Paragraph
Paragraph rh-7sjzze4s
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a6h4ehfh
- order
- 8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שוין ווי דערמאנט אין די התוועדויות הקודמת, אז בכל מאודך וואס מ'זאגט פעמיים בכל יום אין עבודת ה וואס דאס איז ענין קריאת-שמע, יקבל עליו עול מלכי שמים און עול מצוות, זאגט מען בכל מאודך, ופירושה פון תורה טייטשט דאס אפ אין ביידע אופנים, בכל מאודך בפשטות, דער ענין הממון, ובכל מאדך בכל מדה ומדה דער ענין פון מסירת-נפש. וואס דאס איז דאך פארבונדן אויך מיט דרך אפשר על כל פנים ווי ער זאגט אין תניא, אז פרוטה אחת וואס ער גיט אויף צדקה, איז אן ענין וואס כהי'יכול לקנות בזה חיי נפשי, און ער גיט דאס אפ אין דעם אויבערשטן המצוה אין מצות הצדקה, וואס דערפאר איז צדקה כוללת ושקולה כנגד כל המצוות כולם, ווי ער איז מבאר דארט בארוכה. און אין פרק ל'זיין, ווי חסידים פלעגן דאס אפטייטשן, אז דאס איז בגימטריא הבל, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט בריאת העולם, וואס דער עולם איז דאך נברא געווארן על ידי הבל, ביז אין דעם ענין און אופן פון שבעה הבלים, ווי ער זאגט אין מדרש. און דערפאר איז דאך אויך דאס דער קשר און דער ביאור וואס דער עולם מתקיים בשביל, וויבאלד אז ער איז פארבונדן און געווארן דורך הבל דארף דאס זיין מדה כנגד מדה פארבונדן מיט א הבל פון תורה, וואס דאס איז הבל תינוקות של בית רבן, וואס דארט איז תורה וטהרתה גארניט אריינגעמישט קיין אנדערע ענינים, ווארום דאס איז א הבל שאין בו חטא, כמבואר בארוכה בכמה שיחות.
- proofread
- 0