English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

55 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דער רבי האט אויך דעמאלט דערציילט, דער סדר איז געווען, אז דעם אלטן רבינ'ס אייניקל, ר' נחום, פלעגט דערציילן יעדער י' טס כסלו, דעם גאנצן סיפור המאסר והגאולה, פון אנהויבס ביז דער סוף,

2און אויף אזויפיל מדייק געווען, אז טאמער פלעגט איימיצער אריינגיין פון די מכובדים באמצע הסיפור, פלעגט ער אנהויבן נאכאמאל פון אנהויבס, און האט דערציילט, אז דער תחילת סיפורו פלעגט זיך אנהויבן, אז

3צען יאר איז דער אלטער רבי געווען ביים מזריטשער מגיד, און נאך דעם פינף יאר איז ער געווען דער ראש פון דער חברייא קדישא,

4און דערנאך איז ער צוואנציק יאר זיך מתעסק געווען אין הפצת החסידות תורת הבעשם טוב, און בשעת ס'איז נתפשט געווארן מיט א גרויסע התפשטות איז דעמאלט געקומען די מסירה.

5וואס אזוי כאפט זיך אויך פשוט אין חשבון די יארן, אז די יארן צען יאר פאר מגיד, וואס ער איז דאך נסתלק געווארן ל'ג איז הויבט זיך דאס אן פון כ'ג דאס הייסט, אז דער אלטער רבי איז דעמאלט אלט-געווען אכצן יאר,

6דערנאך האט זיך געענדיקט די צען יאר ל'ג איז געווען פינף יאר דער ראש פון דער חברייא קדישא ביז ל'ח, און דערנאך צוואנציק יאר געארבעט אויף התפשטות פון תורת הבעל שם טוב, תורת החסידות, איז דאס נו' חס,

7און דעמאלט איז דאך געווען די מסירה וואס דאס האט געבראכט דערנאך צו מאסר אין התחלת פון נו"ט, וואס די התחלה אויף דערויף איז דאך נאך געווען אין נו' חס, וכידוע דער סיפור מיט די פדיונות וואס דער אלטער רבי האט דעמאלט געשיקט.

8וואס לכאורה איז אין דעם עד כאן דער סיפור פון דעם רבי'ן דעם שווער.

9וואס לכאורה איז דאך אין דערויף ניט פארשטאנדיק, בשעת ס'רעדט זיך וועגן סיפור המאסר והגאולה, איז ווי פאסט דא אריין די התחלה, אז ס'איז געווען פריער בא מגיד צען יאר און פינף יאר ראש פאר דער חברייא קדישא, און דערנאך צוואנציק יאר אויף התפשטות פון תורת החסידות?

10וואס אפילו ”אם תמצא לומר”, אז די צוואנציק יאר האבן דערצו א שייכות, ווארום דער קיטרוג וואס דאס האט געבראכט צו דעם מאסר איז דאך געווען דערפאר וואס מ'האט מ�ופיץ געווען תורת החסידות ביותר, וואס דאס האט זיך אנגעהויבן אין די אנהויבס פון די צוואנציק יאר מיט דעם נייעם דרך,

11איז דאך אבער ניט פארשטאנדיק וואס איז דא דער קישור מיט די פינף יאר וואס איז געווען א ראש פון דער חברייא קדישא, ועל אחת כמה וכמה די צען יאר וואס פאר דעם, וואס דעמאלט איז ער געווען א תלמיד במגיד.

12נאר דאס איז על דרך ווי דער מדרש זאגט אויף צדיקים, אז יודע הוי' ימי סמימים אז מה הם תמימים איז אף שנותיהם תמימים

13וואס דערפון לערנט מען דאך אפ אויף שני 'חיי שרה', אז אלע אירע יארן זיינען געווען אין איין אופן אז ”כולם שוים לטובה” איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז שנותיהם תמימים איז אין זיך כורא ניט נאר דעם פירוש הפשוט, אז ס'האט גארנישט ניט געפעלט אין זייערע יארן,

14נאר אז די יארן זיינען געווען גאנצע אויך בתחילתם.

15ווי על דרך ווי מ'זאגט אנטקעגן 'ספירת העומר', אז וויבאלד אז ס'שטייט דער לשון שבעה שבועות תמימות, איז אויב מ'האט אינמיטן פארפעלט א טאג, איז דאס דעמאלט פעלט דער ענין פון תמימות אין די אלע ניין און פערציק טעג,

16אז ניט נאר אין דעם טאג וואס ער האט פארפעלט, על דרך זה אויך ווי אזוי ווייס מען אז ס'איז תמים אין התחלת התקופה?

17איז דאס פארבונדן אז שנותיהם תמימים אז כולם שווים אין דעם ענין אין וועלכן ס'רעדט זיך.

18וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז די שליחות פון דעם אלטן רבי'ן איז געווען, כמבואר בשיחות בכמה מקומות, כדי צו

19מפיץ זיין תורת החסידות בעולם איז מה ”הם תמימים אף שנותיהם תמימים” האט דאך דאס אנגעהויבן דער ענין וואס אויף דערויף איז געווען דער מאסר גלייך ווי ס'איז ארויס דער ענין פון דעם אלטן רבי'ן בגלוי.

20וואס דערמיט איז פארשטאנדיק, פארוואס אין דעם סיפור פון ר' נחום'ען אויב ער האט שוין געוואלט דערציילן, האט ער דאך געקענט אנהויבן דערציילן פון דעם הולדת פון דעם אלטן רבי'ן, און ער האט אנגעהויבן ניט ווען ער האט אנגעהויבן פירן נשיאות אויך ניט אין דעם צווייטן קצה פון זמן הולדתו, נאר פון דער צייט ווען ער איז געווארן א תלמיד בן מגיד,

21ווארום דער ענין המאסר איז דאך ניט געווען סתם מצד דערויף וואס ס'איז געווען אזא מין נשמה בעולם, נאר דער מאסר איז דאך געקומען דערפאר וואס די נשמה האט אנגעהויבן מגלה זיין ענינה ותפקידה בגלוי בעולם,

22איז דערפאר, אין דעם זמן הולדת פון דעם אלטן רבי'ן, איז כאטש אפילו דעמאלט האט זיך שוין אנגעהויבן דער גילוי הנשמה, וואס דאס איז דאך א הכנה למילוי תפקידה ווען זי וועט צוקומען צו דעם זמן וואס דעמאלט דארף מען דאס מגלה זיין,

23כל זמן דאס איז אבער געווען בהעלם האט דאס דעמאלט ניט געהאט קיין פארבינדונג מיט אן ענין וואס ער איז מקטריג אויפן גילוי.

24בשעת ס'האט זיך אנגעהויבן דער מילוי תפקיד נשמה זו ניט נאר בהעלם נאר אויך בגילוי, וואס דאס איז דאך ווי דער רבי שרייבט אין דער חוברת פון יו ת' כסלו אז בשעת עמד על דעתו האט זיך דעמאלט געהערט אין וועלט וועגן די צוויי ערטער,

25און דער אלטער רבי האט אויסגעקליבן אף גאון מאזוריטשט און מאזוריטשער מגיד איז דאס איז דאך געווען די התחלת ההתגלות פון דעם אלטן רבי'ן אין דעם ענין פון חסידות, האט זיך דעמאלט אנגעהויבן אט דער ענין וואס דערנאך האט דאס געבראכט צו מעשה.

26וואס דערפאר איז די התחלת סיפור המאסר הויבט זיך אן פון די צען יארן ווען ער איז געווען תלמיד בא דעם מגיד.

27לכאורה, וואס איז אונז נוגע כל ענין זה, וכמבואר כמה פעמים, אז פון יעדער זאך דארף מען דאך אפלערנען אן ענין אין תורת השם, אין עבודת השם?

28איז דאס אויך אז בהנוגע צו מ'זעט אז מ'האט ניט קיין מנגדים און ס'איז ניטא קיין 'העלם והסתר' און מ'האט ניט קיין שוועריקייטן, איז דאס איז א סימן אז ער איז נאך ניט צוגעקומען למילוי תפקידו בעולם,

29אן ענין וואס ער באקומט לייכט, אן קיינע שוועריקייטן.

30איז לכאורה קען ער זיך טענה'ן, וואס דארף ער זיך שפארן דוקא אין טאן אן ענין אין תורה און אין אידישקייט וואס אים קומט-אן מיט שוועריקייטן, ער וועט זיך אויסקלייבן דעם ענין הקל, וואס קען אמאל זיין אז דאס איז גאר פון די מצוות חמורות, און ער וועט זיך פארלייגן אין דערויף טאן.

31איז אויף דערויף זאגט מען, אז חינם איז דאס געווען במצרים, מ'איז מבאר אויף דערויף אין זהר, אז ענינים פון קדושה קען ניט זיין חינם אויב מ'באקומט דאס אן יגיעה איז אט דעמאלט ”לא יגעת ומצאת איז אל טעמין” מ'קען ניט געפינען אן ענין וואס איז פארבונדן מיט זיין נשמה, און דאס זאל זיין חינם אן הארעוואניע,

32אן יגיעה והשתדלות. וואס אט דאס איז אויך אט דער לימוד, אז כל זמן ס'איז ניט קיין ספיקות, און כל זמן ס'איז ניטא קיין שוועריקייטן, און כל זמן ס'איז ניטא קיין מנגדים, איז א סימן אז ער האט נאך ניט אנגעהויבן ארבעטן עבודתו בקודש.

33וואס במילא איז דאס מערניט א תקופה און א הכנה אויף צוגרייטן זיך מ'זאל דערנאך קענען דורכפירן דאס וואס ער דארף דורכפירן בעולם.

34און ווי אזוי איז די התחלה פון ארבעטן אויף דורכפירן תפקידו בעולם?

35איז דאס ניט וואס ער זעט זיך אוועק אויבן אן און ער ווערט א נשיא, פאר דערויף מוז זיין א התחלה אויף זיין א מקבל אויף זיין צען יאר א תלמיד און א מקבל.

36און בשעת דאס נעמט-דורך די אלע זיינע צען כחות אלס מקבל אט דעמאלט קען ער דערנאך ווערן א נשיא און קען דערנאך ממלא-זיין תפקידו בעולם, אפילו ווען דאס רעדט זיך וועגן א נשמה פרטית, ניט א נשמה כללית.

37ובמכל שכן וקל וחומר.

38מה-דאך-אז א נשמה חדשה, ווי דאס איז געווען בא דעם אלטן רבי'ן, און וואס האט געהאט דעם סיוע און די ברכות פון דעם בעל שם טוב בעניניו,

39וכמבואר ומסופר בארוכה אין די לקוטי דיבורים פון דעם רבי'ן דעם שווער.

40דערציילט מען, אז ווען הויבט זיך אן דער גאולה, וואס דאס איז דאך געווען די התחלה פון יפוצו המעינות חוצה הויבט זיך דאס אן בשעת ס'איז דא הקדמה לזה דער מאסר, און ווען הויבט זיך אן דער מאסר?

41בשעת מ'ווערט א תלמיד, נאר וואס דען?

42בגלוי. וואס אט דאס איז געווען פארבונדן די ערשטע זאך אוי� וואס איז דרכו בחיים, און דערנאך זיין א נודד ממקומו א גולה ממקומו, ביז אין ענינים במיצר ודוחק וואס איז געווען בגשמיות, וכמבואר כמה סיפורים, דעם דוחק גשמי אין וועלכן דער אלטער רבי האט געלעבט זייענדיק אלס תלמיד בא מעזעריטשער מגיד,

43און וואס ביחד עם זה איז דאס געווען א דוחק בגשמיות, און אן עלי' שלא בערך, אין ברוחניות, וואס אט דעמאלט הויבט זיך אן גלייך די גאולה פון דעם ערשטן טאג, דעם ערשטן יאר, פון ווערן א מקבל ותלמיד, וואס דאס קומט דערנאך אויס לידי סיום וחותם ווען ס'איז געקומען די גאולה פון יט' כסלו תקנט.

44ועל דרך זה אויך איז בא יעדערן אין זיין ארבעט, די נשמה איז דאך ”ירדה מאיגרא רמה” ”בירא עמיקתא”, איז דאך דאס א ירידה 'צורך עלי,'' וואס עלי' האט דאך אויך דעם פירוש הפשוט,

45בשעת מ'דארף גיין מי עלי בהר השם איז דאך דאס פארבונדן מיט אן אנשטרענגונג דוקא איז הויבט זיך אן די עלי ווען ער פילט אז ער טוט ענינים און איז זיך מסייע גע אט דעמאלט,

46אויב ווי ער קען אויף דערויף קוקן בטעות, אז דאס איז אן ענין אויף וועלכע ער דארף הארעווען און מאטערן זיך, און מ'ווייס ניט צו וואס ער וועט צוקומען זאגט מען גלייך אן, אז סוף-כל-סוף וועט ער קומען צו זיין גאולה,

47אז זיין נשמה וועט ארויס פון זיינע 'מיצרים וגבולים', וואס דוקא דעמאלט וועט זי קענען ממלא-זיין תפקידו בעולם, דער ”לשמש את קוני” ווארום ס'קען דאך ניט זיין משמר זיין די עסקנו וואס דער אויבערשטער איז דאך אין סוף אויב ער בלייבט בא זיך מצומצם אין זיין מדידה והגבלה,

48אט דאס גופא וואס ער ווייס און הויבט אן משמש זיין דעם אין סוף את קונו אט דאס גופא איז אים מעורר, אז ער דארף בא זיך אויך די יציאה מן המיצרים והגבולים, וואס דאס איז דער ענין פון דער גאולה.

49וואס דאס איז דער לימוד השכל פון דעם גאנצן סיפור בהנוגע ”לכל אחד ואחד” בעניניו הוא.

50און אזוי ווי ער זאגט אין אגרת הקודש אין סימן ד אז ס'איז דא די גאולה פרטית ”של כל אחד ואחד” מישראל וואס דאס איז בעניניו הוא, וואס אויף דערויף זאגט ער דער ”פדה בשלום נפשי” פאר יעדערן בפרט, דערנאך קומט מען צו, דורך דעם,

51צו דער גאולה כללית, וואס דאס איז די גאולה פון נפשי הכללית, אין כנסת ישראל און ”שכינתא בגלותא”, אז זיי גייען אויך ארויס ממיצרים וגבולים אין דער גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דער ביאת משיח צדקנו בעגלא דידן,

52דורך דעם וואס יפוצו מעיינותיך חוצה און ווי גערעדט פריער, די התחלה לזה איז, דורך דעם וואס מ'פועל'ט בא זיך אז מ'איז מער ניט ווי א מקבל אט דאס איז די התחלה פון דער גאולה, וואס מ'קען דאס מאכן דערנאך אין אן אופן פון ”עד מהרה ירוץ דברו” אז דאס זאל זיין בשעתא חדא וברגעא חדא,

53אויב נאר ער פועל"ט בא זיך אז ער טוט אין דעם אויך אין אן אופן למעלה ממדידה והגבלה, סיי למעלה ממדידות והגבלות הזמן, און אויך למעלה ממדידות והגבלות פון דעם מקום און דער סביבה אין וועלכער ער געפינט זיך.

54און אט דעמאלט פועל"ט ער, אז די שמחה איז בריש גליי נאך ווען די מדינה איז בתקפה, און ווי געזאגט, אז בשעתא חדא וברגעא חדא וועט זיין דער ביאת משיח צדקנו, ו”יוליכנו קוממיות לארצנו”.

55לחיים. לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים