פסקה
פסקה rh-7r5exafp
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-hgerfd0p
- order
- js
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פרויען ברוחניות, על אחת כמה וכמה געזונטע פרויען בגשמיות, במילא זיינען זיי מדריך און שטעלן איין דעם בית וואו זיי זיינען די עקרת הבית, און אויך די ניט-חתונה-געהאטע פרויען גרייטן זיך צו זיין אויף עקרת, צו זיין אן עקרת הבית, אן עיקר פון דער הויז, דורך דערויף וואס זי מאכט דעם עיקר פון דער הויז, דער עיקר פון אידישקייט, און דער עיקר פון יעדער אידן, אנשים נשים וטעלה, דאס איז תורה ומצוותי,' א תורה לעבן און א מצוות לעבן בפועל, און המעשה הוא העיקר. ובפרט נאך, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט דעם ענין פון מעשה הצדקה, און ווי גערעדט מערערע מאל, אז זיכער האט יעדער פרוי ביי זיך אין חדר הטבשיל, אט דארט וואו זי גרייט-צו דעם עסן פאר דערגאנצער הויז, האט זי אויך א צדקה פושקע, וואס דאס ברענגט הצלחה וברכה פון דעם אויבערשטן אין דעם עסן וואס זי גרייט-צו פאר די משפחות
- proofread
- 0