English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

67 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ווי גערעדט פריער דער דיוק וואס שטייט אין בריאות, ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ, אז ער האט מערניט ווי די מעלה וואס דאס איז א בריאה פון דעם אויבערשטן, בלשון הגמרא ”אומן שעשאני” איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז אויך חל ניט נאר אויף אידן, נאר אויך אויף ניט-אידן.

2וואס דאס קומט דאך בהמשך ווי גערעדט פריער אין דער אגרת וואס דער אלטער רבי שרייבט וועגן זיין אופן הגאולה, אין וואס פאר אן אופן דאס איז געווען, וואס ביי אידן הויבט זיך יעדער זאך אן פון תורה בגלוי איז דאס געווען מיטן פסוק און מיטן תוכן פון ”פדה בשלום נפשי” איז ער פאר דערויף מאריך,

3אז די גאולה האט געמאכט א שינוי און ס'איז געווען א פלי ביז אין אן אופן פון פליאה בא ”כל אפסי ארץ”, אויך בא אומות העולם.

4וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק וואו איז דא דער פארבונד פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” מיט דעם ענין וואס ס'איז שייך מיט ניט אידן מיט עמי הארץ.

5וואס אמת טאקע בפשטות, האט ער דאס געדארפט דורכגיין דורך עמי הארץ, וואס פון זיי איז ארויס דערנאך דער שחרור והגאולה, אף על פי וואס דער עיקר איז געווען מצד די ענינים ברוחניות, ווי דער בעל הגאולה האט דערנאך מסביר געווען, אז דאס איז אויך פארבונדן מיטן שינוי אין אופן הסברת התורה,

6אבער דערנאך איז דאס אראפ אין לבושו 'ודרכו הטבע', האט דאס געדארפט דורכגיין דורך אפסי ארץ, דורך עמי הארץ, אבער דאס איז דאך דער אויבערשטער לבוש החיצוני, וואס ער ווערט געמאכט לפי מדה פון דעם מענטשן פון דעם ענין וואס ער איז זיך נתלבש אין דעם לבוש.

7דער ”ארון הקודש” האט געהאט אויף זיך א מכסה מיט וועלכן מ'האט אים צוגעדעקט, איז דער מכסא געווען געמאכט לויטן מאס פון ”ארון הקודש”, ניט פארקערט חס ושכל.

8על דרך ווי דאס איז ביי אן אדם כפשוטו, אז ניט מ'מעסט אויס זיין גוף, דערפאר וואס מ'האט פריער א לבוש, א בגד, במילא פאסט מען אים צו צו דעם בגד אין סדום איז געווען אזא מין סדר אויך, אז ס'איז געווען א לאנגע מיט א קורצע מיטה האט מען געוואלט איבערמאכן דעם מענטשן צוליב דער בעט, צוליבן לבוש.

9דער סדר החיים איז, אז דער לבוש ווערט געמאכט אויב ער איז א לבוש כדבעי, לויט דעם אות פון דעם אדם שנתלבש בו.

10ביז וואנענט, ווי גערעדט כמה פעמים, אז יעדער ענין קומט דאך אראפ אין הלכה בפועל איז דאך דא אין מדת פון לבושים, ואין סדר טהרת נתבאר בארוכה,

11וועלכער אורך, אויף ווי לאנג איז דער בגד אדער דער ווילעו וכיוצא בזה, אדער די שיריים די פרעמזן וואס איינגעווען אויף דערויף וואס זיי זיינען פארבונדן מיטן בגד שטייט דאס אין דעם זעלבן מעמד ומצב פון טהר ווי דער בגד עצמו, און דאס וואס איז דא נוסף על זה איז אויף דערויף ניט חל דער גאנצער ענין, ווארום דאס איז ניט שייך צום בגד,

12א הלכה בפועל. על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז דער לבוש איז געמאכט מצד דערויף וואס בפנימיות האט דאס געהאט א פארבונד אויך מיט ניט-אידן.

13וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט א הלכה בפועל, וואס דער רמב"ם פסק'נט אפ בנוגע צו שבע מצוות בני נח, אז א איד האט אויף זיך א חיוב, אז ער דארף זיך משתדל זיין כפי יכלתו, אז זען אז ניט קיין איד זאל מקיים זיין שבע מצוות בני נח,

14און ניט נאר דאס וואס דאס איז ”טוב לבריות” נאר דאס איז פארבונדן מיט טוב לשמים ניט ער דארף זיך משתדל זיין אז זיי זאלן זיי סתם מקיים זיין די מצוות, נאר ער דארף זיי זאגן, אז דערפאר וואס דאס איז פארבונדן מיט שמים אזוי האט געהערט ”משה מפי הגבורה”.

15ביז וואנענט אז דער קשר מיוחד מיט תורת הבעל שם טוב איז, איז ווי גערעדט פריער, אז לויט תורת הבעל שם טוב איז דאס אן ענין פון השגחה פרטית, ניט פארבונדן מיט די התפתחות השכל פון דעם מענטשן,

16אדער אפילו ”יראת שמים שבו וכו” נאר דאס איז אויך דא אין מן החי און מן הצומח און מן הדומם, ווי שוין מבואר אויך בארוכה אין איינע פון די שיחות פון יו ת' כסלו פון דעם רבי'ן דעם שווער, וואו ער איז מבאר, אז גייענדיק אמאל און זייענדיק פארטיפט אין אן ענין של תורה, וואס ער האט געהערט כתלמיד מפי הרע פון דעם פאטער,

17וואס לכאורה איז ער דאך דעמאלט ניט שייך צו ענינים פון מדידות והגבלות וכו ווארום ס'איז אינגאנצן אן ענין של סופסותיו נוטפי סמאר אף על פי כלי, דאס וואס ער איז בשעת מעשה געדרייט מיט א בלעטל, אן קיין תכלית בדבר,

18און האט א בלעטל של צומח צוריבן האט אים דער פאטער זיינער אויסגערעדט און פארבונדן דאס מיטן ענין פון השגחה פרטית.

19וואס דאס איז דאך אויך די דוגמא הידוע, אז אפילו ווי אזוי א בלעטל וואס וואלגעט זיך אין גאס זאל זיך איבערדרייען מצד לצד, צי דאס וועט זיין על ידי רוח אדער באופן אחר איז דאס אויך א פרט אויף וועלכן ס'איז חל די השגחה פרטית ממעלה.

20וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז אין תורה איז ”לא תוסיפו ולא” תגריו מ'האט געגעבן א אידן תורה וויפל דער איד דארף האבן, דארט איז ניטא חס ושלום קיין איבעריקע זאך,

21וויבאלד אז מ'האט א אידן געגעבן אט דעם ציווי, אז ער זאל פועל זיין אויף א ניט-אידן, אז דער ניט-איד זאל מקיים זיין שבע מצוות בני נח, און זאל וויסן אז דאס האט משה רבינו געהערט באם בארג ”סיני מפי הגבורה” איז דורך דערויף איז ער משמש את קונה, אין דערויף איז תלוי אויך זיין שלימות.

22וואס לכאורה איז דאס א בפירוש'ער רמב"ם, איז כבדובר כמה פעמים, חסידות איז ניט חס ושלום א תורה חדשה דאס איז מגלה דעם חיות און די פנימיות און די נשמה און די לעבעדיקייט וואס איז דא אין ענינים פון אידישקייט,

23אין ענינים פון תורה ומצוות, אז מ'זאל דאס טאן מיט א לעבעדיקייט מיט דער נשמה פון אידישקייט, ווארום ער טוט דאס מיט זיין נשמה.

24און וויבאלד אז מ'האט גע'פועל'ט אז ס'האט זיך אנגעהויבן דער סדר פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” ביז אין ”חוצה שאין חוץ מחוץ” הימנו איז דערפון אויך פארשטאנדיק בהנוגע אויך אין אומי הארץ, אין עמי הארץ, אין אפסי הארץ.

25וואס דערפאר איז דאך דא די כמה הנהגות פון רבותינו נשיאינו וואס איז פארבונדן מיט ניט-אידן, אז זיי האבן אפגעגעבן פון זייער צייט א פועל זיין א הטבע אין הנהגתו פון ניט קיין אידן.

26מ'לעבט דאך אין א דור יסור, אין א חושך כפול ומכופל, דארף מען דאך האבן ניט אז דער ענין זאל שטיין מערניט ווי אין תורה, נאר מ'זאל אים זען 'בעיני בשר',

27האט מען דאך דערלעבט צו אזא מעמד ומצב און מ'זעט אויף וויפל ס'איז נוגע און א מוכרח, אז מ'זאל זיך משתדל זיין אז גויים, ניט אידן, זאלן וויסן וועגן שבע מצוות בני נח, און וויסן אז דאס איז פארבונדן מיט ”משה מפי הגבורה”.

28וואס לכאורה, אז מ'איז א ”כבשה אחת בין שבעים זאבים”, און מ'דארף זוכן עצות אין 'דרך הטבע' וואס דאס זאל זיין א כלי און א לבוש אויף הנראה ”לא ינום ולא יישן שומר ישראל” כפשוטו.

29וואו האט מען דאס צייט אויף זען פועל זיין ביי א ניט-אידן, ביי איינעם פון די שבעים זהאובים אז ער זאל מוטיף זיין הנהגתו בחייו הפרטיים.

30וויבאלד אבער אז תורת חיים, הוראה בחיים, האט דאס אריינגעשטעלט אין א דין איז א סימן, אז סוף סוף וועט ער האבן אט די געלעגנהייט.

31און ער זאל ניט מיינען, אז וואס האט ער דא אויפגעטאן, אז א גוי האט געטאן א דבר טוב, ובפרט נאך אז זיי הויבט גלייך אן די קשיא וואס מ'זאגט, אז דניאל האט געגעבן אן עצה בנוגע צו צדקה, איז דערנאך דערפון געווארן כמה ענינים בלתי-רצויים וכו אבער דאס איז א דין אין רמב בם, וויל מען זוכן א תירוץ געזונטערהייט, אבער דאס איז ניט משנה דעם דין.

32ובימינו אלו זעט מען ווי דאס איז געווען, און ווי דאס איז נוגע איצטער ביז אין הנהגה בפועל.

33און אויך, ווי גערעדט פריער, דאס איז ניט אן ענין וואס מ'דארף משנה זיין תורה צוליב זיי, נאר ס'דארף זיין ”ומקרבן לתורה” דערציילן זיי אז דאס איז ”משה מפי הגבורה”.

34און דערפאר איז דאך געווען אט דאס בנוגע לפועל, אין כאן הזמן דערציילן וועגן ענינים וואס ס'האט געטאן קרומע זאכן, און ער האט אמאל געמאכט א גאנצן טומל, און מ'האט גענומען געלט, און מ'האט געמאכט אויף א פילס, און מ'איז אווע און מ'האט דאס אריינגעשפארט אין שונאי ”ישראל, ללא כל” תועלת זיי האבן גאר לכתחילה ניט צוגעזאגט אז זיי איז מסייע זיין,

35און דערנאך האבן געמאכט א טומל אט דער וואס האט געפירט אהינצו די געלט, געשריען לאדם געווען געדרוקט אין צייטונג אז ער האט געפארן, מיט וועמען ער האט גערעדט און וויפל געלט מ'האט אהינצו אריינגעשפארט וכו פארוואס איז דאס?

36מ'האט גענומ� און ס'איז געווען אני יעמך קודמין און דערפאר וואס ריצר לקנות לא שם האט ער זיך געשפארט, אז ער וועט דוקא פארן און אים זאל מען געבן די געלט, און מ'זאל זיך אויף אים פארלאזן.

37”ויצא העגל הזה” איצטער האט מען געהאט פון אים צרות צרורות פון דעם גוף וואס ער האט אין אים אריינגעשפארט די געלט.

38פארוואס איז דאס? ער האט אים געגעבן ”כחי ועוצם ידי” א פרומער איד!

39ער האט גערעדט מיטן גוי האט ער געוואלט געפעלן דעם גוי, האט ער גערעדט מיטן גוי אויפן גוי' אישן לשון, איך רעד מיין איצטער ניט דעם לשון כפשוטו, מיין מיט א גוי' אישן תוכן, כדי ער זאל נושא-חן זיין ביים גוי.

40בשעת ס'איז דער היפך פון ”מקרבן לתורה”, און מ'פארבינדט דאס נאך מיט כספץ סיבור, וואס דעמאלט מאטערט דאך די גמרא אין שולחן ערוך ווי אזוי מ'קען באוואר אז מ'נעמט א פרוטה פון א קופה פון כספי ציבור פון א קופה של ציבור ווי אזוי קען מען דאס דערנאך פארריכטן.

41בשעת אבער ער וועט קומען צוגיין צו א גוי און זאגן אז ער איז א איד וואס ער איז נשמתו עמדם באם בארג סיני, און ער ווייס אז דערנאך האט מען אנגעזאגט א אידן אז ער זאל מקיים זיין תר' י' ג' מצוות,

42און ז' מצוות בכל הסעיפים שלהם האט מען געגעבן פאר גויים, און אט דאס איז זייער מציאות און זייער חיות און זייער קיום, נאך מערער אין כמה פרטים ווי להבדיל ביי א אידן.

43ביי א אידן איז דא א חילוק אין איינשים.

44ס'איז דא אן עונש של מכת מרדות, אן עונש של ממון, אן עונש של מלכות, ביז ס'איז דא דער עונש הכי חמר.

45בא גוי איז ניטא די חילוקים, עובר געווען אויף די ז' מצוות ווערט ער אויס מציאות, במילא, אז ער האלט פון אים אפ איינע פון די ז' מצוות האלט ער פון אים אפ זיין חיות,

46און דער מזלי' חזר דער גוי ווייס דאס אפשר ניט, אבער מזלייהו חזר ווערט ער א היפך פון דעם אור.

47לאידך גיסא, ווי איז דאס שייך אריינשטעלן אין דיפלאמאטיע רעדן מיט א גוי וועגן משה'ן מפי הגבורה וועט אים בעסער זאגן אז אזוי שטייט ביי א גוי' שן מנהג, ביי א גוי' שן חכם, ביי א גוי' שן חוקה וכו איז כאמור לעיל, ערשטן האט דאס א הסברה אין שכל, דערנאך מ'דארף גאר ניט זוכן א הסברה אין שכל.

48אז תורה זאגט אזוי איז דאס זיכער אז דאס איז גוט בעולם 'הזה הגשמי' והחומרי, און ס'איז זיכער אז דאס איז די וועג אויף וועלכע א איד וועט מצליח זיין און ווי מ'האט געזען בפועל, אז בשעת א איד האט גערעדט אלס א איד,

49און האט זיך ניט נאר ניט געשעמט דערמיט, נאר געב רימט זיך דערמיט האט ער גע'פועל'ט שלא בהרך מערער ווי בשעת מ'האט זיך געוואלט משתדל זיין זיך אויף געפעלן דעם גוי, און דערפאר זאל דער גוי ניט דערקענען אז ער איז א איד ווען ער טרעפט זיך מיט אים.

50וכאמור, ס'אין כאן הזמן להאריך בזה.

51אט דאס ווא� אז דער שינוי וואס איז געווארן אין ”יפוצו מעינותיך חוצה” וואס דאס ברענגט אראפ ”למטה מעשרה טפחים”, אז א איד זאל דורכגענומען ווערן מיט דעם ענין אז א השגחה פרטית איז בנוגע צו א אידן, בנוגע צו 'שבעים זאבים',

52בנוגע על אחת כמה וכמה אט די וואס זיי זיינען ניט קיין זאבים, ביז אז דאס איז נוגע צו חי און צומח און דומם איז אט דעמאלט איז פארשטאנדיק פארוואס מ'קלייבט אים אויס אויף אזא שטעלע און מ'שיקט אים אין אזא ארט וואס ער טרעפט זיך דארט מיט ניט-אידן,

53דארף מען זיי רעדן מיט ענינים וואס לכאורה גארניט נוגע צו אידן, אדער נוגע צו אידן מערניט ווי דמיעוטא דמיעוטא, וואס ער איז בטל דרובו און מ'זאגט אז אף על פי כן שיקט מען אים ההינצו וואס דאס איז 'בהשגחה פרטית', ווארום כאמור,

54ס'איז א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז מ'האט אים אהינצו געשיקט און אוועקגעשטעלט אויף דעם פאסטן קען ער דארט אויפטאן והתפללו שלום העיר וויבאלד אז מ'געפינט זיך דארטן אין די לעצטע טעג פון גלות, און נאך מערער דורך דערויף קומט ביי אים נאך צו א פרט אין זיין קיום התורה והמצוות אין זיין ענינים אלס א איד,

55און אט דעמאלט איז ”הקב"ה עוזרו”, בדוגמא ווי דער בעל הגאולה האט דערציילט, אז בשעת ס'איז געווען כמה שאלות, האט ער געהאט אויף דערויף אן עזר מלמעלה וואס כמבואר אין די סיפורים וועגן די שאלות ותשובות וכו וויבאלד אז מ'האט דאס דערציילט אנשים כהרקנו איז א סימן, א ”שמץ מנהו”,

