English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

53 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1הכתתי ספרים אנטקעגן חנוכה, אז דאס איז מלשון ”חנוך לנער על פי דרכו” און אין פירוש הפשוט איז דאס אויך אזוי, דער לשון פון חנוכת המזבח, חדא חנוכת בית המקדש, איז דאך דער ענין אין דערויף, אז דאס איז געווען א התחלה,

2מ'האט דעמאלט אנגעהויבן פון דאס-ניי טאן דעם אויבערשטנ'ס עבודה אין בית-המקדש בכלל און אין דעם מזבח און אין דער מנורה בפרט, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון חנוך לנער אז מ'הויבט אן געוואוינען א קינד ווי אזוי ער זאל זיך פירן במשך כל ימי חייו,

3וואס לאזט ער זיך אויס אין פסוק אז ”גם כי יזקין לא יסור ממנו” אז דורך דערויף וואס מ'גיט אים דעם געהערק'ן חינוך איז דאס איז א באווארעניש, אז ”גם כי יזקין” בשעת ער ווערט עלטער און גייט ארויס פון די ד' אמות פון שול,

4און פון די ד' אמות פון בית-המדרש וישיבה, קען ער ביישטיין די אלע נסיונות און די אלע מלחמות, וואס א אידן קומט אויס בייצושטיין אין 'עולם הזה' הגשמי והחומרי, און פונדעסטוועגן לא יסור ממנה גייט ער ניט אוועק פון אט דעם וועג אין וועלכן מ'האט אים אוועקגעשטעלט אין די יארן וואס ער איז געווען אין א ישיבה.

5מ'דארף אבער אנהויבן באווארענען, אז ס'זאל זיין דער ”גם כי יזקין לא יסור ממנה” קען מען דאך ניט פארלאזן, אז בשעת ער וועט ווערן עלטער און ער וועט שוין זיין אין גאס וועט מען אים דעמאלט דערציילן ווי אזוי ער דארף מלחמה האבן, און ווי אזוי ער דארף ניט נתפעל ווערן, און ווי אזוי ער דארף האבן מסירות-נפש.

6אויב מ'וויל אז דעמאלט זאל ער ביישטיין די נסיונות דארף מען דאס אנהויבן ווען ער איז נאך א נער.

7וואס דערפאר זעט מען דאך אויף וויפל חכמי ישראל בכלל האבן זיך משתדל געווען און געלייגט כח פון בני ובנות ישראל.

8ובפרט אין די לעצטע דורות און אין די לעצטע יארן האט מען זיך מוסר-נפש געווען בפועל אויף אי צו באווארענען, אז דער חינוך פון אידן זאל זיין הצהרת הקודש, און מ'האט מלחמה געהאלטן אויף יעדער פרט, אויף ניט נאכצוגעבן אפילו אין פרטים וואס ס'האט זיך אויסגעוויזן, אז זיי זיינען ניט אויף אזויפיל וויכטיק,

9דערפאר וואס מ'האט געוואוסט, אז דאס איז דערנאך נוגע דעם בחור אדער דער מיידול אויף כל ימי חייהם, וואס דעמאלט וועלן זיי שוין זרייען ניט אין די ווענט פון דעם בית-מדרש, פון דער שול און פון דער ישיבה, און מ'דארף זיי מיטגעבן שטארקייט און כלי זיין אז זיי זאלן האבן מיט וואס אפצושלאגן די אלע מלחמות וואס זיי וועלן האבן בדרכם בחייו.

10און און אזוי איז דאך אויך על פי פשוט, כאטש אפילו די מלחמה פון די חשמונאים פון ימי חנוכה איז דאך געווען א מלחמה ניסית, פונדעסטוועגן זאגט מען ניט אין 'על הניסים' אז אידן האבן גארניט געהאט קיין לוחמים, לוחמים האבן זיי געהאט, נאר וואס דען?

11דאס איז געווען מעטים ניט קיין רבים.

12אין צאל, אין כמה, זיינען זיי געווען ווייניקער וויפל ס'איז געווען די צאלן פון די וואס זיינען געגאנגען אנטקעגן זיי, אזוי זיינען זיי אויך געווען חלשים בשעת ס'האט זיך געהאנדלט וועגן גשמיות'דיקע גבורה,

13זיינען זיי געווען חלשים, און יענע זיינען געווען גיבורים, אבער לוחמים איז געווען, כאטש אפילו אין א צאל ניט 'לפי ערך' קלענער פון דער מחנה וואס האט מלחמה געהאלטן אנטקעגן זיי, און אויך בגשמיות זיינען זיי געווען שבאכער, דערפאר אבער זיינען זיי געווען ”עוסקי תורתך” זיי האבן מיט זיך מיטגענומען די תורה, אפילו גייענדיק אין מלחמה.

14און אט דאס איז דער ביאור וואס מ'זעט, אז וואס שווערער ס'ווערט די מלחמה אנטקעגן יהדות, אנטקעגן תורה און אנטקעגן מצוות, איז אט דעמאלט דארף זיין די תנועה א פארקערטער,

15אז ניט נאר מ'דארף ניט נאכגעבן נאך א פשרה כדי דערפאר וואס מ'פירט א גרעסערע מלחמה, נאר פארקערט, דעמאלט דארף מען האבן מער מסירת-נפש, אפילו אויף אזעלכע פרטים וואס אין א שיעת שלום וואלט מען אפשר דערפאר ניט מלחמה געהאלטן,

16ובפרט ווען ס'האנדלט זיך וועגן ענינים פון חינוך איז אויב אפילו אין די רואיקע יארן, ווען דער צד שכנגד האט ניט געפירט קיין פארביטערטע מלחמה על כל הקדוש לנו, איז דאס ניט געווען אויף אזויפיל וויכטיק, בשעת מ'שטייט אבער אין א שעת חורם און מ'וויל אפנעמען דעם דור הצעיר מיט תחבולות שונות ומשונות,

17איז אפילו אויף די ענינים וואס מ'האט ניט געלייגט קיין אכט בשנים כתיקונם, איז איצטער איז א חוב קדוש מ'זאל ניט נאכגעבן ”אפילו כחוט השערה” וויסנדיק,

18אז אין דערויף איז תלוי דערנאך ווי ער וועט זיך פירן, ”גם כי יזקין” און אז דאס איז ניט אן ענין פון א 'חוט השערה' דאס איז אט דער 'חוט השערה' וואס די גמרא זאגט אין סוף סוכה אז דערפון וואקסט אויס דער גאנצער יצר הרע מיט די גאנצע מחנה וואס ”לרשעים נדמה להם כחוט השערי” פון וואנענט נעמט זיך א רשע,

19א איד, וויל דאך מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, ווי קומט דאס אז ער זאל דורכפאלן און זאל טאן נגד דעם אויבערשטנ'ס רצון, און אנגערופן ווערן רשע איז דערפאר וואס נדמה לו ”כחוט השערי” אים ווייזט זיך אויס אז ס'האנדלט זיך וועגן א קליינעקייט,

20און אפשר איז אמאל קען פאסירן, אז דאס איז טאקע מערניט ווי א קלייניקייט, אבער אין זיין מעמד ומצב איז אט דאס איז אט דער ”חוט השערו” וואס קען אים מכריע זיין, אדער ער זאל זיין א צדיק, וואס ער ווערט נכתב ונכתב לחיי עולם, אדער רחמנא ליצלן א ראשי איבער דעם 'חוט השערו' אליין, וואס אויף דערויף זאגט ער דאך אין פסוק לדוראי אין עולם

21און די הרכמה בזה איז, איז אויב מ'האט ניט גענוג שטארקייט און גענוג שכל בא זיך צו קענען מבחין זיין, אז דאס איז אט דער פרט איז אים ”מכריע לקף חובה”, איז איצטעדיקע צייטן, ווען ס'ווערט דער אמת אלץ מער נתברר, האט מען די הרכמה פון צד שכנגד.

22בשעת מ'זעט אז דער צד שכנגד שטעלט זיך מיט אזא מין תוקף, און ס'איז רעכט אנצואווערן מליאנים מיט געלט, און אנצואווערן כמה וכמה מענטשן מיט סיוע בכל הצדדים, אבי ניט נאכצוגעבן א פרט וואס איז לגמרי ניט פארשטאנדיק אין שכל איז דאס איז א הוכחה און א הוראה פאר אונז,

23אז מ'טאר ניט נאכגעבן אפילו אט דעם פרט וואס מ'וויל אונט איינרעדן, אז דאס איז מערניט ווי א פרט קטן, דערפאר וואס דאס איז אט די ארקתא דמיתנה וואס ”אין שעת גזירת” השמט איז דאס איז די ראי' צי במשך הזמן וועט ער בלייבן א איד, צי רחמנא ליצלן ניט.

24און אט דאס איז גיט מען נאך צו א תוספת כח ביותר אט די אלע וואס זיינען זיך מתעסק אין חינוך הכשר בגופם ובנשמתם, און אט די אלע וואס זיינען זיך מתעסק אויף שטארקן דעם חינוך הכשר על טהרת הקודש בממונם מיט געבן די געלט, כאטש אפילו מ'קומט צוגיין צו אים און מ'זאגט אים הער זיך איין, וואס האסט זיך איינגעשפארט?

25געבן געלט אין א ישיבה וואס וועט אויפהאדעווען בטלנים, און ניט אויפהאדעווען מענטשן וואס האבן קיין שייכות ניט צו הוי'ס 'עולם הזה', דער וועט גיין מיט א גרויסער בארד, און יענער וועט גיין מיט גרויסע פועס, און דער וואס וועט נאך מהדר זיין וועט נאך אנטאן א גרויסע כפטא אויך, א גרויסע סורתוק אויך.

26און דו וועסט דאס זיין אט דער רעה וואס וועט אויפהאדעווען א דור וואס וועט ניט וויסן ווי עקערטאן זיך ווען זיי וועלט דארפן ארויסגיין אין וועלט, און ער האט אין זיך אט די שטארקייט, און ווערט ניט נתפעל,

27און ער לערנט דערפון אפ א הוראה, אז וויבאלד אז מ'זעצט זיך אזויפיל אויף אים אן, און מ'וויל אים אפרייסן דערפון איז דאס גופא איז א הוכחה נוספת, אז דוקא דא ליגט דער אמת, און אט דא ליגט די הצלת פון עם ישראל,

28במילא איז ניט נאר וואס ער איז ניט מקטים, פארקלענערט ניט, זיין ארבעט פאר חינוך הכשר בנשמתו, אדער בגופו אדער בממונו, נאר פארקערט, ער אידט נאך אויף צו-להכעיס נאך מערער וויפל ער האט געטאן ביז איצטער, איז דאס מכאן ולהבא מיט א תוספת נוספת אט דאס גיט א שטארקייט אין דעם דור הצעיר גופא,

29אז בשעת מ'פרעגט ביי זיי א שאלה פארוואס איר האט זיך חיירי חברים וואס באקומען אויך א אידישן חינוך אבער אן קנאות און אן דקדוק אויף אזוינע פרטים, וואו שטייט דאס א איד דארף זיין די מהדרים?

30איז בשעת מ'גייט יד אחת, אז מ'באווייזט אז ס'איז דא א שוחר וואס האלט מיט אונז, און ס'איז דא א גוויר וואס האלט מיט אונז, און ס'איז דא א רב וואס האלט מיט אונז, און ס'איז דא אן אלטער איד אדער א פרוי וואס האלט מיט אונז,

31איז אט דאס גיט זיי א שטארקייט אויף דורכגיין אט די נסיונות וואס זיי האבן אין זייערע ד' אמות און אין די חדרים און אין די ישיבות וואס זיי זיינען על אהבת הקודש במילואה.

32און אט דאס איז נאך א הוכחה נוספת, אז די גאנצע צרות צו וועלכע מ'איז געקומען האט זיך אנגעהויבן ווי רזיל האבן אפגע'פסק'לט, אז כל החונף לחבירו איז דא איין גירסא, די צווייטע גירסא איז דא, איז דא צוויי גירסות, איינע אין גמרא און איינע אין יעקב,

33אין איין גירסא שטייט ”כל החונף לחבירו לסוף נופל בידו, אין” דער צווייטער גירסא שטייט כל החונף לרשע לסוף נופל בידו, איז טאמער האט מען געדארפט האבן א הוכחה במוחש,

34האט מען דאס געזען אין די לעצטע יארן, אז אט די אלע וואס זיינען געגאנגען מיט צען יאר צוריק אויף פשרות, און מ'האט געמיינט, אז דורך דערויף וועט מען אייננעמען דעם יולדן דור אדער דעם מיטעלן דור,

35און מ'וועט זיי ניט לאזן אוועקגיין פון אידישקייט, און דאס וואס מ'האט שוין אין פרומען צד וועלן זיי סיי-ווי סיי בלייבן גאנץ האט מען געזען, אז ניט נאר מ'האט פארלארן די יוגנט וואס מ'האט זיי געוואלט פירן אויפן וועג פון פשרות, מ'האט אויך אריינגעפירט תכלישות אין אט די יוגנט וואס ס'איז געווען תחת השפעתם, און זי האט זיך נאך געהאלטן אינגאנצן פרום.

36אט די אבער וואס זיינען געגאנגען מיט צען אדער מיט פופצן אדער מיט צוואנציק יאר צוריק מיט דער שיטה, אז אין חינוך טאר מען ניט דערפאר וואס מ'זעט חינוך איז דאס אזוי ווי על דרך ווי מ'פארפלאנצט א בוים, איז בשעת דער בוים איז שוין אויסגעוואקסן און מ'מאכט אין דעם בוים א קריץ איז דאס מערניט א קריץ אויף דעם ארט וואו מ'האט געמאכט דעם קריץ,

37וואו מ'האט געמאכט דעם שעדן, בשעת אבער מ'מאכט א קריץ אין דעם קרנדל וואס מ'גייט איינזעען איז רעכט, אז פון איין קריץ זאל דערנ א פארקריפלטע.

38און אט אזוי איז אויך אין חינוך, אויב אפילו א מענטש אין די מיטעלע יארן, וואס ער האט שוין דורכגעגאנגען א האלבע פון זיין וועלט, און ער רעכנט אז ער איז א מוכרח אויף גיין אויף א פשרה איז דאס אים נוגע מערניט ווי א פעטלעכע יאר,

39און דערנאך, אז ער האט שוין געהאט הינטער זיך פערציק יאר וואס ער האט געלעבט אן פשרות, צי טאמער וועט ער מאכן א פשרה אויף א י איר וויל אים די פערציק יאר פריערדיקע געבן כח ער זאל פארגעסן אויף דער פשרה און האלטן זיך ביי אידישקייט.

40בשעת ס'האנדלט זיך וועגן דעם יונגען דור, און דעם יונגען דור הויבט מען אן מחנך זיין מיט פשרות איז אט דאס וואס מ'נעמט ביי זיי צו די ווארעמקייט און די כנאות אין אידישקייט דאס איז א זיכערע זאך, און אט דער שריט מיט דעם קריץ, מיט דעם חסרון, די שריטה וואס

41בנערותם ווען זיי דארפן זיך ערשט אויפוואקסן און אויפהאדעווען איז דאס איז עמל, אז רחמנא ליצלן זאל אויסוואקסן דערנאך א פארקריפלטער איד.

42אמת טאקע, ”אף על פי שחטא ישראל הוא” אבער דאס קען דאך זיין אזא וועמען די גמרא ברענגט אט דעם מאמר אין סנהדרין, איז וואס אויף אים זאגט מען דאך, אז אחור אתה בעולם הזה דער גאנצער גליק איז, אז מ'האט אים באווארנט מיט עולם הבא.

43דאס וואס מיר דארפן האבן דארפן איר האבן א יונגן א דור אידן וואס זיי זאלן זיין אין 'עולם הזה', און זיי זאלן זיין געזונטע אידן און לעבעדיקע אידן ברוחניות, און זיי זאלן במילא אויך זיין געזונטע אידן און לעבעדיקע אידן בגשמיות, און אט דעמאלט וועלן זיי קענען אייננעמען דעם 'עולם הזה',

44ניט נאר פאר זיך, אז דאס זאל זיין א מקדש של יתברך, נאר אויך פאר דעם מיטעלן דור און אויך פאר דעם עלטערן דור.

45און אט דעמאלט האט מען די הבטחה, אז בשעת מ'שטעלט זיך אוועק אין ”חנוך לנער על פי דרכו”, נאך דער הוראה ווי ס'איז געווען בחנוכה, אז מ'האט זיך געשטעלט אפילו אנטקעגן א היתר פון שולחן ערוך, און מ'האט געזאגט אז מ'מוז האבן א נס ווארום מיר ווילן האבן א מקדש טהור, און א מנורה טהורה, און א שמן טהור, און במילא וועט זיין די ליכטיקייט אויך א רינו און א הייליקע,

46איז אט דעמאלט האט דער אויבערשטער געהאלפן, אז במשך זמן קצר איז געווען דער מסרת פון די אלע חלוקות ביד דות כי תורתך און אט דעמאלט האט מען מחנך געווען דעם בית-המקדש מיט אזעלכע נרות וואס זיי לייכטן אונז עד היום הזה,

47אז אפילו ”משתשקע החמה” ווען אויפן גאס ווערט פינסטער און נאך פינסטערער איז אין אידישע הייז ער איז ליכטיק און ס'איז מוסיף והולך, ו”כל לילה ולילה” ווערט אלץ דער ליכטיקער ט א גרעסערע.

48און דער יישר-כח דערפאר קומט פאר אט די וואס לערנען פאר די תלמידים פון די ישיבות, וואס זיי ווערן ניט נתפעל פאר זייערע נסיונות און זיינען ממשיך אין דעם דרך החינוך, און פאר די עסקני החינוך וואס זיי זשעלערעניט מנשמתם ומגופם ומממונם, און זיי גיבן כפי יכולתם, און במשך הזמן וועלן זיי מסתמא געבן נאך יתר מכפי יכולתם,

49אבי אויפצוהאלטן דעם חינוך על טהרת הקודש ב יראת שמים טהורה.

50און אט דעמאלט קען אים איר זיין זיכער, אז כמו ”שעשה ניסן לאבותינו בימים ההם” אט אזוי איז אויך בזמן הזה וועלן מיר זוכה זיין במהרה בימינו, אז ס'וועט אראפקומען דער מקדש טהור וואס ער איז בנוי למעלה,

51און מ'דארף מערניט ווי צוגרייטן דא אן ארט וואו אים אוועקצושטעלן, און אט דארטן, ווען אידישע קינדער און אידישע אידן פון מיטעל נדר און אויך אידישע אידן פון עלטערן דארן ליכטיק-מאכן דעם בית-המקדש און די גאנצע וועלט ארום זיי,

52ניט נאר מיט א נר של מצוה אליין, נאר וואס דען אז דער נר זאל זיין א טהור בתכלית און א קדוש בתכלית, וואס דאס וועט ממשיך-זיין שכינתו ית ברך בתחתונים ממש,

53אז דער 'עולם הזה', וואס ביז איצטער איז ער געווען א חומרי אדער אז לכל הפחות הגשמיים וועט ער ווערן א בית המקדש לשכינתו יתברך.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים