English
ספרייה
kind
paragraph
order
R
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווערט דאס א הליכה אין אן אופן של עלי.' און דערנאך איז דא אין נאך א דריטער אופן העבודה, אז מ'האט די ביידע ענינים צוזאמען, סיי נצבים און סיי וילך, אין דער זעלבער וואך, וכמוזכר כמה פעמים, אז מ'פרעגט וואס פאר א וואך איז דאס? זאגט מען גלייך, אז דאס איז פרשה נצבים וילך בהמשך אחד, אף על פי וואס לכאורה איז דאך דאס צוויי מצבים הפכים, צי ער איז זיך עוסק אין מסכתא דקי'בו, אדער ער גייט דוקא פון איין מסכתא אין דער צווייטער מסכתא, הלכו מחיל אל חיל, און דא זאגט מען, אז א איד האט אויך בכחו, אז ער זאל ארבעטן אין די ביידע ענינים, אין דעם זעלבן מקום און אין דעם זעלבן זמן, ביז וואנענט אז די גאנצע וואך ווערט אנגערופן, כאמור, אז דאס איז א פרשה וואס יעדער רגע פון דער וואך, אפילו דער ערשטער טייל פון וואך, בשעת מ'לייענט דאס בתורה, לייענט מען דאך דאס על הסדר, וואס דער סדר על פי התורה און ווי א סדר הכי פשוט איז, אז פריער האט מען נצבים, דערנאך קלאפט מען זיך אן מיט כוחות הכי גדולות והכי תקיפים והכי נצבים, ווערט ער בדוגמא פון א מלך, און במילא גייט זיין עלי'ביתר שאת וביתר עוז, אויך אין זריזת עלי'וכו.'
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים