English
ספרייה
kind
paragraph
order
q4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ס'ווערט דערנאך אויך די הלכות יסודי התורה, און דערנאך די משנה תורה, אז מ'לערנט דאס צוזאמען מיטן רמב",ם און צוזאמען מיט משה רבינו, משנה תורה שלו, אין אלה הדברים אשר דיבר משה, און בא יעדער אידן, נשמות בגופים, ווערט דאס פון דאסניי אויפגעטאן די התקשרות מיט די התאחדות פון כל הנשמות כולם, עאכו כמה וכמה די נשמות וואס ער האט געלערנט זייער תורה, און לערנט איצטער זייער תורה, און דוקא נשמה בגוף וואס דעמאלט איז דער תכלית שלימות התורה, איז דאס דוקא ווען דאס איז א נשמה בגוף, וואס דוקא דעמאלט קען זיין דער פסק דין בתורה, המעשה הוא העיקר. כידוע דער סיפור בזה, אז מ'דארף האבן דוקא א נשמה בגוף וואס אט דעמאלט ווערט דער עילוי, אז דאס טוט זיך אפ במעשה בפועל, וואס דאס איז מגלה די מסקנא הכי אחרונה בתורתינו הקדושה, וואס זי איז תורת אמת, וביחד עם זה אויך תורת חיים, בעולם הזה הגשמי, נשמות בגופים, און א חיים ארוכים, ביז אין חיים נצחיים, וימי שנותינו בהם שבעים שנה, ווערט דערנאך אויך פון הי'וימיו מאה ועשרים שנה, און דערנאך אריכות ימים ושנים טובות ווי ס'איז געווען בא יעקב אבינו מאה שנה וארבעים שנה ושבע שנים, און נאך מערער וויפל ס'איז געווען בא אברהם אבינו, אז ס'איז געווען מאה שנה ושבעים שנה וחמש שנים, און נאך ביז אין די שלימות פון מאה ושמונים שנה, ווי ס'איז געווען בא יצחק אבינו, וואס דאס איז דאך די גאולה השלישית איז דאך פארבונדן מיט יצחק אבינו.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים