English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

64 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1על דרך ווי מ'האט גערעדט פריער בהנוגע בא דעם מענטשן אליין, וואס יעדער מענטש ווערט דאך אנגערופן 'עולם קטן' אז ער אליין איז פאר זיך א גאנצע וועלט, ובלשון ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין אז 'עולם מלא' א פולע וועלט, איז דאך אבער דערנאך אויך דא דער ”עולם גדול” די וועלט ארום אים,

2וואס ס'איז דאך מתפקידו של האדם, אט דאס וואס ווערט ערווארט פון א מענטשן, אז ער זאל זיך ניט באגנוגענען מיט די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אים, אפילו ניט באגנוגענען מיט די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט זיינע בני בית אדער די קרובים זיינע,

3נאר בלשון הרמב"ם, וויבאלד אז יעדער מענטש איז א מדיני אז ער איז פארבונדן מיט א גאנצן קרייז ארום זיך, ביז וואנענט אז ווי די גמרא זאגט דאס נאכמער במודגש,

4אז ”חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם” אז יעדערער איז פארבונדן מיט דער גאנצער וועלט, אז אט דאס וואס ער דארף ברענגען די ענינים וועגן וועלכע תורה לערנט מיט אים, דער ”לעשות צדקה ומשפט” וואס דאס האט זיך אנגעהויבן שוין פון אברהם'ן, פון דעם ערשטן אידן,

5”כי ידעתיו אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט” האט שוין אברהם דעמאלט אנגעזאגט, אז ביתו אחריו א זייער ענין איז ברענגען צדקה ומשפט, על דרך ווי אברהם האט דאס געטאן,

6”ויקרא שם בשם הוי'א-ל עולם” וואס די גמרא זאגט דאך ”אל תקרא ויקרא אלא ויקרי” אז מיט וועמען ער האט זיך געטראפן האט ער מיט יענעם געארבעט, ביז וואנענט אז ער האט אים געמאכט אויסרופן אז דער אויבערשטער איז דער באלעבאס און דער אנפירער מיט דער וועלט ארום אים.

7אט דאס איז אויך דער בניו וביתו אחריו די אלע דורות נאך אברהם'ס.

8ביז דורנו זה און לאחרי זה, אז ”לעשות צדקה ומשפט” ניט נאר אין דעם 'עולם קטן' און וואס ס'געפינט זיך לעבן אים, נאר אויך מיטן עולם כפשוטו, מיטן 'עולם גדול', ווארום ”בשבילי נברא העולם”.

9און דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אזוי ווי די עבודה מיטן גוף איז אין אן אופן פון עזוב תעזוב עמו אז דער 'תכלית השלימות' אין דער ארבעט איז,

10אז מ'מאכט איבער דעם גוף אז ער וועט אויך משתתף זיין זיך און מיטארבעטן מיט דער נשמה אין ”לעשות צדקה ומשפט” אט אזוי איז אויך די עבודה מיט דער וועלט ארום זיך,

11איז די שלימות העבודה ווי ס'זאל ניט זיין די התחלה בזה דער ערשטער צוגאנג אבער דארף מען וויסן, אז דער תכלית און דער מטרה און די שלימות איז אויף צוקומען צו אן אופן פון ”פדה בשלום נפשי” אז לי ולבנים מבין אומות העולם אז די גאנצע וועלט ווערט איבערגעשטעלט אין אן אופן פון שלום.

12ווי אזוי איבערצייגט מען דאס, אז אויך די וועלט זאל זיך משתתף זיין אין די ענינים צו וועלכע ער איז שוין צוגעקומען, און די וועלט האלט נאך ניט דערביי, אדער ווייס נאך אפילו ניט דערפון איז דאך איינע פון די וועגן על דרך ווי מ'אזהויבט אזוי ווי מ'מיטן גוף,

13איז דאך דא אויף דערויף די דרכי התבוננות, ווי דער לשון הכתוב, אז מ'איז מסביר דעם גוף, ראי' ”נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת עמות ואת הרע”, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז ס'דארף זיין ”ובחרת בחיים”.

14וואס דער פשט אין דערויף איז, אז דאס איז א טובה פארן גוף, אפילו אין זיינע ענינים, אז ער זאל זיך פירן ווי די נשמה וויל.

15על דרך ווי דער גוף אליין זעט דאך, אז אין דעם איבנה הגוף איז כאטש אפילו בכמות איז דאך דא מערער פלייש אין די רגליים שבגוף,

16פונדעסטוועגן, אין ווען זיינען די רגלים ווי ס'דארף צו זיין די פיס?

17ווען זיי פאלגן אט די קליינע כמות וואס איז דא בראש, אין שכל שבמוח, אף על פי וואס דער מוח אליין זאגט אים, אז בכמות איז דער כמות הרגל א סאך א גרעסערע פון דער כמות פון דעם מוח שבראש איז דאס אבער מצד דעם איכות, מצד דער 'הבנה והשגה' שבשכל,

18איז דאס א טובה פאר דעם כמות, פאר דעם בשר הרגל, אפילו פאר דעם עקב שברגל, אז ער זאל פאלגן אט דאס וואס ס'איז קליין בכמות, נאר וואס ס'איז דער עיקר אינגאנצן איכות דער שכל וואס ס'געפינט זיך במוח שבראש.

19על דרך ווי דער גוף זעט דאס מבשרי אחזה, ווי ער זעט דאס בא זיך אליין, קען מען אים אויך געבן צו פארשטיין, אז אף על פי וואס בשעת ס'רעדט זיך וועגן דער נשמה איז דאס א זאך וואס ער קען דאס ניט אנטאפן, און קען דאס ניט אפוועגן, און קען דאס ניט מיט אלע זיינע פינף חושים האט ער דערויף קיין שליטה ניט, ער דארף דאס נאר נעמען מיט אן איידעלן חוש,

20על ידי 'הבנה והשגה' קען ער חוקר ודורר זיין וואס איז די נשמה און וואס וויל זי.

21איז בדוגמא פון דעם רגל וראש אזוי קען מען אים אויך געבן צו פארשטיין, אז דאס איז די טובה פון דעם גוף, אז ער זאל וועלן פאלגן די נשמה, וועט דאס זיין טובתו אפילו אין עניני הגוף.

22וואס אזוי זעט מען דאך אויך, ווי גערעדט פריער, אז דער אלטער רבי האט אנגעוויזן די נקודות וואס זיינען פארבונדן מיט דער גאולה, אין זיין אגרת וואו ער באשרייבט ווי אזוי די גאולה איז פארגעקומען, וואס גלייך אין דעם אנהויבן שרייבט ער, אז הגדיל והפליא השם 'לעשות בארץ'

23און ערשט דערנאך איז ער מסיים, אז ווען כהראתי ”פדה בשלום” אט דעמאלט איז יצאתי בשלום.

24ווארום אט דאס איז די נקודה פון תורת החסידות בכלל און חסידות חב"ד במיוחד, אז אט די הכרה פון ”פדה בשלום נפשי” דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור זאל דאס זיין ניט נאר אין דער נשמה, נאר אויך בשלום מיטן גוף,

25און נאכמערער ס'דארף זיין דער הגדיל והפליא השם לעשות זאל דאס אראפקומען בארץ אין דער וועלט ארום אים.

26על דרך ווי ס'איז געווען אין דער גאולה כפשוטה, איז האבן דאך דעמאלט די שרי המלוכה אנערקענט די גערעכטיקייט, וואס דערפאר האט מען זיך באפרייט דעם אלטן רבי'ן פון די שיטה זיינער, וואס דערפאר האט מען זיך אים באפרייט, אזוי אויך בנוגע צו דער שיטה, איז אט דאס וואס דער אלטער רבי שרייבט, אין וואס איז באשטאנען דער גאולה?

27אז ס'זאל זיין 'לעשות בארץ' אז אין דער וועלט ארום אים זאל דאס אויך דערגרייכן די ידיעה און די הכרה, אז הגדיל והפליא השם לעשות וואס דאס שטייט דאך אין ביידע נוסחאות פון דער אגרת, על אחת כמה וכמה לויט דער נוסחא, אז דער אלטער רבי חזר"ט דאס איבער דריי מאל בהתחלת האגרת דעם לשון, נאר וואס דען?

28בשינוי הסדר, וואס אין אלע דריי מאל זאגט ער אלץ בארץ, וואס בג' פעמים איז דאך הוי חזקה, דאס בלייבט דאך אזוי לצמיתות אויף אייביק.

29וואס דאס איז די נקודה וואס חב"ד מאנט, אז מ'זאל טאן מיט זיך, און ”ואהבת לרעך כמוך” ווי דער בעל שם טוב האט געזאגט, אפילו צו א אידן וואס געפינט זיך בקצה העולם וואס ער האט אים קיינמאל ניט געזען און קיינמאל ניט געטראפן,

30און דאס דארף געטאן ווערן אין אן אופן אז דאס זאל איבערמאכן די אומות העולם שמסביבו, וואס דעמאלט איז די ”פדיה בשלום” דער אפטייטש פון דער גמרא דעני ”לי ולבנים מבין אומות העולם” שטייט דאך אויף דער פדיה אויך בשלום,

31אז ס'איז דאך אין אן אופן אז ”ועמדו זרים ורעו צאנם” ביז וואנענט אז לעבדו כולם שכם אחד אז די פדיעה און די גאולה איז אין אן אופן אז מ'פועל'ט בא זיי אז בא זיי זאל אויך זיין דער לא ”יבדו שכם אחד”.

32ווי אזוי גיט מען דאס ווי אזוי פועל"ט מען דאס בא זיי?

33איז דאס בדרך ווי גערעדט פריער, אז מ'ברענגט די דוגמא אז דער רגל דארף פאלגן דעם ראש, און דער גוף דארף פאלגן די נשמה, ווארום דאס איז פאר זייער טובה וועגן, אז זיי זאלן זיך אזוי פירן, אט דאס איז אויך די הסברה,

34וואס מ'דארף געבן, און דאס איז מצליח דעם ארום, אז אף על פי וואס לפי שעה דארף ער דאך אפזאגן פון מילוי תאוותו און אפילו פון מילוי רצונו, וואס דער גוף וויל א זאך וואס דאס איז היפך הבריאה שלו, מערניט וואס דער שכל האלט אים אפ,

35ועל דרך זה די נשמה האלט אפ דעם גוף למילוי תאוות ורצון אט אזוי איז אויך בהנוגע צו ”לעשות בארץ”, אין די סביבה ארום זיך.

36וואס אט דאס איז אויך ווי גערעדט כמה פעמים וואס דער אלטער רבי האט געזאגט, אז פון עניני תורה פון דער וואך קען מען דאך אפלערנען א הוראה אין די מאורעות אין די פאסירונגען פון דער וואך, וואס אין דעם איז א הוראה ברורה בהנוגע אויך למאורעות, צו די פאסירונגען פון דער לעצטער צייט, ווי אזוי ס'דארף זיין דערצו דער צוגאנג.

37על דרך ווי מ'זעט בנוגע צו א נשמה וגוף, און אין גוף גופא צו ראש און רגל, אז ניט ס'וועט זיין די טובה פון דעם רגל אז דער ראש וועט אים לאזן טאן וואס ער וויל, און ניט ס'וועט זיין די טובה פון דעם גוף אז די נשמה וועט אים לאזן טאן וואס ער וויל, ווארום דעמאלט איז כפשוטו גייט ער חרוב,

38נאר ער דארף אים מסביר זיין, און אויב ס'העלפט ניט הסברה איז דארף ער אים מכריח זיין, אויף ניט ממלא זיין טהבתו ורצונו, וואס דאס גופא מאכט אים איידעלער און נעענטער צו דער הבנה והסברה פון דער נשמה, ער זאל קענען פארשטיין, אז דאס איז זיין טובה,

39אויף ניט ממלא זיין טהבתו ורצונו די שעה קלה, די קורצע צייט, ווארום דערנאך וועט דאס זיין טובתו בזה ובבא זיין טובה פאר אלע יארן פון זיין לעבן.

40בשעת ס'איז דער צוגיונג א פארקערטער, אז מ'גיט נאך דעם גוף, און מ'רעכנט אז מ'וועט אים נאכגעבן וועט מען דערנאך ביי אים עפעס קענען אויספירן איז אט דעמאלט ווי די גמרא זאגט ”אבר קטן יש באדם מסביעו רעב” אז וואס מערער מ'איז אים מסביע ווערט גרעסער דער רעב,

41און ניט נאר ער ווערט ניט נעענטער צו די ענינים אויף וועלכע מ'וויל ביי אים פועל'ן, נאר אדרבא דאס מאכט אים נאך ווייטער, און ס'מאכט נאך שווערער, ביז וואנענט אז מ'האט פארלירט אויף אים די גאנצע שליטה, ביז וואנענט אז ער אין זיינע ענינים ווערט חרוב אלס א גוף.

42וואס ”ככל הדברים האלה וככל החיזיון הזה” איז דאס בנוגע צו 'עבודת האדם' בחלקו בעולם, ובלשון פון די אגרת הקודש דער 'לעשות בארץ',

43אז אריינטראכטנדיק זיך זעט מען דאך במוחש, אז ס'איז די טובה פאר דעם חלק בארץ, און ס'איז די טובה פאר די וואס לפי שעה פארשטייען זיי דאס ניט, אז מ'זאל זיי איינצומ ען און איינהאלטן און ניט לאזן ממלא זיין טאבתם ורצונם לפי שעה,

44ווארום דוקא דורך דעם וועלן זיי דערנאך פארדינען און האבן רף טוב אין זייערע ענינים.

45דאס הייסט, אז דאס איז ניט זיי דארפן טאן א טובה א צווייטן, וואס צוליב דערויף דארפן זיי דאך אפזאגן אט דאס וואס זיי ווילן האבן נאר דאס איז טובתם, אז זיי זאלן זיך לפי שעה אפזאגן פון א בלתי סדר פון א מילוי תאוה ורצון, אפילו ווען דאס איז מזיק דעם צווייטן, וואס במילא מוז דאס אים מזיק זיין אים אליין אויך,

46אז סוף-כל-סוף גייט ער אראפ מיט דרך הצדק והיושב ווערט ער א מזיק פאר בני-ביתו אפילו, ביז ער ווערט מזיק אויף עצמו, אז זיך אליין איז ער אויך מהרס, ווי גערעדט פריער בנוגע צו טעבת הגוף ביחת צו הוראות הנשמה,

47אז ווען דער גוף ווערט ממלא תאבתו ורצונו שלא הפי הסדר, אז זולל וסובר היפך דרישת הבריות, איז ניט די נשמה דארף פועל'ן ביי אים ער זאל טאן טובה דער נשמה, ווארום זולל וסובר איז היפך אנושיות נאר ס'איז דא דער לייכטערער וועג, דער פועל'ן אין תחילת החינוך, אז מ'קען אים מסביר זיין,

48אז דאס איז א הירוס און א חורבן פאר די בריאות הגוף, וואס דאס איז דאך דער אמת אזוי.

49ס'קען אבער זיין, אז ער ליגט שוין אזויפיל אין תאוות, אז מ'קען צו אים ניט צוגיין מצד השכל איז אט דעמאלט איז די עצה ניט ווי חושך שבטו, וואס דעמאלט איז שונא בנו נאר אז לפי שעה איז מען אים מכריח אויף איינהאלטן זיך,

50און גלייך נאכדעם האט מען די געלעגנהייט אויף אים מסביר זיין, אז דאס איז טובתו ניט ער טוט א טובה א צווייטן און אן אנדער קרייז, נאר דאס איז די טובה פאר אים אליין.

51וואס דאס איז דאך אזוי אפילו ווען דאס וואלט געווען דעם ערשטן מאל ווען דאס טרעפט בעולם, איז דאך אויך דארף מען דאך פארלאזן אויף דער הוראה וואס ס'שטייט אין תורה וואס דאס ווערט אנגערופן תורת חיים אן אנווייזונג ווי אזוי צו פירן זיך אין לעבן, און דאס ווערט אויך אנגערופן ”תורת אמת” אז די אנווייזונגען וואס זי גיט איז דאס הוראות אמיתיות דאס איז דער אמת אליין.

52על אחת כמה וכמה אז מ'האט דאך שוין געזען ווי אזוי דאס האט געווירט אין כמה מקומות, און ווי אזוי דאס האט געווירט אין כמה קרייזן, אז בשעת מ'האט גערעכנט אז מ'וועט נאכגעבן איז אט דאס איז די וועג אויף אויסנעמען און דאס איז די טובה פאר די וועמען מ'גיט נאך איז זאגט מען,

53אז ס'דארף זיין טאקע אין אן אופן פון ”פדה בשלום” צוזאמען מיט דעם וועמען מ'וויל מחנך זיין, און סוף-כל-סוף פירט מען דאס אויס.

54דער סדר בזה איז אבער.

55א דער ערשטע זאך דארף מען באווארענען, אז ס'זאל אויפהערן דער ענין פון היזק און דער ענין פון בלתי היפך הסדר און דער ענין פון היפך הצדקה ומשפט, און דאס איז ניט ווייניקער די טובה פון די וועלכע מ'איז מונע פון היפך הצדקה ומשפט ווי די טובה פון די מ'לאזט אים ניט ער זאל זיי מזיק זיין.

56וכמדובר לעיל, ווי מ'האט דאס געזען בפועל, אז דארט וואס מ'איז געגאנגען מיט דער שיטה פון נאכגעבן איז אט דעמאלט ווי ער זאגט אין מדרש 'מי שיש לו מנה רוצה מאתים' און אז מ'גיט אים דעם מאתים איז ניט מ'באפרידיקט אים, נאר דעמאלט איז רוצה ד' מת וויל ער צוויי מאל אזויפיל וויפל מ'האט אים שוין געגעבן.

57און אט אזוי ווי די גמרא זאגט בנוגע אז בן סורה נדון אחרי סופו אט דעמאלט איז דאס דער וועג אז מ'מאכט אים אויס מענטש און אויס אן ענין וואס קען זיין אן איש מדיני, וואס ער קען זיין אין זיין קרייז א איש המועל, בנוגע אפילו צו זיינע אייגענע בני בית און אפילו בנוגע צו זיך אליין.

58און נוסף על העיקר, אז דאס איז א הוראה פון ”תורת אמת”, אז דער אמת איז אזוי איז דאס אויך א הוראה פון תורת חיים, אז אזוי שטעלט זיך איין דעמאלט א לעבן,

59אז אלע קענען לעבן אין אן אופן פון שלום, און אלע זיינען צופרידן און אזוב תעזוב עמו וואס דאס גייט דורך אט דעם סדר פון הגדיל ”והפליא הוי'” 'לעשות בארץ' אז די ענינים טובים וואס דער איד האט באקומען בירושה, אדער באקומען על ידי עבודתו, אדער באקומען באיזה אופן שהוא,

60איז דער תכלית הכוונה אז דאס זאל פארשפרייט ווערן ביז וואנענט אז די גאנצע וועלט ארום אים זאל זיין דער ויקריא שם בשם הוי' אול עולם אז דער גאנצער זיין קרייז און די שטאט מיט די מדינה מיט דער גאנצער וועלט, סוף-כל-סוף האט דאך דאס א השפעה בכל פינה ונקודה, ווערט דארטן איינגעפלאנצט דער ענין פון צדקה ומשפט,

61ואשרי אלו שזכו וזכו את הרבים וואס וויבאלד אז מ'האט זיי געגעבן כח און מעגלעכקייט, איז דאך דער סימן אז דער אויבערשטער גלויבט זיי אז זיי קענען דאס אויסנוצן, און אויב זיי וועלן זיך נאר וועלן, וועלן זיי האבן הצלחה בזה אז זיי זאלן מזכה זיין די סביבה און די שטאט און די מדינה און בא רץ,

62אויף ”לעשות צדקה ומשפט”, ביז וואנענט אז דאס ווערט אפגעטאן אין אן אופן פון ”פדה בשלום”.

63וואס דאס איז, כאמור לעיל, ווערט דאס די הכנה צו דעם ביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער מעמד וואס ”לא ישא גוי אל גוי חרב” וגר זאב אים כבש ביז וואנענט אז ונהר ”קטן נוהג בם” בן בקרוב ממש בגאולה האמיתית והשלימה בעגלא דידן.

64לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים