Paragraph
Paragraph rh-7dwgnzkz
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0j9dmn6d
- order
- FV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ארויסגעבן א בריוו, אז זיי זיינען מסכים, אז דאס איז א מלכות וואס איז ניט רודף ענינים של דעת, וכמדובר כמה פעמים איז דער טאטע דעמאלט ארויס בגלוי, און האט געזאגט, אז ניט נאר ער וועט ניט חתמ'ען אויפן בריוו וואס מ'האט שוין גע'פועל'ט בכמה, אז זיי זאלן חתמ'ען דעם בריוו מתוך יסורים און איומים והפחדות וכו'וכו,' נאר ער וועט זיך אויך משתדל זיין אויף מפרסם זיין, אז ער חתמ'עט ניט, און פארוואס חתמ'עט ער ניט? דערפאר וואס ער ווייסט, און אלע ווייסן דאס, נאר מ'האט וועגן דערויף מורא צו רעדן, במילא, אז ער וועט נאך ארויס בגלוי איז דאך דא א מעגלעכקייט, אז ס'וועט געפינען על כל פנים א טייל וואס וועלן גלייך צו אים צושטיין, און ס'וועט ווערן א גאנצע איבער-קערעניש וכו אשר לכן דארף מען אים נאכגעבן פארשידענע דרישות, אנהויבן פון די דרישים בנוגע צו מצה, וואס דאס איז דאך מקלו דעם האמנותא וואס מ'האט דעמאלט געדארפט פארן אין מסתמא, צו פועל זיין הרשיון, אז מ'זאל ערלויבן מאלן די חטים אין אזא אופן אז דאס זאל זיין כשר לפסח, לפי המסב האבול.
- proofread
- 0