English
ספרייה
kind
paragraph
order
TM
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז מובן וגם פשוט, אז חס ושלום, אז דאס זאל אנרירן אט די וואס מאיזו סיבה כתהי'האבן זיי אנגענומען אויף זיך דעם הידור, אז ס'זאל לגמרי ניט זיין דער ענין פון מלאכה אפילו וואס אנדערע וואס זיינען מותר בזה מצד א דבר העביד, האבן זיי אנגענומען אויף זיך דעם הידור, דערפאר וואס יעדער איד איז דאך געגעבן געווארן די יכולת ער זאל שטייגן און עולה זיין בקודש, למעלה נאך אפילו ווי דעם ממלכת כהנים וגוי קדוש על ידי קיום השולחן-ערוך מיט נושא כלי און מיט די הפגעות והערות וכו במילא זיינען זיי אויך געווארן בגדר חיוב פון שולחן-ערוך, כולל אויך ועשיתה הטוב הישב בעיני הוי'אלקיך ווי דערמאנט אויך פריער האט ער אויך בכח צו אויפטאן א חידוש, און דורך אט דעם חידוש פועל'ט ער בא זיך אויך א חידוש, אז ער ווערט נאך העכער ווי מצד זיין שלימות אין שולחן-ערוך, ולפנים משורת הדין.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים