Paragraph
Paragraph rh-7thehb9n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jsnfk3cq
- order
- B
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}- content
- און צוזאמען דערמיט דארף אויך זיין, בלשון השעת לבו דואק בקרבו, ניט אויסגענוצט נאך בעסער און נאך טיפער און נאך ברייטער די צייט וואס ער האט געהאט בעבר, אויף נאכמער מצליח זיין אין תורה ומצוותי'. און אויב ער האט דאס אויך אויסגענוצט בשלימות איז דאך זיכער, אז לויט זיין מעמד ומצב בהוה ובעתיד קען ער אויך מוסיף זיין הבנה והשגה אויך אין די לימודים וואס ער האט געלערנט מיט א טאג פאר דעם אדער מיט א זמן פאר דעם, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז ווען ס'קומט-צו אין ידיעה, עאכו"כ אין הבנה, אין ענינים פון תורה וואס זיי זיינען דאך אין קץ קומט-צו אין ידיעה און הבנה מכאן ולהבא, אין די ענינים וואס מ'וועט לערנען, פון איצטער אן און העכער, און אויך, מער ידיעה והבנה אין די ענינים וואס מ'האט געלערנט בעבר און בהווה.
- proofread
- 0