transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, ווי אזוי קען מען דאס מאנען בא יעדערן, אז ער זאל זיין א 'דורש טוב' ”לכל אחד ואחד” מישראל, און קוקן אויף אים יפה און מלמד זכות זיין אויף אים.
¶2בשלמא ביי א נשיא בישראל, וואס ער איז א נשמה כללית, וואס במילא איז דאך די פרטים מיט וועלכע ער טרעפט זיך איז דאך אן עניו פון א פרט פון זיין נשמה.
¶3איז דאך פארשטאנדיק, אז ביי אים דארף זיין אט דער סדר פון דעם ענין פון ”דורש טוב” לכל אחד, ומאביד בעין יפה ומלמד זכות.
¶4בשעת אבער ס'רעדט זיך וועגן א פרט ניט א פרט, איז דאך לכאורה, ווי אזוי קען מען דאס פון אים פארלאנגען, ובפרט נאך ווי אין דער הוראה, אז דאס זאל זיין מיט אן ענין פון מסירת-נפש.
¶5איז דאך ידוע, אז אט דאס איז דאך וואס דער אלטער רבי, דער בעל הגאולה והשמחה, שרייבט אין תניא אין פרק לב, אז בשעת דער גוף פארנעמט ניט דעם עיקר ארט, און דער עיקר איז ביי אים דער נפש, און א נפש איז דאך מי יודע מעלתה און ואב אחד לכולנה און ”כולן מתאימות”,
¶6איז דאך מצד אט דעם אב אחד לכולנה האט ער דאך צו אים א שייכות און א קישור וחיבור, און מצד אז דארטן ווייס מען ניט מי יודע מעלתה, איז קען גאר זיין אז יענער שטייט העכער פון אים מערניט וואס ער מיט זיינע עיני בשר באמערקט דאס ניט.
¶7און ווי דער רבי איז דארט מסיים, אז דאס איז אן ענין וואס אן דערויף הענגט-אפ דער גאנצער ענין פון התורה ומצוותי און ווי די גמרא זאגט דאך, אז דאס איז ואידך זיל גמור און אין וואס דארף מען אנהויבן?
¶8פון עד ”הלכה צנא לחברך לא תעביד” איז אין דערויף האט מען דעם גאנצן ”כל התורה כולה על רגל אחת”.
¶9איז דאך מצד דערויף פארשטאנדיק, אז אויב ער וועט זיך מתבונן זיין און וועט בא זיך מעקר-זיין ניט דעם גוף עניניו, נאר די נפש ועניניו, וועט ער קומען וואס דו וועט ער ארויפגיין אויפן וועג און וועט סוף-כל-סוף צוקומען צו דעם תכלית, אז ס'זאל קענען זיין דער ”ואהבת לרעך כמוך” כמוך ממש.
¶10און וואס לכאורה על פי זה איז דאך דאס קרוב ”לכל אחד ואחד”, נאר מ'דארף אויף דערויף הארעווען, ווארום אפילו אין דעם נפש איז אמת טאקע ער לייענט אין ספרים אז מי יודע מעלתם למעלה, ער זעט דאך אבער דא אונטן דעם חילוק צווישן זיין נשמה מיטן צווייטנ'ס נשמה,
¶11ווארום די נשמה איז דאך לירדה למטה איז דאך לא לתקן את עצמה נאר דעם גוף 'ונפש הבהמית', און ער זעט אז ביי א צווייטן פעלט אין תיקון פון גוף 'ונפש הבהמית' פעלט דאך דאס אין דער נשמה, אין דעם מילוי השליחות, איז אויף דערויף זאגט מען, אז דאס איז נאך אלץ בהנוגע צו דער פעולת 'הנשמה בגוף',
¶12ס'איז דאך אבער דא דער מזלייהו דער חלק העליון שבנשמה, וואס ער איז ניט בגלוי בגוף, נאר ער ווערט אנגערופן בשם מזל הנשמה, וואס דערפאר זאגט דאך די גמרא, אז דערפון קען זיין אז ”חרדה גדולה נפלה עליהם” ווארום א שייכות מיטן גוף האט דאס,
¶13אבער חזי 'ולא ידעו מאי חזי' אבער פארשטיין דאס אין 'הבנה והשגה' האט ער דאס ניט, דערפאר וואס דאס איז ניט מלובש בפנימיות הגוף, וואס בכללות איז דאס דער חילוק צווישן דער פנימיות הנשמה און חיצוניות הנשמה.
¶14וואס חיצוניות הנשמה איז דאס דער חלק וואס איז פארבונדן מיטן חיצוניות שבאדם, וואס דאס איז דער גוף זיינער.
¶15און אויף דערויף זאגט מען אויך בהנוגע צו יט-כסלו, וואס דאס איז דאך ווי גערעדט פריער דער טאג פון וועלכן מ'נעמט ארויס הוראות אין תורת החסידות והדרכות החסידות על כל השנה כולה, איז דאך ידוע די אגרת הקודש פון דעם שווערס-פאטער, פון דעם רבי'ן נשמתו עדן,
¶16אז ער שרייבט, אז אין וואס באשטייט דער ענין פון י' טס כסלו אז ס'זאל זיין דעם ממה מקים קראתיך הוי און וואס דארף מען בעטן בא דעם אויבערשטן?
¶17איז ער מפרש אין דער אגרת, אז מ'זאל ממשיך זיין פון פנימיות פון דעם אויבערשטן, פון דארטן ממשיך זיין 'פנימיות התורה' און פנימיות המצוות, און וואוהין דאס ממשיך זיין?
¶18אין פנימיות הנשמה והחפץ ורצון עצמו.
¶19וואס לכאורה, וואס איז דא די הדגשה?
¶20אלץ אין פנימיות, און אין נשמה איז ער אויך מסיים, אז אין נשמה דארף מען אויך האבן די פנימיות דוקא.
¶21ווארום מצד דערויף, אז דאס איז דער ענין פון חסידות, אז ס'זאל ווערן דער כולם כאיש אחד בפועל, ניט נאר בהנוגע למאסר, נאר אויך בהנוגע לדיבור ולמחשבה ולהבטה בעין יפה, ביז וואנענט אז ס'וועט ווערן כמוך ממש אויף דערויף איז ניט מספיק דאס וואס ער וועט קוקן אויף דער נשמה אליין, נאר מ'דארף האבן דוקא די פנימיות הנשמה.
¶22און ווי אזוי קומט מען צו פנימיות הנשמה צו ששון דישראל?
¶23זאגט ער דאך אויף דערויף אין זהר, אז ס'איז דא דער תלת דרגין אדער ווי דער לשון אין חסידות דער פלס כשרין וואס דאס איז ישראל אורייתא וקוב הו וכולהו ששון וגליא און דער ששון פון א אידן, וואס דאס איז די פנימיות פון זיין נשמה,
¶24פארבינדט זיך און ווערט אנטפלעגט דורך דעם ששון פון אורייתא, דורך די 'פנימיות התורה', וואס דאס פארבינדט אים מיט דעם ששון דקוב הו מיט פנימיות ויעצמות השב ברוך הוא.
¶25וואס דאס איז, בכללות, די בקשה וואס מ'בעט אין 'תחילת השנה' בהנוגע צו ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט חיצונות הנשמה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון ראש השנה הכללית, איז דאך דעמאלט אויך די בקשה דער ”בקשו פני את פניך הוי' אבקש” אז ווי אזוי מאנט מען אויף דעם 'פניך הוי'' איז דאס דורך בקשו פני אז ער קריגט בא זיך ארויס זיין פנימיות ויצם פון זיין נשמה,
¶26על דרך זה אויך איז אין ראש השנה לתורת החסידות ולדרכי החסידות, איז די הוראה און די בקשה אין דערויף איז, אז ס'זאל זיין דער ממעמקים אויך דער ממשיך זיין די 'פנימיות התורה' ומצוותי' פון פנימיות ”אין סוף ברוך הוא”, וואוהין דאס ממשיך זיין אין פנימיות הנשמה.
¶27וואס וואס קומט דעמאלט ארויס בהנוגע לפועל?
¶28אז מצד פנימיות הנשמה האט דאך אפילו ר' יוחנן בן זכאי געזאגט, אז אינני ”יודע באיזה דרך מליכין אותי אף” על פי וואס ”לא פסוק פומין מגירסא” און ווי די גמרא דערציילט אויף אים די אלע ענינים והפלאות וואס ס'איז ביי אים געווען, איז בשעת ס'איז געקומען צו פנימיות הנשמה האט ער געזאגט, אז ער ווייס ניט, לא אינני ”יודע באיזה דרך מליכין אותו”.
¶29וואס מצד דערויף איז דאך ניטא קיין מניעות ועיכובים, אז ס'זאל קענען זיין דער כמוך ממש ווארום אין דערויף איז דאך ניטא קיין הוכחה, אז אפילו לפסוק פומין וגירסא קען זיין אז די פנימיות הנשמה באם צווייטן געפינט זיך אין א מקום נעלה יותר, האט די שרשה ומקורה אין א מקום נעלה יותר ווי ס'וועט זיין פנימיות הנשמה.
¶30דער כוונה ותכלית אבער איז דאך, ווי גערעדט פריער, אז ס'זאל אראפ אין ענינים פרטיים, און צו אנשים צו אישים פרטיים, ביז אין זמנים פרטיים.
¶31אט דאס איז וואס מ'איז מסיים, אז וואס מאנט דאס ארויס?
¶32מאנט דאס ארויס דער ”דורש טוב” לכל אחד, און ווי גערעדט פריער אין דעם משל פון דעם מגיד מיט א בן קטן, אז מ'דארף אים ממשיך זיין די ענינים וואס זיי זיינען מתאים למעמדו ומצבו,
¶33לויט ווי ער דארף האבן זיינע ענינים אין גשמיות, און לויט ווי ער האט זיינע הבנה אין רוחניות, וכידוע דער אריכות המשל פון רמב בם אין פירוש המשניות, אויף ”חנוך לנער על פי דרכו”, אז ביי א 'נער קטן' גיט מען אים מינלים און דערנאך רעדט מען מיט אים וועגן ממון און כבוד, ביז וואנענט ער קען צוקומען צו 'לימוד התורה' לשמה, דארף מען דאך אים געבן אט די צאצקעס כדי מ'זאל אים אריינקריגן א
¶34אט אזוי איז אויך פון דעם תכלית העילה פון ממה המקום כראתיך הוי' פון עצמות היסג בארוך הוא, וואס מ'איז ממשיך אין פנימיות הנשמה על ידי 'פנימיות התורה',
¶35דארף דאס דערנאך אראפקומען ווי ער איז מסיים אין דער אגרת הקודש לגרש כל מדה מגונה, און מ'זאל דערנאך קענען אראפברענגען דאס אין מעשה בפועל בהנוגע לעצמו בהנוגע לזולתו, אין דעם 'דורש טוב' און מאבד בעין יפה ומלמד זכות, וואס אט דעמאלט איז על ידי התאחדות כולם יחד פרענגט מען אראפ די ענינים וואס זיי נעמען זיך פון אחדות הפשוטה,
¶36וואס דארט איז דאך כולו טוב אז דאס זאל אראפקומען אויך אין דעם למטה אין טוב ומוטיב אין ענינים פון טוב הנראה והנגלה, וואס דאס וועט זיין בקרוב ממש בביאת משיח צדקנו.
¶37לחיים.