transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כדי אויף אנצוקומען אין חוצה און דארטן אויפטאן די שליחות איז אט דא דארף מען דאך האבן אן אנהויבנג, און מ'דארף וויסן וואס ס'טוט זיך אין חוצה.
¶2וואס חוצה איז דאך דא געמיינט וועלט מצד דעם וואס דאס איז אידן האבן דארט א שליחות אויף אויפצוטאן און מאכן פון וועלט אז דארט זיך זיין א דירה לו ית ברך, אז דארטן זאל זיין דער שלטו מ'זאל זען אז דאס איז א וועלט געבויט אויף יושר, און צדק, און טוב, און קדושה, און ניט חס ושלום אויף פארקערט.
¶3וואס כדי צו וויסן ווי אזוי דארט צו טאן, איז בשעת תורה גיט אט די שליחות גיט זי אויך אן די הוראות און דערציילט וואס דארטן טוט זיך.
¶4און בדרך התורה איז דאך דא הוראות פון תורה וואס זיי זיינען געגעבן געווארן אפענערהייט, אלס א ציווי און א הוראה, וידבר הוי און ויאמר הוי ועל דרך זה די ציוויים אין תורה שבעל פה,
¶5ביז ווי די דינים ווערן אראפגעבראכט אין שולחן ערוך, און דערנאך איז דא כמה הוראות והודאות וואס זיי ווערן אראפגעבראכט אין דעם אופן וואס מ'דערציילט מעשה אבות,
¶6כדי די בנים זאלן דערפון אפלערנען דער סימא לבנים ווי אזוי זיי דארפן זיך פירן אין א מעמד ומצב וואס דאס איז מעין ודוגמא ווי דאס איז געווען בא די אבות.
¶7וואס אף על פי וואס זיי ווייסן אז זיי זיינען בנים, און קומען ניט מיט זייערע כחות און מיט זייער איבערגעבנקייט ווי דאס איז געווען בא די אבות,
¶8איז אבער דורך דעם וואס די אבות האבן דורכגעטראטן די וועג און האבן דאס דורכגעהארעוועט און באוויזן ווי אזוי מ'דארף טאן, איז אט דעמאלט איז זכות ”אבות וברית אבות” לויט תמוז שטייט דאס ביי די בנים וואס זיי ווילן גיין בדרך אבותיהם,
¶9אז פון דעם מעשה אבות זאל דאס אראפקומען א כח און א הוראה ביז וואנענט אז דאס זאל אראפקומען אין פועל, דורך דעם אימן לבנים, אין די מעשה בנים.
¶10וואס אימי פון די הוראות וואס זיינען איבערגעגעבן געווארן אין תורה שבעל פה אין אן אופן פון א סיפור איז אט דאס וואס ווערט דערציילט אין מדרש תהלים ובכמה מקומות בנוגע צו רבינו הנשיא, צו ”ר' יהודה הנשיא”,
¶11דערציילט ער, אז אף על פי וואס דעמאלט איז געווען אין זמן הגלות, וואס איז דאך געווען אין גלות רומי, איז וואס האט געטאן רבי?
¶12האט ער געשיקט ארומקוקן העירות ישראל, די טיילין אין וועלט וואו ס'געפינט זיך א איד, במילא דארף ער דארטן אויפטאן, האט ער געשיקט זיינע תלמידים א קוק-טאן ווי די שטעט פירן זיך.
¶13און ווי דערציילט אין מדרש, אז ער האט געשיקט ר' עמא און ר' עשטע זיינען געקומען אין די שטעט האבן זיי די ערשטע זאך געפרעגט אויף געבעטן אז מ'זאל זיי באווייזן די נטורי קארטע,
¶14וואס ווער זיינען דאס אט די וואס היטן אפ די שטאט.
¶15דערציילט ער אין מדרש, אז מ'האט זיי געבראכט אט די אנשי חיים, אט די וואס זיי זיינען געווען די שומרים על הפדר ועל הבטחון פון דער שטאטנ'ס טעטל.
¶16האט געענטפערט רבי עמר ורבי עסן צו די וואס האבן זיי געבראכט אז ניט דאס איז די נטורא קארטא אדרבא דא זיי זיינען די מכריב"ע קארטא זיי זיינען אט די וואס קענען חס ושלום חרוב-מאכן די שטאט,
¶17נאר וואס מיינען זיי ווער היט דאס אפ די שטאט?
¶18אז מ'דארף געפינען און ברענגען זיי אט די וואס לערנען מיט קינדער, נשנה ומצו אט די וואס לערנען מיט קינדער תורת השם.
¶19וואס עד כאן איז דער סיפור המדרש.
¶20וואס דער מדרש, וואס דאס איז א חלק פון תורה שבעל-פה, איז דאך דאס ניט קיין ספר סיפורים, נאר ווי גאנץ תורה אזוי איז אויך אט דער חלק איז דאס א הוראה ווי אזוי יעדערער דארף זיך פירן בעניניו במעמדו ומצבו.
¶21זאל ער וויסן זיין, אז סיי בהנוגע צו ”עיר קטנה זה הגוף” צו זיין גוף אליין, און אז אזוי איז אויך אט דער וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן מעגלעכקייטן און כוסות און דעם זכות, אז ער זאל קענען אנפירן מיט א קרייז און מיט א סביבה און מיט א גאנצער שטאט בישראל.
¶22און אט דא דערציילט דער מדרש, ווי אזוי קען ער אויפהאלטן דעם ”עיר קטנה זה הגוף”, און ווי אזוי קען ער אויפהאלטן די סביבה מיטן קרייז מיט דער שטאט אין וועלכע ער דארף אויפטאן איז דאס אין דעם אופן אז ער זאל זיך ליסטן, אז בשעת ס'וועט אויפן מושקל רישן, אין דעם ערשטן בליק,
¶23וועט זיך אים אויסווייזן ווער זיינע ניטורי כארטא אט די וואס זיי זיינען די שומרים על הבטחון ועל הסדר וכו,' און תורה דערציילט אים, אז ער זאל וויסן זיין, אז ניט נאר זיי זיינען ניט ניטורי כארטא, נאר זיי זיינען מחריבי כארטא.
¶24און ווער איז די ”נטורי כרתא”?
¶25אט די וואס זיי זיינען לערנען משנה ומקרא תורה מיט אידן.
¶26וואס לכאורה איז דאך ”אין סומכין על” הנס דארף מען דאך האבן אין א שטאט אט די וואס זיי זיינען שומר ”על הסדר ועל” הבטחון, וואס דער ציווי התורה איז דאך איינער פון די ציוויים אז מ'דארף טאן בדרך הטבע, ושמרתם עוד לנפשותיכם ווי על פי טבע איז, און ניט פארלאזן זיך אויף ענינים שלמעלה מדרך הטבע.
¶27וואס דערפאר איז פארשטאנדיק, פארוואס א איד וואס פירט זיך על פי תורה, און אף על פי כן קען ביי אים זיך לייגן, אז ”נטורי כרתא” איז דאס די וואס זיי זיינען שומר ”על הסדר ועל” הבטחון כפשוטו,
¶28ווארום רבי עמא ורבי עשה, אז זיי זיינען געקומען צופארן אין א שטאט נאכפרעגן זיך, ובשליחות פון ”ר' יהודה הנשיא”, פון רבינו הקדוש, האבן זיי זיך זיכער אנגעפרעגט בא דער אירסטיקער פירער, און אף על פי כן האבן זיי יענע געבראכט, די אנשים השומרים על הסדר והבטחון כפשוטו.
¶29ווארום לכאורה, אויפן ערשטן בליק קען זיך אויסווייזן אז דאס מיינט מען.
¶30ועל דרך זה אויך אין ”עיר קטנה זה הגוף”, איז וויבאלד אז ער דארף אפהיטן זיינע בריאות הגוף און סדרי הגוף, דורך אכילה ושתי' וכו די אלע הנהגות וואס על פי טבע, און דאס איז דאך אן ענין אין שולחן ערוך,
¶31אויב בשעת מ'קומט צוגיין מיט א שאלה ווער איז די נטורה פון ”עיר קטנה זה הגוף” קען ער ענטפערן, אז דאס איז די כלי העיכול, און אט דאס איז די אברים מיט וועלכע ער עסט און טרינגט, און זיי פירן אן מיט די גאנצע מאשינערי פון דעם גוף, אז ס'זאל זיין א גוף בריא.
¶32און דאס קען ענטפערן אויב ער וועט זיך ניט איינטראכטן לולי דעם סיפור פון מדרש קען דאס ענטפערן א תורה איד אויך לכאורה.
¶33און אט דא קומט צוגיין רבי עמה ורבי עשר זייענדיק שלוחים פון ”ר' יהודה הנשיא”, און מ'גיט דאס איבער בזמנם צו דער שטאט וואס זיי האבן באזוכט, און דערנאך איז דאס געווארן א חלק פון תורה שבעל פה, אז דאס קומט-אן א הוראה און אן אן אנווייזונג, צו יעדער אידן ”בכל זמן ובכל מקום”, אז ער זאל וויסן זיין וואו ער האלט אין דער וועלט.
¶34אז אמת טאקע, אין תורה איז דער ציווי ושמרתם אוד לנפשתיכם דערפאר דארף ער זיין אפגעהיט אין בריאות הגוף ”על פי דרכי הטבע”, און אמת טאקע אז בנוגע צו א סביבה און צו א קרייז און צו א גאנצער שטאט דארף מען האבן אט די אלע סדרים וואס היטן דעם סדר און די בטחון וכו.'
¶35אויב אבער דערפון הויבט מען אן, אז אויף דער שאלה פון נטורי קארטא איז ניט מ'ברענגט פריער אנדערע ענינים, נאר מ'הויבט אן מיט דער אכילה און שתי' און מיט דער שמירה על הסדר והבטחון אין 'דרכי הטבע' איז אט דעמאלט, חס ושלום, איז א צוגאנג וואס מאכט חריב די עיר, און מאכט חריב די ”עיר קטנה זה הגוף”.
¶36אויב אז מ'פרעגט ביי א מענטשן סתם, וביי א אידן בפרט, אויף וואס האלט זיך זיין ”עיר קטנה זה הגוף”, און ער ענטפערט אז זי האלט זיך אויף 'חוקי הטבע', אזוי ווי ער עסט און טרינקט און שלאפט און שפאצירט און פירט מסחר און פארדינט וכו' וכו אט דאס איז זיינע טורי קארטא זאגט מען אים,
¶37אז אויב דאס קומט פריער, און דערנאך וועלן קומען די ענינים פון תורה ומצוות, פון טוב וקדושה איז אט דעמאלט מאכט ער חרב זיין ”עיר קטנה זה הגוף”, אז בשעת מ'רעדט מיט אים ווי אזוי האלט זיך זיין סביבה און קרייז און די שטאט, און ער ענטפערט אז ס'האלט זיך דערפאר וואס ס'איז דא דער פאליסמאן וואס איר דעם סדר אין גאס,
¶38און ס'איז דא דער שומר העיר וואס איר דעם סדר כללי פון דער שטאט, און דערנאך וועט ער טראכטן וואס נאך פאר א ענינים ס'איז דא אין שטאט אויף אויפצוהאלטן די איז אט דעמאלט, אנהויבנדיק אויף דעם וועג, מאכט מען חרוב א שטאט.
¶39אויב מ'וויל אז דער אכילה און שתי' זאל זיין לויט טובת הגוף כפשוטו, און אויב מ'וויל אז דער פאליסמאן, דער שומר הסדר און שומר הבטחון, זאל אפהיטן פון דעם אויב וואס מ'דארף אים ניט אריינלאזן אין שטאט,
¶40און זאל אריינלאזן די מסייע וואס מ'מוז אים ארייננעמען אין שטאט דארף אט דער שומר הסדר הבטחון פריער האבן א סדר און א ישיבה און א לימוד פון ”מקרא ומשנה וגמרא”, ביז שולחן ערוך בפועל.
¶41און אט דעמאלט, אז ער לערנט פריער אז ער הויבט אן פון די נטורי קארטא פון דער מלמדי משנה ומקרא וגמרא, ועל דרך זה אין דעם עיר קטאן, אז ער הויבט אן זיין טאג פון דעם דאווענען און פון דעם לערנען,
¶42און ער קוקט צו איין אין שולחן ערוך ווי אזוי ער דארף עסן און ווי אזוי ער דארף טרינקען און ווי אזוי ער דארף פירן דעם מסחר אט דעמאלט, איז אט די אכילה ושתי' און מסחר וועט ניט ניט ניט חרוב מאכן, נאר אדרבא דאס וועט אים אויפבויען.
¶43אויב אבער ער וועט אנהויבן פון דעם עסן און טרינקען איז אט דעמאלט אוכל ושותה כבהמה אט דעמאלט ווערט דאס א חורבן אין דעם ”עיר קטנה זו” א חורבן כפשוטה, ווארום ס'ווערט ניט אז סתם אן אוכל בשר, נאר אן ענין פון זולל וסובא, וואס כפשוטו ווערט חרוב דער עיר קטנה זו א גוף כפשוטה.
¶44ועל דרך זה בהנוגע צו עיר כפשוטה, ווי אזוי קען מען זיין בטוך אז די סדרים פון דער שטאט וועט דאס זיין ניט ווי די סדרים פון סדום ואמורא?
¶45איז בשעת מ'באווארנט דעם ”ראים וחטאים להוי'” אז דאס איז בשלילי גמורה.
¶46ווי אזוי קען מען דאס שולל זיין דארף מען אנהויבן, אז ווער זיינען די נטורא קרתא אט די וואס זיי פירן אן מיט א סינוך על טהרת הקודש.
¶47וואס זיי זיינען מחנך די מנהיגי העיר, און זיי זיינען מחנך די שומרי העיר, ווי אזוי מ'מעג היטן, און ווי אזוי מ'טאר ניט היטן, און פון וועמען מ'דארף אויסהיטן, און וועמען מ'דארף ארייננעמען אין שטאט-און אט דעמאלט ווערט דאס אן ענין פון ה' ישמר עיר און ה' יבנה בית, ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש תהלים, אין דעם סיפור המעשה מיט ”ר' יהודה הנשיא”.
¶48וואס כאמור, אט דאס איז די הוראה לכל אחד ואחד, אז אמת טאקע ”אין סומכין על” הנס, במילא דארף ער זיך פירן אז ער געפינט זיך א סיס לי כתא הזל בנימותא דארף ער זיך רעכענען ביז א באשטימטער מאס מיט דעם הזל בנימותא מיט די מנהגי המדינה,
¶49במה דברים אמורים? אז ער דארף זיך רעכענען אויב דאס איז נאכדעם ווי ער ווייס ווי דאס איז שטייט אין תורה-שבכתב און ווי ס'שטייט אין תורה שבעל-פה, אין וואס פאר א ענינים איז די די מלכותי דינים, און אין וואס פאר א ענינים מ'דארף זיך רעכענען מיט חוקות הטבע,
¶50און וואס איז די ענינים וואס אויף א אידן שטייט ”מאוצות השמים אל תוחתו” דערפאר וואס צו א אידן האט דאס קיין שייכות ניט און ניט נאר ס'האט צו אים קיין שייכות ניט ער איז א מושל ושולט אויף די ”אותיות השמים”.
¶51ווי גערעדט פריער דער ענין התפילה, אז תפילה מאכט-איבער טבע כפשוטו, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז אין דערויף איז די מעלה פון ”תפילה אפילו לגבי” תורה.
¶52”לרפות החולים ולברך השנים” כפשוטה.
¶53און אין וואס פאר אן אופן קען דאס זיין, אז אף על פי וואס ער לעבט אין א וועלט וואס דארט איז חוקות המים וארץ ולא ישבותו זאגט אזוי דער אויבערשטער, און פונדעסטוועגן ווערט ער ניט נתפעל ס'איז דאך א דין אז ”הולכן אחרי רוב” אויף דערויף זאגט מען אז ער איז א מעיין,
¶54און ביי א מעיין איז דא דער ענין וואס 'כל שהוא' דארט איז כאמות ניט נוגע, דארט איז נוגע אז ס'זאל זיין לעבעדיק און אז ס'זאל זיין פארבונדן מיטן מקום.
¶55און אט דעמאלט, אויף דעם וועג, איז ”אחד הי' אברהם” אז ער איז איין און איינציקער וואס דאס איז ניטא ווייניקער אין מיעוט ווי איינער, און אף על פי כן איז ויראה זרעו את הארץ ניט נאר ער ווערט דער מנצח, אפילו די קינדער וואס האבן זיי ניט די שטארקייט פון די אבות, ס'איז מערניט וואס סימן לבנים איז די בנים איז אויך ”ויראה זרעו את כל הארץ”.
¶56וואס דאס איז די הוראה כללית בכל השנים, ועאכו' כמה בשנה זו וואס דאס איז שנת הקהל, וואס די התחלת השנה הויבט זיך אן אז הקהל את האנשים הנשים וטף,
¶57און מיט יעדערן פון זיי און מיט אלעמען צוזאמען דארף זיין דער ילמדו וישמעו ויראו ולמדו ביז וואנענט לעשות ”את כל דברי התורה הזאת”, סיי אנשים און סיי נשים סיי טף, איז אט דעמאלט איז במיוחד דער נתינת כח,
¶58אז איין און איינציקער האט בכח אויף איבערשטעלן ניט נאר זיך אליין און זיין משפחה, נאר א גאנצע שטאט, נאר ער וויל מיט אן אמת, דערפאר וואס ער גייט מיטן כח פון דעם מקום, מיטן כח פון דעם אויבערשטן, ”בשליחותו של מלך מלכי המלכים הקב"ה”.
¶59און אט דעמאלט קען ער דאס איבערשטעלן און איבערמאכן און אוועקשטעלן אין אן אופן פון 'תכלית השלימות' מתוך שמחה וטוב לבב, און באווייזן ווי אזוי אין טבע קען זיין למעלה מדרך הטבע, און ס'זאל זיין ניכר,
¶60”וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו” ממקד", ביז וואנענט אז ס'וועט זיין דער אהפוך אל כל העמים כולם ”שפה אחת, לעבדו שכם אחד” לחיים.