transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1יעדער זאך פון קדושה איז דאך כמדובר כמה פעמים מוז דאס האבן א השפעה לאחרי זה, אז אין דערויף זאל ווערן א שינוי לקדושה ולטובה, ווי מ'זעט דאס אויך פון כמה הלכות פון כמה ענינים, און ווי מ'זעט דאס אויך אין טבע העולם,
¶2אפילו לאו דוקא פארבונדן מיט אידן, איז א זאך וואס געפינט זיך בעולם האט א השפעה אויף די דברים שמסביב לו, על דרך זה אויך פארשטאנדיק במכל-שכן וקל-וחומר אויף ענינים טובים שבעולם, ובמכל-שכן וקל-וחומר אויף ענינים של קדושה בעולם,
¶3וואס האבן נאך אויך אין זיך דעם תוספת כח פון קדושה, אפילו לגבי חול ורשות, על אחת כמה וכמה צו ענינים וואס זיי זיינען נאך למטה מזה, און אף על פי כן האבן זיי אויך א השפעה בלי השתדלות, על הסביבה, על אחת כמה ענינים רשות,
¶4עאכו"כ אין עניני טוב וקדושה.
¶5וואס דאס איז דאך אויך בכללות ווי מ'געפינט דאס בהנוגע צו ימים טובים דאורייתא דערפון אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו ימים טובים מדברי קבלה ומדברי רבנן וממנהג ישראל תורה היא ביז צו דעם ציווי פון ”אסרו חג באבותים”.
¶6וואס דא איז ניט סתם א המשך, נאר ס'איז א המשך אין אן אופן, בפשטות המקרא, אז מ'פארבינדט דאס אין א קשר חזר באבותים, וואס דאס איז ניט סתם א חבל המקשר, נאר א חבל אבות, א שטארקער חבל, א געפלאכטערער חבל, וואס דעמאלט איז דאך דער ישרו ”ביתר שאת וביתר עוז”.
¶7וואס אף על פי המדינה וכיוצא בזה, זאגט מען דאס בהנוגע צו זמן מתן תורתנו, און מ'פארבינדט דאס אויך מיטן טעם מצד די קרבנות וואס מ'האט ניט באוויזן ברענגען אין זמן החג האט מען דאס געדארפט ברענגען שפעטער,
¶8יום תבוח וכיוצא בזה איז דאך אבער דערפון ארויס אין דברי רבנות, חמורים ”דברי סופרים, וחביבים עלי” ”דברי סופרים יותר” אפילו פון דברי תורה,
¶9איז דאך פארשטאנדיק, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז ס'איז אראפגעקומען אין אסרו חד פון ”כל המועדים כולם”, ביז ווי דאס איז אראפגעקומען, און ווי מ'זעט דאס בפשטות אין הנהגת בני אדם,
¶10עאכו"כ אין הנהגה פון אידן ”אתם קרויין אדם” על שם ”אדמה לעליון” אז אט דעמאלט האט מען א המשך פון א יום טוב און א יום התוועדות און א טאג, ווען ס'קלייבן זיך צוזאמען כמה בני ישראל ביחד, אדער בכלל כמה בני אדם ביחד,
¶11אין אן אופן פון ”לשבת יצרה” וואס דאס איז דאך אן ענין פון ישוב העולם, ובפרט נאך אז מ'איז זיך משתדל, און זיי זיינען זיך אליין אויך משתדל אין קיום פון שבע מצוות בני נח,
¶12ווערט דאך דאס דער ענין פון ”לשבת יצרה” על פי ”תורת אמת” און תורת חיים, און ווי די גמרא זאגט, אז דאס איז איינע פון די גרעסטע מצוות, ביז וואנענט אז דאס קומט אראפ אין הלכה בנוגע צו ”חצי עבד און חצי בן חורין וכו” מיט כמה הלכות וואס מ'פסק'נט אזוי מצד ”לשבת יצרה”,
¶13איז אט דעמאלט קומט דאס אראפ אין הנהגה בפועל ובפשטות ובלי השתדלות יתורה, אז בסביבה און בנוגע לזמן, אין דעם זמן שלאחרי זה,
¶14איז ניכר א שינוי און ס'איז ניכר אז דאס קומט נאך אט דעם טאג וואס אין אים איז געווען דער מאורע מסויים, און ס'איז דאך פארשטאנדיק אז ס'קומט אויך מעין פון דעם מאורע איז אויך די השפעה אויך מעין זה,
¶15על דרך זה פון דעם חילוק ווי יסוד חג פון פסח אדער שבועות אדער סוכות על דרך זה בא די מועדים דרבנן אדער די מועדים מצד ”מנהג ישראל”.
¶16על אחת כמה וכמה, אז די טעג שלאחרי זה האבן גאר אין זיך אן ענין וואס איז לכאורה אן ענין בפני עצמו, אבער אויך אן ענין של טוב וקדושה,
¶17און אויך אן ענין וואס איז מעין פון דעם ענין וואס בהמשך לזה קומט ער איז דאך אט דעמאלט פארשטאנדיק, אז דער המשך איז ”ביתר שאת וביתר עוז”, אז נאך איידער ס'קומט דער יום זכרית שלאחרי זה, וואס דעמאלט איז ער מחוייב בענין זה 'מצד עצמו',
¶18האט מען שוין אויך א פעולתו אין די ימים שלפני זה, ווארום קדושה בכלל, און קדושה איז פארבונדן מיט זמן, איז דאך איינגעשטעלט א 'דבר והיפוכו', אז דאס איז אן ענין שהזמן גרמא, אבער ווי דער דין איז, אז אין יעדער ענין של קדושה ומצוה דארף דאס האבן א הכנה,
¶19משא' כן אין סעודת החול ווי עניני חול, על אחת כמה וכמה א זאך וואס איז פארבונדן מיט ברוב אים און פארבונדן מיט הפצה איז דאך דעמאלט נאכמער פארשטאנדיק אויף וויפל ס'דארף האבן א הכנה, וואס די הכנה איז דאך עצם ענינה, אז דאס מוז זיין דוקא לפני זה, ובהדגשה,
¶20און נאך מערער, אז אויב וואס גרעסער דער ענין איז איז פארשטאנדיק בפשטות דארף אויך די הכנה זיין גרעסער, סיי בכמות סיי באיכות, וויבאלד אז דער ענין האט אין זיך סיי כמות און סיי איכות,
¶21און אויך בכל פרטים האלו, כמדובר, וויבאלד אז אינו מבקש אלא לפי כוחם קען מען דאס דורכפירן, און דורכפירן 'בשמחה ובטוב' לבב ובתכלית השלימות, און ווי די גמרא זאגט אין כתובות אין אן אופן פון כדבעי למיעבד טוט מען דאס.
¶22וואס דאס איז אויך ווי מ'זעט דאך בנוגע צו יט' כסלו, אז גלייך אין די שבעה ימים שבתוכו האט מען שוין די התחלה פון ימי החנוכה,
¶23ובפרט נאך על פי הידוע, אז דער נשיא פון דעם בעל הגאולה בחזרה למקומו איז דאך אריינגעטראגן כמה ימים לאחרי י'ט' כסלו,
¶24ויש אומרים, אז גאר אין די התחלת חנוכה איז ער גאר געווען בדרך נאך איידער ער איז געקומען לבוריאו ולמקומו ולמקום דירתו כל השנה כולה, כמובן אויך אדער על כל פנים משמע פון כמה סיפורים, איז דאך דערפון פארשטאנדיק,
¶25אז וויבאלד אז דאס איז אזוי די קביעות ”בעל תישונה מידי שנה בשנה”, אנהויבנדיק פון דעם י ט' כסלו בפעם הראשונה, איז שוין געווען אין אזא אופן און אין אזא סדר, איז דאך א זיכערע זאך, אז דער בעל הגאולה האט דאס דורכגעפירט בפועל די אלע עניני הכנה, ובאופן דעם מוסיף והולך ואור,
¶26און נאך מערער, דאס איז דאך דער ענין פון ימי החנוכה, אז מוסיף והולך ואור, איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן הכנה לימי החנוכה,
¶27איז דאך ווי מ'זעט בפשטות, אז די הכנה דארף זיין מעין פון דעם ענין צו וועלכן מ'גרייט זיך, און וויבאלד אז דער ענין צו וועלכן מ'גרייט זיך איז אן ענין וואס הולך ומוסיף ואור איז ”נר מצוה ותורה אור” און נאך מערער-על פתח ביתו מבחוץ וואס דאס איז דאך אויך כולל די תרמודאות שבחוץ,
¶28ביז רגלא דתרמודאות שבחוץ, ביז אין אן אופן אז ניט סתם צו זיי דערגייט די ידיעה און ס'ווערט בא זיי א ביסער ליכטיקער, נאר כלשון הגמרא, וואס דאס איז דאך א לשון פון תורה, וואס יעדער ווארט אין איר איז דאך ווי דער רמב"ן ברענגט בהקדמתו צו חומש,
¶29אז בנוגע צו תורה שבכתב, וואס דערפון אויך פארשטאנדיק בערך זה איז דאס אויך בנוגע לתורה שבעל-פה, איז דאס דער לשון בזה,
¶30”עד דכליא ריגלא דתרמודאי” טייטשט מען דאך אפ אין דערויף אין ספרים, אז דאס פועל"ט אויף דער אור פון חנוכה, ווי ער גייט ארויס מבחוץ, טוט ער אויף, אז תרמודאי וואס דאס איז דאך אותיות מורדת, וכמבואר אין קבלה, אז דאס איז געווען אן אומה וואס האט מוריד געווען,
¶31און דערפאר איז דאס געווען זייער נאמען, ווי פארשטאנדיק אויך פון דער גמרא, וואס די גמרא זאגט אז דאס איז געווען עבדי שלמה, אדער נאך ערגער דערפון וכו,' ווי די גמרא ברינדט אראפ די דיעות שבדבר.
¶32איז אפילו רגלא דתרמודאי וואס דאס איז דאך דער פכטיס און די פשטות פון זיי, ניט נאר זייער קאפ און זייער ממשלה, נאר זייער רגל און דער סיום כל הדרגות שבהם פועל"ט מען זיי אויף, אז ס'זאל זיין ”קליא רגלא דתרמודאי” אז זיי ווערן אויס מציאות לגמרי,
¶33ווי אויך ווי דאס איז פארבונדן מיט דער פשטות הענין, אז קליא ריגלי תרמודאי איז דער אפטייטש, בפשטות, אז ס'ווערט אויס תרמודאי אין רשות הרבים, ניט נאר זייערע קעפי אפילו די רגלים גייען אויך אוועק פון דארטן,
¶34ווערט דאס בדרך ממילא אויס רשות הרבים, ווי דער דין איז בפשטות, אז אין רשות הרבים וואס בוקים בו רבים לכמה דעות דארף מען גאר האבן ששים ריבויים,
¶35אבער אז ס'דארף דארטן זיין בוקים בו רבים איז דאך דאס בפשטות, על דרך זה איז דאך אויך דער שיעור פון קבליא ריגלי דתרמודאי איז דאך ניט נאר דער פשט בפשטות, אז די תרמודאים זיינען ניט ”בשוק אין רשות” הרבים, נאר אפילו די תרמודאים, וואס זיי איז דאך מצד מסחרם והסקנותם ופרנסתם,
¶36זיינען זיי רשות הרבים ביז שפעט לאחרי כלות היום, איז אף על פי כן איז שוין אויך אט דער זמן אויך דורכגעגאנגען, וואס דעמאלט איז דאך בפשטות ווערט דאס אויס ”רשות הרבים, על” אחת כמה וכמה ווי מ'פארבינדט דאס מיט דעם אור,
¶37וואס דער אור איז דאס א ”נר מצוה ותורה אור” און ער שטייט מבחוץ, אט דארט וואוס פאר דערויף איז דארט געווען תרמודאי און ריגלא דתרמודאי איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'ווערט רשות היחיד ליחידו של עולם.
¶38וואס דאס איז דאך בפשטות, און די הכנה לזה, איז דער ענין פון שבע מצוות בני-נח, וואס דאס איז דאך אויך בפשטות, ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ אין הלכות מלכים בסופו,
¶39וכמוזכר כמה פעמים, מיט די לעצטע צוויי פרקים וואו ס'רעדט זיך וועגן די ענינים, איז אין די ערשטע דרוקן פון רמב"ם האט דאס געהאט א באזונדער קעפל, וואס דארט איז געווען אנגעצייכנט ווי תוכן הפרקים און התחלת הפרקים, אז דאס רעדט זיך וועגן מלכא משיחא והזמן והתקופה שלו,
¶40איז דאס וואס דארטן רעדט זיך און מ'איז באר אלס א הלכה, אז דאס איז פארבונדן דערמיט וואס אקרא על כל העמים כולם לעבדו כולם שכם אחד וואס מ'זאגט דא די ביידע זאכן, אז זיי בלייבן עמים 'לשון רבים', און ווי דער פשטות הענין, אז דאס רעדט זיך אין דער תקופה, אז ס'וועט זיין שבעים אומות,
¶41זיי וועלן אבער שטיין אין אזא מין מעמד ומצב נוסף על כללות הקיום פון שבע מצוות בני נח, וועט אויך זיין בא זיי דער ענין המלוכה פון דעם אויבערשטן בגלוי ובהתפשטות,
¶42ביז בדוגמא ומעין פון ”והיתה להוי' המלוכה” ביי אידן, וועט זיין על דרך זה אויך בנוגע צו אומות העולם, אף על פי טאקע מערניט ווי מעין דאס איז דאך אבער א מעין ודוגמא לזה,
¶43בפרט נאך על פי דיוק הלשון ברמב"ם ווי מ'איז מדייק בלשונו, וואס דאס איז לשון קצחה וברורה וקצרה אבער ברורה אין א לשון פון הלכה.
¶44איז דאך כאמור, אט דאס איז דער ענין פון חנוכה פארבונדן באופן גלוי מיטן ענין פון הפצת המעיינות פוצה, אז מ'זאגט אז דאס רעדט זיך וועגן פתח ביתים מבחוץ,
¶45און דערמיט דוקא איז פארבונדן דער קיום ”מצוות חנוך, התלקת נר” חנוכה, אז ס'זאל זיין דוקא מבחוץ, ביז אין אן ארט וואו ס'געפינען זיך מורדים בהקב"ה, ביז ריגלי דתרמודאי,
¶46מ'זאגט אויף דערויף, אז אין דערויף גופא איז אויך דא די אלע ענינים, ביז הולך ומוסיף והור אפילו בנוגע עליהם, ווי דער ענין איז בפשטות, על פי הלכה,
¶47אז די ערשטע נאכט צינדט מען אן איין ליכטל, עד די כלי ריגלי דתרמודאי און אף על פי כן למחר איז אפילו אז ער האט מקיים געווען בשלימות דעם ”כלי ריגלי דתרמודאי” בלילה הראשונה,
¶48איז דאך אבער צוגעקומען נייע בירורים מיט נייע ניצוצות מיט נייע עבודות וכו,' וואס דערמיט איז מען דאך אויך מברר בפשטות, אז אף על פי וואס ביום זה האט ער געמאכט די אלע ברכות, כולל אויך שלאיתני דער ”גוי ועבד וישוב” מיט די אלע ענינים הקשורים בזה,
¶49איז אויף מארגן אינדערפרי מאכט ער דאס נאכאמאל, דערפאר וואס אין צווישן איז צוגעקומען נייע ענינים מיט נייע בירורים.
¶50על דרך זה פארשטאנדיק אויך בעניננו ובהדגשה, אז דאס איז א המשך, און א המשך בגלוי, ווי אין יו תס כתבו פארבונדן מיט הפצת המעיינות חוצה,
¶51אזוי איז אויך די חנוכה איז אויך ענינם אז מ'ברענגט דעם נס, שטעלט מען אוועק אין אן אופן, אז דער אור זאל זיין פתח ביתו מבחוץ, און זאל דורכנעמען און מבטל זיין אפילו די ריגלא דתרמודאי, און די הכנה לזה דארף זיך אנהויבן ווי אין אלע ענינים פון קדושה,
¶52עאכו"כ ווי בפשטות אן ענין וואס מ'דארף אנהאלטן אכט טעג נאכאנאנד, און אנהאלטן אין אן אופן פון הולך ומוסיף והולד, דערפאר וואס חנוכה איז דאך ראשי-תיבות, ווי ס'שטייט אין ספרים, אז דאס איז ח' נרות ”והלכה כבית העלל”,
¶53אז מוסיף והולך מיום ליום ומלילה ללילה, איז דאך פארשטאנדיק דער קשר גלוי מיט הפצת המעיינות חוצה, וואס דאס ווירקט און פועל"ט אין ביידע כיוונים,
¶54דאס פועל"ט י ט' כסלו אויף די ימי חנוכה שלאחרי זה, אז ס'זאל זיין נאך ”ביתר שאת וביתר עוז” אין דעם ענין פון על פתח ביתים מבחוץ וויבאלד אז ער קומט פון א גאולה פארבונדן מיט הפצת המעיינות חוצה,
¶55און אין די טעג שבינתיים, איז חס ושלום צו זאגן אז ער האט מפסיק געווען, אדער אפילו מחליט געווען אין הפצה, נאר אדרבא ער האט מקיים געווען דער ”להעלות בקודש” קומט זיך צו כמה פעמים ככה, אין דעם פתח ביתו מבחוץ, און אזוי אויך אין דעם צווייטן קיום,
¶56וויבאלד אז ער ווייס אז ער גרייט זיך און דארף דערנאך אויפטאן דעם גאנצן שטורעם פון ימי חנוכה, אנהויבנדיק במיוחד פון יום זכאי, פון יט' כסלו, חג הגאולה שלפני זה, וואס ער איז דאך אויך פארבונדן מיט 'פנימיות התורה',
¶57וואס ווי ער זאגט אין זהר, ובפרט אין בהעלותך, איז דאס דער ענין אין תורה וואס ווערט אנגערופן בשם שמן, כמרומז אויך אין גמרא אין נגלה דתורה,
¶58אז שמן ודבש תחת לשונך גייט דאס אויף 'פנימיות התורה', אויף סודות התורה, וואס דאס איז דאך תורת החסידות אויף מבאר זיין די 'פנימיות התורה' אין אן אופן וואס מיני יתפרנסון, בני ישראל בגלותא,
¶59כמבואר אין די מפרשי הזהר, אז דאס איז דער ענין פון יתפרנסון אז דאס ווערט א ”דם ובשר כבשרו” ווארום ער פארשטייט דאס אין 'הבנה והשגה' ודעת, ווערט דאס ביי אים ”ותורתך בתוך מעי” בדוגמא ווי א מאכל גשמי,
¶60וואס דאס איז דאך דער ענין פון יתפרנסון מזוני אויך בפשטות, איז דאס אויך מוסיף כאמור סיי בנוגע צו יט' כסלו, און דערנאך אין דעם המשך בזה בנוגע צו ימי חנוכה, אז ס'זאל זיין אין אן אופן שוין פון חנוכה, ”על פתח ביתו מבחוץ”,
¶61זאל מען שוין דערקענען אט דאס וואס דער רמבם זאגט אז ”והיתה להוי' המלוכה” גרייט זיך די גאנצע וועלט לקבלת 'עול מלכותו' יתברך,
¶62אף על פי וואס דאס איז נאך פאר הדלקת נרות חנוכה, און ס'וועט בלייבן גענוג ענינים אויף מאיר-זיין און מוסיף-זיין בימי חנוכה, אפילו אז מ'וועט אפטאן לויט די שלימות פון די ימים שלפני זה,
¶63ובכולל אויך לויט די שלימות פון י ט כסלו, ובפשטות, אז מ'זאל מוסיף-זיין, המעשה ”הוא העיקר, אין” 'לימוד התורה' כפשוטה ובמעשה, וואס דיבור אין תורה איז דאך דער מעשה שבתורה,
¶64מוסיף זיין אין 'לימוד התורה' בכלל און לימוד שמן שבתורה, אף על פי וואס דאס איז תחת לשונך איז דאך אבער איצטער די מצוה לגלות און נאך מערער מצוה להפיץ ביז אין חוצה,
¶65און אויך אין אן אופן פון מוסיף והולך ואב, און ס'איז דאך זעלבסט-פארשטענדלעך אז ס'איז ”גדל לימוד שמביא לידי מעשה” אויך, ועאכו"כ אין דעם לימוד, איז ווען איז ער גדל און אין וואס באשטייט זיין גדלות?
¶66דורך דערויף וואס ער איז ”מביא לידי מעשה” כאמור לעיל, אז בשעת ס'איז דא דעת אלקי אביך קומט דאס אראפ ועבדוהו בלב שלום וואס עבודה איז דאס באהבה וביראה, אם כוונים וואס דעמאלט איז דאס אהבה, אדער אם כעבדים וואס דעמאלט איז דאס עבודה ביראה, וואס דאס איז כולל כל סוגי עבודה וכל סוגי בני ישראל.
¶67ובהדגשה, כאמור לעיל, אז דאס איז שייך צו יעדערן לכל אחד ואחת, סיי אנשים און סיי נשים, ביז אפילו קטנים און קטנים שבקטנים,
¶68ווי מ'זעט דאס אין ”מנהג ישראל”, אז א אידיש קינד, גלייך ווי ער ווערט געבארן און נאך פאר דערויף גרייט מען אן די שיר המעלות'ן, און מ'קלעפט דאס אן אדער מ'הענגט דאס אויף ארום דער בעטל אדער ארום דער טיר וכיוצא בזה,
¶69על אחת כמה וכמה בא די מהדרין, איז מען דאך דערמיט נאך ניט משתפק נאך כמה און מוסיף כמה וכמה ענינים כאלו, ביז וואנענט אז גרובם זיי זיינען גאר געווארן א ”מנהג ישראל תורה” ”הוא בכל בתי” ישראל, וואס כאן איז אויך המקום להאיר אויף א ווילדע זאך ובירור וואס איז צוגעקומען דוקא בדורות אחרונים,
¶70אמאל זיינען די אלע ענינים געווען בפשטות, אז א ידיש קינד ווערט געבארן איז אט דעמאלט איז דא די מעלות וואס מ'קלעפט-אם מיט די אלע איבעריקע זהירות'ן, און וואס מ'אריגלט אים ארום מיט ענינים של קדושה וכיוצא בזה, מפני כמה סיבות איז דאך געווארן דער סדר,
¶71אז מצד בריות הגוף ווערן די רובם ככולם אויך אידישע קינדער געבארן דוקא אין בתי רופאים, במילא איז מען זיך משתמט באופנים שונים ומשוני,
¶72און מ'זאגט אז דאס איז גאר פארבונדן מיט כבוד התורה און כבוד השור המעלות וכו,' און ס'פעלן אט די לע ענינים, וואס כאמור, בהשתרבות הכי קלה,
¶73מ'זאל נאר מעורר זיין אויף דערויף איז קיין ספק ניט אז מ'וועט באקומען א רשיון בפעם עלו ובשמחה און אן קיינע שוועריקייטן, אז מ'זאל קענען האבן די שור המעלות'ן אדער די כמיות אדער די מזוזות ווי מ'פירט זיך בכל מקום ומקום לפי ענינו אפילו אין בית הרופאים, אט דארט וואו דער קינד ווערט געבארן,
¶74על אחת כמה וכמה אט דארט די שעות אדער די טעג וואס ער געפינט זיך דארטן לאחרי זה, און מצוה לעורר על זה לאו דוקא בעיר זו, וואס דא איז קיין אין-הרע ניט 'יד ישראל תקיפה' און מ'קען אויספירן כמה ענינים בקלות, נאר בכל מקום ומקום, וואו ס'איז נאר דא א אידישע משפחה,
¶75און געבענטשט ווערן מיט א קינד, איז בעוד מאוד קען מען לייכט אויסווירקן, מ'זאל קענען האבן אט די אלע זהירות'ן בבית הרופאים, נאך קודם ס'קומט אהינצו די יולדות מיטן ילד, ובמכל-שכן וקל-וחומר, אז מ'וועט מסביר זיין זיך ביז וואנענט ביי אים וועט דאס שטיין ביי אמונה פשוטה,
¶76אז דאס איז ניט סתם א מנהג, וואס סתם א מנהג איז אויך ”מנהג ישראל תורה היא”, נאר דאס איז א מנהג וואס דאס איז פארבונדן כדי די ליידע זאל זיין אין אן אופן טוב,
¶77און כדי דער קינד זאל געבארן ווערן אין אן אופן טוב, און דערנאך זאל גיין די גאנצע צייט וואס ער געפינט זיך אט דארט וואו ער געפינט זיך די ערשטע טעג דאס זאל גיין אין אן אופן טוב,
¶78אין טוב הנראה והנגלה, און דערנאך זאל דאס זיין א הכנה טובה לגד לו אדער לגד להם, לתורה לחופה למעשים טובים איז דאס ענינים וואס זיי זיינען עיקרים, אז דאס זאל דורכגיין בשלימות יותר ובקלות יותר,
¶79מיט אלע ענינים ופרטים שבדבר איז קיין ספק ניט אז מ'וועט דאס אויספירן אפילו אין אן ארט וואס דאס איז די איין און איינציקע אידישע פרוי, אויב נאר זי וועט דאס וויסן וואס דאס איז, אדער מ'וועט איר מסביר זיין וואס דאס איז,
¶80איז דברים היוצאים מן הלב איז זיכערע זאך אז מ'וועט דאס אויספירן אפילו ווען זי וועט זיין דער איינציקער אידישער מענטש וואס געפינט זיך בכל בית רופאים זה,
¶81על אחת כמה וכמה וואס בפשטות איז בכל בית רופאים ברובם ככולם של המדינות קענען אלעמאל געפינען נאך אידן וואס זאלן איר מסייע זיין אין דורכפירן אט דעם ענין,
¶82און דורכפירן 'בשמחה ובטוב' לבב, און אז מ'וועט פרעגן אפילו ביי א רופא וואס ער איז ניט קיין איד, צי מ'זאל דאס טאן און מ'וועט אים דערציילן וועגן וואס ס'רעדט זיך וועט ער זאגן, אז על-פי חכמת הרפואה, איז א ציוון פון חכמת הרפואה, בכלל,
¶83אז ס'רעדט זיך וועגן א מענטשן וואס דארף האבן א רייזור וסיוע ורפואה, על אחת כמה ווען ס'רעדט זיך וועגן אן אשה יולדות, וואס ס יז נוגע בעיקר, ז זי זאל בן מנוחת הנפש, און זיי זאל ניט בן קיינע ספיקות ודאגות וכו איז ס נוגע עיר, ון נוגע דעם ולעד,
¶84ובמילא נוגע אויך דעם בעל, און דער ג נצער משפחה, ון אויך נוגע צו מנוחת הנפש פון דעם רופא, וו רום אויב ס'גייט עפעס חס ושלום שלא כרגיל, נעמט זיך אויב ער איז אן אמת'ער רופא ווערט ער אויך צוטומל, און ווערט אויף צו טראגן,
¶85איז קיין נפקא מינה ניט צו וועלכן אים ער האט געהערט, אדער צו וועלכע אמונה האט געהערט, אדער ער גייט און שרייט אז ער איז יא א מעמד, ניט א מעמד, מיט אלע טענות כשונות ומשונות, אבער בלבי פנימה,
¶86ווייס ער, אז בשעת אט דאס וועט זיין וועט ער זיך פירן רואיקער, וועט ער קענען אנגיין מיט זיין טיפול הרפואי ”ביתר שאת וביתר עוז”, וכדבעי אן בלבולים.
¶87וואס דאס איז, כמדובר, צוגעקומען דוקא אין דורות האחרונים פונקט ווי ס'איז געווען בפשטות אין דורות שלפני זה, אז קינדער האט מען געהאט דוקא בא זיך אין דער היים,
¶88וואס דערביי איז געווען דער מוטער אדער די באבע אבער דער מאן וכיוצא בזה, איז איצטער געווארן פונקט דער היפך, אז דוקא אין בית-רופאים ו”מכמה טעמים וסיבות” וואס יש להם מקום אין חכמת ורפואה, במילא איז דאך אויף דערויף חל דער ענין פון ”ורפא ירפא”,
¶89”מכאן שניתן רשות לרופא לרפות” ער זאל אויך געבן אנווייזונגען אין די אלע ענינים, דאס אבער לגמרי רירט דאס ניט אן אין די זהירות האמורות, כולל אויך די זהירות, אז דער מאן, אדער בכלל א זכר,
¶90אחוץ דעם רופא, זאל ניט אריינגיין אין דעם חדר הילדות בשעה שהולדת, היפך פון דעם מנהג שונה ומשונה וואס איז אויך געווארן לאחרונה, און מ'איז ניט משים לב, אויף שטורעמען אנטקעגן דעם, רעכענענדיק אז ס'האט אין זיך א צד הטוב,
¶91אן ענין וואס איז היפך השולחן ערוך, קען ניט זיין אז דאס זאל זיין טוב.
¶92וואס דאס איז בפשטות אין אמונה פשוטה פון יעדער אידן, און ניט אין אמונה פשוטה מתוך 'גזירת הכתוב', אז אף על פי וואס ער פארשטייט ניט, אבער ער גלייבט דאס לייגט זיך אין שכל הפשוט,
¶93ועל דרך זה אין שאר הענינים, והוד ועיקר לאחרי ענין המדובר בזה, בנוגע להאמור, אז ס'ווערט פארבונדן על ידי קביעות הזמנים על פי התורה דער ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” פון יו ט כסלו מיט דעם ענין פון הדלקת נרות חנוך על פסח ביתו מבחוץ,
¶94בסמיכות זמן ועל אחת כמה וכמה אז דעם זמן נוצט מען אויס אויף הכנות לימי החנוכה, און אויף דעם יתרו חג פון יו טס כסלו, און מ'טוט די אלע ענינים האמורים אויך אין אן אופן פון הפצה, ומתוך שמחה וטוב לבב איז דאס פורץ כל הגדרים,
¶95ביז וואנענט אז דאס היילט נאכמערער צו דער ”יעלה הפורץ לפנינו”, ווי מ'האט געלייענט אין דער פרשה שלפני זה, און מ'קומט דאך משעבד
¶96דמיני' מתברכים כולי יומי פון ”פרצת עליך פרץ” במילא איז דער ווארן דערפון דער ”אלה תולדות פרץ” ו”ישי אבי דוד” ביז דוד מלכא משיחא יבוא ויגאלנו וי' ”לכנו קוממיות לארצנו”, במהרה בימינו ממש.
¶97לחיים.