פסקה
פסקה rh-76byjapc
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-4amkqh6x
- order
- 0w
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווערט דאס אן ענין עיקרי סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, וויבאלד אז אויף יעדערן פון זיי זאגט תורת אמת, וואס זי איז אויך תורת חיים, אז דאס וואס זי זאגט אירע ענינים ווערט דאס אויך א תורה און א הוראה, ווי אזוי דאס זאל איינווירקן און אויסווירקן אין דער הנהגה לאחרי זה. און ווי אלע ענינים וואס ס'איז פארבונדן מיט תורה, וואס דרכי'דרכי נועם וכל נשיבותי'שלום, איז אזוי איז אויך מיט א זיכערקייט זיין יחס און פארבונד מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, ובפרט מיט אט די מיט וועלכע ער טרעפט זיך און דאס ניי, כדי להדגיש, אז דאס איז ניט קיין באזונדערע זאכן, נאר מ'האט געהערט אלע צוזאמען אין דעם זעלבן ארט און אין די זעלבע ענינים און אין די זעלבע הוראות, ווארום מ'האט א תורה אחת וואס זי איז געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן, אויף וועלכן מ'זאגט און מ'רופט אים אן הוי'אחד און געגעבן געווארן אויך בארץ דווקא, וואס מתן תורה איז דאך געווען אויף הר סיני, און דורך הר סיני איז דאס אנגעקומען אין דער גאנצער וועלט ארום סיני,
- proofread
- 0