English
ספרייה
kind
paragraph
order
f
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ויהי רצון, אז דאס זאל נאכמערער צוהיילן דעם אויבערשטנ'ס ברכה, אז יעדער איד און אלע אידן וועלן קענען מקיים-זיין מצוות בתכלית השלימות, וואס דאס איז כמצות רצונך וואס דאס וועט דאך זיין, אז ס'וועט זיין שלימות אין וועלט, בגאולה האמיתית והשלימה, וואס ס'וועט קומען בקרוב ממש, על ידי משיח צדקנו, דורך אתם תלוקטו לאחד אחד און וואס וועט נאכמער צוגעהיילט ווערן, דורך דערויף וואס ווי מ'פירט זיך בכגנזה איז מען מסיים וחותם מ'וועט מאכן יעדערן פון נייע השליח. בהנוגע צו צדקה, וואס צדקה, ווי דערמאנט פריער, איז דאך מזרזת את הגאולה און מקרבת את הגאולה וואס זי איז דאך אויך די גאולה האמיתית והשלימה, די אמת'ע צדקה, און דערפאר איז דאך דאס אויך פארבונדן אז דער אויבערשטער איז איר מקיים בזריזות די צדקה פון גאולה האמיתית והשלימה, אז דאס זאל זיין די צדקה תיכף ומיד ממש, און מ'קומט אלע ממשיך זיין אין פראווען די בר-מצוה אדער די בעת-מצוה צוזאמען ווי כלל ישראל בארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש ובקודש הקדשים, תיכף ומיד ממש, ומתוך שמחה וטוב לבב.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים