משיחא' פון ימות ”המשיח במהרה בימינו” ממש.
¶91לחיים.