English
ספרייה
kind
paragraph
order
N
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מקדש און די קרבנות אין מקדש און עבודה במקדש איז געווען פארבונדן מיט א ריבוי תנאים, כדי דורך דעם זאל מען פארשטיין די עצם טייערקייט פון די ענינים, וואס דערפאר קען מען דערפון ניט מאכן א זאך וואס דאס איז יעדער טאג און אלע טעג, מערניט ווי א זכר בזה, אבער די זאך אליין איז פארבונדן מערניט ווי מ'דארף מקריב זיין א קרבן, אדער כיוצא בזה, ענינים יוצא מן הכלל, וואס דערפאר איז אפילו כהנים האבן געהאט כמה תנאים, איידער זיי זיינען אריינגעגאנגען אין די ערטער וואו זיי האבן געמעגט אריינגיין. אין קודש הקדשים איז אפילו א כהן גדול האט געמעגט אריינגיין מערניט ווי איין מאל א יאר, כאטש אפילו א גאנצן יאר האט ער געטראכט וועגן קודש הקדשים און וועגן לוחות הברית און וועגן די אלע ענינים כמובן וגם פשוט, אבער דער אריינגיין בפועל איז אזוי טייער און אזוי הויך, און ס'דארף מאכן אזא שטורעמדיקן איינדרוק אויף יעדערן, אז דאס איז מלכתחילה איינגעשטעלט, אז דאס זאל ניט קענען ווערן אן ענין צו וועלכן מ'באציט זיך, ווי א דבר הכי רגיל. וואס אזוי איז אויך בהנוגע אז מ'זאגט, אז לימוד התורה איז א תורה נקנית בארבעים ושמונה מעלות, דערפאר וואס תורה איז אזוי טייער אז זי דארף האבן כמה וכמה מעלות און הכנות, כדי מ'זאל זוכה-זיין אויף קונה-זיין די תורה, וואס דערפאר איז ניט נאר לערנען תורה, וואס דאס איז יעדערער מחוייב, ואדרבא ס'איז גאר ניט שייך דערפון באפרייט ווערן איז צום צווייטן קצה, כדי מ'זאל קונה זיין די תורה מיטן גאנצן שטורעם און מיטן גאנצן פארנעם דארף מען האבן אט די אלע מעלות וואס די משנה רעכנט אויס, וואס אין די מעלה איז דאך דא כמה ענינים של פרישות און כמה ענינים של הכנה, צוליב דער
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים