עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-7spgphhf

kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אזוי ווי דער יום ההילולא איז דאך געווען בערב שבת הקודש, במילא איז דער סיום שוין געווען נאענט צו שבת קודש, אזוי איז אויך די התוועדות פון יום ההילולא העיקריות איז געווען ביום השבת קודש, איז דאך דעמאלט ניט געווען שייך דער ענין פון טיילן די דאלארס אויף צדקה, ועל דרך זה אויך פון געבן צעטלן כדי צו ברענגען זיי אויפן ציון פון דעם בעל ההילולא, וועט מען דאס משלים זיין איצטער, בפרט נאך אז ס'איז דאך קיימא סיהרא באשלמותא פון דעם גאנצן חודש, כולל אויך דער יום השבת קודש פון דעם יום ההילולא, און לפני זה אויך דער ענין פון דעם ניגון פון דעם אלטן רבי'ן, דער הכנה לזה און ניגון שלאחרי זה. און ויהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן נאכמערער צוהיילן דעם והקיצו ורננו שוכני עפר והוא בראשם נשיא דורנו, דער בעל ההילולא, און נאכמערער צוהיילן דעם ענין פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, והקיצו ורננו כל שוכני עפר ובקרוב ממש, נמן כהיהי רצון, ובעגלא דידן ממש, ולא ייכבן אפילו כהרף עין. און מ'וועט אויך טיילן, כאמור, לאחרי דער ברכה אחרונה, די דאלארס אויף צדקה, און די וואס ווילן געבן אויך שמו בצירוף שם אמו, אויף מיטנעמען דאס און בייגנען דאס אדער א ליין, אדער על ידי שלוחו, וואס שלוחו של אדם כמותו על הציון פון דעם בעל ההילולא, און ויהי רצון, אז מ'זאל ניט דארפן אנקומען צו דעם ציון, ווארום ס'וועט זיין והיו עיניך רואות את מראך בעיני בשר ממש נשמות בגופים, און אויך נשמות בגופים אן דעם הפסק שבינתיים, גענוג דער ענין פון ענין הביטול, כעפר, וואס מ'זאגט דאך דאס יעדער טאג, לאחרי תפילת העמידה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions