פסקה
פסקה rh-7p30n4f3
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a1jkfder
- order
- kV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און יהי רצון, אז ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדערער פון אייך וועט נאכמערער צוגעבן אין זיינע עסקנות ציבורית לטובת הכלל, און עסקנות ציבורית לטובת הפרט, וואס זיכער דארף מען דאך אייך ניט מסביר זיין, ניט ערקלערן ווי אזוי ס'איז וויכטיק טאן א טובה אויך א פרטיות'דיקן אידן, אפילו אז דאס האט ניט דעם שטורעם און דאס גיט ניט דעם כבוד, וואס מ'האט אז מ'טוט א טובה כלל ישראל, אדער א גאנצע קהילה פון אידן, אדער א גאנצן מוסד, בפרט נאך אז מ'טוט מתן בסתר, אבער דער אויבערשטער ווייס דאך, אז דאס האט ער געטאן דעם מתן בסתר גיט ער אים גלייך אלע ברכות והצלחות, און סוף כל סוף איז דער אויבערשטער אים מפרסם פונקט ווי ער איז מפרסם יעדערער פון אייך נאך מערער פון די זאכן וואס איר געטאן אין אן אפענעם אופן, איז סוף-כל-סוף וועט מען אויך מפרסם-זיין די זאכן וואס ס'טוט באהאלטענערהייט, און ס'איז דאך ניטא דערמיט וואס צו שעמען, בפרט נאך אז ס'בלייבט נאך גענוג אויף צו טאן באהאלטענערהייט, נאך דערויף וואס דער אויבערשטער וועט מפרסם-זיין גוטע עסקנות אויך פאר א פרט, נוסף אויף די עסקנות פארן כלל, און טאן אין די אלע ענינים אין אן אופן פון שמחה פון טוב לבב, און ווי דערציילט אין דער סדרה, אין דער חלק פון דער סדרה פון דעם מאנטיק, אז דער אויבערשטער האט געהייסן משה רבינו דעמאלט ער זאל צוזאמענקלייבן אלע אידן צום משכן, על דרך זה ווי יעדערער פון אונז האט זיך צוזאמענגעקליבן אויך אין א מקדש מעט, אין א בית הכנסת און א בית המקדש, וואס דארט האט געדאווענט און געלערנט און געטאן צדקה נשיא דורנו דער רבי דער שווער, וקדושה אינו זזה ממקומה דאס האט די הייליקייט עד היום הזה, און דאס איז נאכמער פארשטארק די אנטפלעקונג פון דער הייליקייט וואס יעדער איד האט, אז ער זאל זיין נאכמער אנטפלעקט און נאכמער
- proofread
- 0