פסקה
פסקה rh-78krmcs8
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-8xxnxgev
- order
- JN
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ועט ער אים גלייך אנשרעקן, דער יצר אליין, ער זאל וויסן זיין, אז דאס איז א זאך צו וועלכע ער טאר זיך ניט צורירן, ואדרבא ער דארף נאך ארויסהעלפן דעם צוייטן קינד, אדער א איד, דעם צווייטן ערוואקסענעם, צום צווייטן ערוואקסענעם, ער זאל האבן, בדרכי נועם ובדרכי שלום, די אלע זאכן וואס געהערן צו אים און קענען זיי אויסנוצן ווי ער וויל, ניט נאר ער וועט אים ניט שטערן אין דעם, חס ושלום ניט צונעמען דאס פון אים, נאר ער וועט אים נאך ארויסהעלפן ער זאל קענען טאן אלע גוטע זאכן, בדוגמא ווי איר טוט זיכער גוטע זאכן, און מיט די אלע זאכן וועלכע ס'געהערן צו אייך, ווי מ'וועט אויך שפעטער דערמאנען בנוגע צו צדקה, ווי כרגיל אין אזא מין צוזאמענטרעפן זיך. אין דערויף גופא קומט נאך צו אין דעם חלק פארבונדן מיט מצבח, וואס אין צווישן האט מען דאך געלערנט נאכמערער תורה און מקיים געווען נאכמערער מצוות, האט מען דאך באקומען אויך נאכמערער ברכות פון דעם אויבערשטן, איז אנשטאט דעם וואס בהתחלה אין דעם אנהויבס איז געווען מערניט תיתי לשון יחיד, ער האט נאך ניט געהאט קיין צייט אויף צוזאמענרעדן זיך מיט חברים, די אינגעלעך מיט אינגעלעך און מיידעלעך מיט מיידעלעך, אז ס'זאלן ווערן צוזאמען א גאנצע ארמייע, א גאנצע מחנה, אז ס'גייט-דורך און מ'קומט צום שיעור פון היינטיקן טאג, פון רביעי, זאגט מען גלייך אויך, אז כי תצא איז דער גייט מען שוין ארויס אין דער מלחמה אלס א מחנה על אויביך, צוזאמענגערעדט צווישן זיך איש את רעהו יעזורו ולאחיף גומר חזק, און ס'ווערט צוזאמען א גאנצע מחנה, במילא איז דאך דעמאלט פארשטאנדיק, אז דער נצחון איז נאך א שנעלערער און נאך א לייכטערער און נאך מער בשלימות, ביז וואנענט אז ס'קומט אויך דערנאך, אז דער אויבערשטער איז מתהלך
- proofread
- 0