56אף על פי וואס מיהו זה ואיזהו וואס קען זיך צו זיי גלייכן, האט מען פון זיי א נתינת-כח, אז בשעת ס'טרעפט זיך 'בהשגחה פרטית', מ'קלייבט אים אויס אויף א פוסק'ן וואס ער האט א ממשלה אדער א חוות-דעת, אדער ער קען מכריע זיין אין ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט ניט-אידן,

57דארף ער דארטן אויך טאן באמונה און געדענקען אז דאס איז געקומען אז דאס איז פארבונדן מיט אדין קול מיטן אויבערשטן וואס ער איז דער אדין קול.

58און אט דעמאלט סוף כל סוף קומט ארויס דערפון א טובה צו א איש, צו א אידן אלס א פרט, און ועל ידי זה סוף סוף אויך א טובה צו 'כלל ישראל',

59ווי מ'האט געזען בכמה ענינים, אז דורך דערויף וואס מ'האט געטאן א טובה, א גוי קטן, ווי דער מדרש דערציילט איז דערנאך בטל געווארן א גזירה, צי וואס דערציילט דאס דער מדרש אונז, אז מ'זאל וויסן זיין, אפילו אין חושך כפול ומכופל דארף מען ניט נתפעל ווערן פאר די ”שבעים זאבים”,

60ווארום ה' יתנו איז ”שר צילם עליהם” איז לחמנו הן און א איד וועט אויספירן אלע ענינים וואס ער דארף אויספירן על פי תורה דער לבוש בדרך הטבע איז דאס פארבונדן דערמיט וואס ער טוט א טובה, וואס דאס דארף ער בלאו הכי טאן,

61נאר דאס איז דאך שכר מצוה מצוה און אחוץ די מצוה אליין, אחוץ דערויף איז נאך דא א שכר, בדוגמא ווי אויף כללות הענין פון תורה ומצוותי אין יעודים גשמיים,

62אף על פי וואס דער עיקר איז די יעודים רוחניים, ווי ער זאגט אין רמב"ם און נאך מערער אין ספרי מוסר און קבלה און חסידות וכו מער באריכות, מער בפרטיות.

63און אט דאס העלפט אויך ארויס, אז ניט נתפעל ווערנדיק פאר די הונדערט און פינף און צוואנציק גרים צי הונדערט און דרייסט גרים וכו,' וויבאלד אז דאס איז מערניט ווי ”בשביל ישראל שנקראו ראשית” ”בשביל התורה שנקראת ראשית” איז אט דעמאלט, אז א איד גייט בדרך התורה,

64און ער גייט בדרך התורה, וואס תורה זאגט אים אז ”ברא אלקים את השמים ואת הארץ” אלע ענינים אין דער גאנצער וועלט, און ער געדענקט, אז ”נתן לנו את תורתו” דאס איז פארבונדן מיט אהבת השם אט דאס איז זיין שליחות אין זיינע ענינים אין וועלכע ער דארף אונטערהאנדלן מיט בריאות כפשוטו פון שבעים אומות,

65און אויך ומקרבם לתורה איז דין חילקים און ענינים אין תורה וואס במצוות דדהו ווי די גמרא זאגט, וואס אט דעמאלט קענען זיי זיך דערגרייכן צו א מעלה נעלה ביותר, ביז צו דער מעלה ווי מ'זאגט אז אילא אומות העולם יודעים וואס דער בית המקדש טוט אויף פאר זיי,

66איז ניט נאר זיי וואלטן ניט מנגד געווען צום קיום פון בית-המקדש, נאר מ'וואלט נאך ארומגעשטעלט חיל אן ארמיי ארום דעם בית-המקדש אויף אים אפהיטן, דערפאר וואס דאס איז זיי נוגע, ביז וואנענט מ'וועט קומען לקיום היעוב,

67אז ס'וועט זיין דער ”הללו את הוי' כל גויים” און דער טעם וועט בא זיי זיין, כגבר עלינו חסדו בגאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין אהפוך אל כל העמים ”כולם שפה אחת” לעבדו כולם שכם אחד, ומתוך שמחה וטוב לבב.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים