עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

61 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בהמשך להאמור לעיל איז נאך דא אן ענין וואס איז פארבונדן מיט קביעות פון שנה זו במיוחד, און דאס איז דער ענין פון שבת.

2ווי דערמאנט כמה פעמים אין די התוועדות שלפני זה, אז דער גאנצער יאר איז שנת השמיטה וואס חומש אין פסוק רופט ער דאס אן שבת להוי,"'

3און ווי רש"י טייטשט דאס אפ אז דאס איז פארבונדן מיט שבת ברישית, איז שנת השמיטה גופא קען דאך זיין בכמה אופנים, איז אין קביעות שנה זו צוגעקומען אין דערויף גופא אז יום טוב של ראשי שנה פון דער שנה התחלית אויך בשבת,

4וואס דאס איז דאך דער ראש ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ, דער בעל הגאולה, אז דאס איז די קאפ וואס איז כולל אין זיך כל 'אברי הגוף', אלע טעג און די ענינים פון יאר, איז חל איש בשבת,

5אויך אין שבת פון ימי השבוע, נוסף אויף דעם שבת שמיטה וואס דאס איז דער שבת פון די יארן, און על דרך זה אויך ווערט דערנאך נמשך אין חג הסוכות, ”חג האסיף”, וואס דידן איז צו חי איז דאס אויך ביום השבת יום טוב של חג,

6”יום טוב ראשון של חג” שכלית בשבת קומט נאך צו וואס דאס איז אויך ניט אלעמאל פארבונדן מיט יום טוב שכלית בשבת, דערפאר וואס ס'איז דאך דא שינויים, אמאל איז א חשון מלא און אמאל איז א חשון חסר,

7איז בשנה זו איז די קביעות באופן כזה, אז אויך דער יום-טוב ראשון של ימי החנוכה איז אויך חל איז בשבת, הויבט זיך אויך אן אין א שבת.

8וואס דעמאלט קומט-צו נאך א ענין, ס'איז די איינציקע מעגלעכקייט אז חנוכה זאל האבן צוויי שבתים, איז דאס דוקא דעמאלט ווען יום-טוב ”ראשון של חנוכה” איז חל איז בשבת.

9וואס דאס איז, כאמור, האט דאך אויך א שייכות צו יט' כסלו, וואס ”חל ביום הראשון” שבשבוע, וכמדובר כמה פעמים, האט דאס א שייכות מיוחדת ליום השבת שלפני זה, ביז ווי דאס קומט אראפ א הלכה, אין א הלכה בפשטות, ווי די גמרא פסק'נט אפ,

10אז אנשי מעמד וואס זיי זיינען געווען די באי' כח פון כל ישראל כולו, אף על פי וואס אזוי איז עבודתם געווען פארבונדן בתוך באי' כח פון 'כלל ישראל' האט מען געדארפט אויפטאן א שטורעם,

11במילא איז דאס אויך געווען פארבונדן מיטן עת רצון פון א תענית, משא"כ ביום ראשון איז אין מתענין און דער טעם אויף דערויף איז דערפאר וואס באים מיום השבת, אונטער די השפעה פון שבת פועל"ט דאס, אז ”אין מתענין ביום” ראשון.

12און ס'איז חס ושלום צו זאגן, אז שבת טוט-אויף אין אנשי מעמד, אז זייער תפילה און די מעמדות על באי-כח פון כל ישראל זאל האבן אין דערויף חלישות, שבת איז ענינה, אז זי איז מחזק, ומתוך ”נוחה וכל מלאכתך” עשוי' בכל עניני טוב וקדושה,

13איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז אדרבא, אט דאס וואס ”אנשי מעמד טוען” אויף ביום בי' וג' ועל אחרי זה דורך א תענית,

14ווארום א תענית איז אן עת רצון, טוען זו אויף ביום הראשון דורך עסן און טרינקען וכו כמדובר כמה פעמים די מעלה פון פורים לגבי יום הכיפורים, וואס דערפאר זאגט מען אז כיפורים איז דאס כפורים איז דאך דער אלטער רבי מבאר אין דערויף די מעלה,

15אז דאס וואס ביום הכיפורים דארף מען אנקומען צו חמשה עינויים, און דאס מאכט דעם עת רצון, און יכפה ”מכל חטאתיכם לפני הוי'” תתרו מאכט מען דאס אויף אין פורים, דורך שמחה און ”לבסומי בפוריא ועד דלא ידע”,

16בדוגמא פון די גורלות פון יום הכיפורים, וואס אן ענין פון א גורל איז דאך אויך ”עד דלא ידע”, בדוגמת זה כמבואר בארוכה אין די דרושים פון דעם אלטן רבי'ן.

17וואס דאס איז מכריח צו זאגן און ס'איז דאך געשמאק צו זאגן, אז די אנשי מעמד ביום ראשון זיינען דאך אויך געווען אנשי מעמד, זיינען געווען אנשי מעמד ”כל השבוע כולה”, די אויסגעקליבענע פון כל עם בני ישראל פון ארץ ישראל,

18און נאך מערער, וויבאלד אז די מחצת השקל האט מען אויך געבראכט פון חוץ-לארץ, און דערפון האט מחליב געווען די קרבנות סיבור אויף וועלכע די אנשי מעמד האבן געדארפט שטיין במעמדם אלס באי' כח פון דעם בעל הקרבן,

19וואס דער בעל הקרבן זיינען אויך געווען אנשי חוץ-לארץ זיינען זיי געווען באי' כח נוסף אויף די אידן וואס אין ארץ-ישראל, וואס דאס איז קריא ציבור, אויך אפילו פון די אידן וואס זיינען אין חוץ-לארץ.

20וואס על דרך זה ווערט דאס דערנאך נמשך משחרב בית המקדש איז דאך ”ונשלמה פרים שפתינו” איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז שבת פועל'ט-אויף אין די ימים הסמוכים, על אחת כמה וכמה אז דאס פועל'ט-אויף בנוגע צו אכילה און שתי אין וועלכע ס'איז פארבונדן בריאות הגוף,

21וואס גופו פון א אידן איז דאך א גוף קדוש, ווי דער פשטות און ווי די הלכה איז, ובלשון הזהר, ”גופא דלהן קדישא”, און פועל'ט-אויף נאך מערער, דורך דערויף וואס ער איז מוסיף אין בריאות הגוף, צוליב דעם קיום, ווי דער רמב"ם זאגט,

22כדי ער זאל קענען עובד זיין הקב"ה מתוך שמחה וטוב לבב, אן בלבולים, און דערנאך ווי דער צווייטער טעם בזה, וויבאלד אז דאס איז נכסיו של הקב"ה ווי דער רמב"ם איז מרמז אין ”הלכות שמירות נפש”,

23און רד בית ברענגט דאס אראפ בפשטות אז דאס איז נכסיו של הקב"ה און דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ בשולחן ערוך שלו, איז ער דאס משמרו בדוגמא פון די ד' שומרים וואס דאס איז דאך אויך פון די שיעורי רמב בם פון ימים אלו, כמוזכר אין די התוועדות פון שבת,

24אין די אלע סוגים, פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” וואס זיי טיילן זיך פון א שומר חינם ביז א שואל,

25וואס דאס איז דאך ”מן הקצה אל הקצה”, און ס'איז ד' שומרים, ווי ס'שטייט אין ספרים אז דאס איז כנגד ד' עצית פון 'שם הוי' וואס חלק ”הוי עמו” גייט דאך דאס הוי איז אויב אידן זיינען א חלק אויך פון דעם שם,

26טיילן זיי זיך אויך אין ד' חלקים, קומט ארויס דערפון ד' שומרים, און ”מן הקצה אל הקצה”, כמדובר בארוכה ביום השבת קודש, פון א שומר חינם,

27וואס ער היט נכסיו של הקב"ה חינם, ווי דער רמב"ם איז מבאר בארוכה אין עבודת ה אין הלכות תשובה אין פרק עשירי שבו, וואס דאס איז דאך דער 'תכלית השלימות' אין תשובה און אין הלכות תשובה, אין כל ענין של עשירי איז ער א שומר חינם, ניט ער וויל עפעס דערפאר האבן א שכר,

28נאר בדוגמא ווי דער רמב"ם איז דארטן מאריך אברהם אויבי מערניט צוליב דעם אויבערשטן, אפילו ניט צוליב ”חיי העולם הבא, על אחת כמה” וכמה ניט צוליב ”חיי העולם הזה”, וואס דאס איז די צווישנדיקע שומר,

29ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” ער האלט אין תחילת העבודה, אדער ווי דער רמב"ם זאגט אין פרק העשירי פון הלכות תשובה, נשים ועמי הארץ, איז תחילת עבודתם איז אין אן אופן פון שואל, אז ער האט אלץ און דארף דערפאר גארנישט ניט געבן ער דארף מערניט ווי זיין נזהר פון פשיע,

30ווארום אויף פשיע איז אויך א שואל חייו, אבער לולא זאת האט ער אלץ און מ'גיט אים אלץ בני חיי ומזוני רויחא,

31וויבאלד אז מ'ווייס אז ס'איז א זיכערע זאך, ישראל ”וחזקת כשרות הם” איז פון ”חוטב עציך ושואב מימיך” וועט ער דערגרייכן צו שבטיכם און דערנאך צו ראשיכם, ביז ער וועט אין זיך כולל זיין דורך אחדות ישראל די אלע עשר סוגים שבישראל.

32וואס דאס איז בכללות אויך דער לימוד וואס מ'האט פון שבת, און וואס ס'קומט-צו דורך דערויף א דבר נפלא, אז חנוכה האט צוויי שבתות, וואס בשעת אין שבת גופא איז וואס ענינו איז כפול,

33און האט נאך אין דערויף כופל כפליים צוויי שבתות קומט נאך צו שלא בערך, ווי מ'זעט דאס אויך אין דעם תוכן פון דער הפטרה שני וואס זי איז דוקא דעמאלט, ווען מ'האט חנוכה ווי היינטיקן יאר, אז מתחיל בשבת און מסיים ”בשבת שלמעלה מזה”, וואס אין שבת גופא איז דאך דא דרגא ”לעולם מן דרגא”.

34וואס דאס איז אויך ווי דאס איז אין הענינים, ביז ווי דאס קומט אויך אראפ אין פשטות הענינים, צוליב די אלע ענינים האמורים לעיל,

35אנהויבנדיק אז מ'זאל זיך מתעסק זיין אין הפצת הצדק והיושר, אנהויבנדיק ווי דאס איז א דבר המשותף צו אלע בני-אדם וואס זיי ווערן אנגערופן בני-נח,

36”ניכא לעולם וניכא” לטתה אזוי דארפן זיי זיין, דורך דערויף וואס זיי זיינען מקיים די שבע מצוות בני-נח, און מ'דארף דאך אין דערויף טאן אז מ'זאל מצליח זיין וואס מערער און וואס פריער דארף מען דאך האבן אויף דערויף א זמן נוסף.

37בשעת ס'קומט א שנת השמיטה, אדער ס'קומט א זמן מנוחה מאיזו סיבה שתהי וואס דאס איז דאך דער ענין פון שבת בכללו, נאר ניט וואס ער וויל מחדש זיין א דעת טאר מען דאס ניט, נאר ער טוט דאס

38אוועקגייענדיק פון תזאת אדך ותזמור קרמך און ער גיט זיך אפ אויף הפצת הצדק והיושר, און נעמט אויף דערויף א סבאטיקל, אדער א גאנצן יאר, אדער על כל פנים א משך זמן, און נוצט דאס און טוט אין דעם מתוך מנוחת הנפש, וואס דאס איז דאך דער ענין פון שבת,

39און מתוך שמחה וטוב לבב און עונג, וואס ער האט זוכה געווען אויף פארשפרייטן דעם אויבערשטנ'ס ידיעה וועגן דעם אויבערשטן און די ידיעה וועגן די שבע מצוות בני-נח, וואס דער אויבערשטער האט זיי געהייסן מקיים-זיין,

40און טוט דאס אין אן אופן פון מוסיף והולך ואור, כמוזכר לעיל, איז אויך דער זמן פון שנה זו, מסוגל ביותר, אז יעדערער זאל אויסנוצן אין דעם 'תכלית השלימות' ובמילואו כל זמנו הפנוי,

41און אפילו נעמען פון דעם זמן שאינו פנוי אויסנוצן זיין השפעה אויף משפיע זיין בכל מקום וואו ער קען, און אין אן אופן פון תענוג, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט שבת, ווי מ'זעט דאס בפשטות,

42אז מ'איז אפגערועט פון אייגענע דאגות ובלבולים, און מ'פארנעמט זיך מיט הפצת הצדק והיושר, אנהויבנדיק פון דעם צדק ויושר, וואס דאס איז דער יסוד פון ”לשבת יצרה” האט מען נאכמערער הצלחה וויפל מ'איז משער, און דאס גופא, ווי מ'זעט בטבע בני אדם,

43אז ער טוט א זאך און איז מצליח גיט דאס אים צו נאכמערער חושק, ער זאל ממשיך זיין טאן אין דער זאך, און זיך ניט באגנוגענען דערמיט וואס ער האט געטאן ביז איצטער, נאר מוסיף זיין בזה, הלוך והוסיף ואור.

44און בפרט נאך, אז ער זעט, אז בשעת ער רעדט אין דברים היוצאים מן הלב איז נכנסים אל הלב און ער זעט און כאפט זיך, אז דער מיט וועמען ער רעדט, און אים ווייזט זיך אויס, אז ער דארף מיט אים כנעלן און אריינכנעלן און פועל זיין און הארעווען מיט אים,

45איז סוף כל סוף ווערט דאס זיינער א מסייע, און הויבט גאר אן שרייען, אז ער האלט מיט אים, און האלט מיט אים, אז מ'מוז מקיים זיין שבע מצוות בני-נח ווען דאס רעדט זיך וועגן א ניט-אידן, און ער דאנקט אים אפ, פארוואס ער איז געווען אט דער וואס האט אים מעורר געווען און האט אין אים אנטפלעקט דעם מצות וואס איז אים מחי' ומהוה ומקיים,

46אז ער זאל זיין און אויפטאן אין ”לשבת יצרה”, און אז ער זעט און דאס קומט צו אים אן דורך א בן-נח, ווערט דאס ביי אים נאך שנעלער נתקבל און נאך גיכער נתקבל,

47בפרט נאך ווען דער בן-נח איז א בעל השפעה, און איז מפורסם אז ער פארנעמט זיך מיט צדק ויושר, ניט צוליב פרנסה גשמית אדער רווחים פרטיים, נאר צוליב דעם טובת הכלל איז דאך ”דבריו נשמעים ודבריו” מתקבלים,

48וואס אט דעמאלט זעט ער די הצלחה אין זיין רעדן רעדט ער נאכמערער און נאכמערער, און באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס ער רעדט אין זיינע אייגענע ד' אמות, אדער אין די שכונה אין וועלכע ער לעבט, אדער דארט וואו ער האט א השפעה, נאר ער זוכט זיך אויס נאך ערטער וואו ער קען קומען אהינצו און רעדן,

49און זאגן, אז אף על פי וואס בגשמיות בגופו לעבט ער במקום אחר און דארט איז עבודתו, וויבאלד אז ער ווייס אז דא לעבן מענטשן וואס זיי קענען ארויסהעלפן, און ארויסהעלפן אין יסוד פון ”לשבת יצרה” האט ער ניט געזשאלעוועט קיין טירחא און קיין זמן,

50און האט אראפגענומען פון זיין עסן און טרינקען און שלאפן און רואהן כדי צו קומען אין דעם נייעם ארט, און אויך אין דעם נייעם ארט פארפלאנצן דעם ענין פון קיום שבע מצוות בני נח צווישן די ניט-אידן, און אויך מחזק זיין און מודד זיין, אז מ'זאל דארטן אויך ארויסהעלפן די אידן,

51אז זיי זאלן זיך פירן ווי אידן דארפן זיך פירן אין זייערע ענינים, וואס ווען איז א איד א איד און זאגט זיך ניט קיין שקר און וויל ניט אפנארן דעם צווייטן איז דאס דוקא דעמאלט ווען ער באהאלט זיך ניט אויס און ער באווייזט אן און ווייזט אויף בגלוי,

52אז ער פירט זיך אין טאג-טעגלעכן לעבן אלס א איד, און דער וואס איז אים מסייע בזה, העלפט אים אז דער איד זאל זיין א גוטער מענטש, נוסף אויף דערויף וואס ער איז א איד ווי ס'דארף-צו-זיין, במילא ווערט ער אויך א גוטער עזרה פון דער גאנצער מדינה, און איז מסייע בכל עניני המדינה, היפך פון ריגלא דתרמודאי,

53וואס די אלע ענינים זיינען נאכמערער מוסיף אין דער ליכטיקייט, ווי אנגעזען ווי אנגעוויזן דורך נרות חנוכה,

54אז די ליכטיקייט גייט אלץ אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור, און ס'ווערן בטל די מורדים בחוקי המדינה ובחוקי בני נח ובחוקי האנושים, עאכו"כ אין חוקי התורה, תורתנו.

55און די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, ובאופן של גאולה, מיט כל ענינים המבלבלים, ווארום מ'האט א גוף בריא און א נפש בריאה,

56כידוע דער פתגם בזה, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין די עשיית הטוב והצדק והיושר, און מוסיף אויך אין דעם צוגרייטן זיך צו מקבל זיין פני משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש,

57בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ו ”כספם וזהבם איתם אהבת ה'” און יראת ה וואס דאס איז דאך כסף ויראה, כמבואר אין ספר זהר קדישא,

58און בארוכה אין די דרושים פון בעל הגאולה, און מ'זעט אז מ'געפינט זיך אים ענני שמיא בשעתא חדא וברגעא חדא על אחת כמה וכמה ביומא חדא בארצנו הקדושה,

59”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה” און אין אן אופן פון 'ירחיב הוי' את גבולך' און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין הר הקודש ובבית המקדש, יראו ”כל זכורך את פני הוי' אלקיך”,

60מ'זעט דארטן אויך ווי אזוי די ”הנרות הללו אין בטלין לעולם”, נרות חנוכה, און זיי זיינען דאס אויך ממשיך אין עבודת אהרן בכלל,

61וואס זי הויבט זיך דאך אן פון בהעלותך את הנרות, נרות המנורה, ”יראה אל אלקים בציון” במנורה הדלוקה עי' אהרן כהן גדול, בבית המקדש וואס אין הר הבית, וואס אין ירושלים עיר הקודש וואס איז אין 'ארץ הקודש', וואס תתפשט בכל הרצות, במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions