English
ספרייה
kind
paragraph
order
Z
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אחד ואחד השנדבה לבו ווערט ער אויך א לוי, ביז אין א דרגא ווי שלימות אין לוים, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון כהן גדול, קודש הקדשים, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך די אלע ענינים דארף זיך אויך אפשפילן אין מעשה בפועל, על אחת כמה וכמה אין דיבור בפועל און במחשבה בפועל, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין וואס נדבה רוחה איז דאך פארבונדן מיט מחשבה שבלב, דערנאך קומט דאס אראפ למטה מטה, און דורכגייענדיק דיבור אויך אין מעשה, וואס אין דערויף איז דאך דער ענין ווי ער זאגט דערנאך אז נעשה קודש הקדשים דער ענין פון עשי', און די אלע ענינים אין אן אופן פון גורל, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אחת בשנה און פארבונדן בא יעדער אידן מיט חלק הגורל שבו, וכידוע די דריי ענינים וואס מ'זאגט יעדער טאג אלס א הקדמה צו עבידת התפילה, די אלע דריי ענינים וואס ס'איז דא פון חלקנו און גורלנו און ירושתנו, איז דאס אויך דא בא יעדער אידן וואס ער זאגט דאס, זאגט ער דאך בפירוש
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים